קרית יואל

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

קרית יואל

שליחה דורך שעפטל »

דער אמת איז אז די ארטיקל איז געליגן פארפאקט ערגעץ פארווארפן אין די ברוינע קאטעגאריע, האב איך געקלערט עס אהערצושטעלן (און כ'בעט ענק לאזט עס דא, ווילסט דיך אויסגעבן כמנהג בית צימעס גיי אהין)


villager האט געשריבן:איך וואלט געוואלט וויסן פאר וועם האט בעלאנגט די פראפערטי אויף וואס קרית יואל געפונט זיך היינט בעפאר קרית יואל?

איידער איך וועל צוקומען צו דעם לאמיך אביסעלע היסטאריע דערציילן...
מאנרא איז ארויפגעקומען אויפן טיש נאכן דורכפאלן אין:

סטעטן איילענד (די געגענט האט געהייסן 'ארדען הייטס') ווי מ'האט שוין אראפגעלייגט 850 טויזענט דאלער דיפאזיט פאר 190 עיקער, ס'איז געווען זייער ביליג דעמאלטס צוליב די ווערעזאנא ברידזש איז נאכנישט געשטאנען, און מ'האט געדארפט פארן מיט א שיף צו ברוקלין. אבער נאכדעם איז די פרייז זייער ארויף ווען די ברידזש איז שוין געשטאנען.

פרענקלין, ניו דזשערסי, זייער שנעל אראפ פון טיש.

דאווער, ניו דזשערסי (בערך 45 מייל פונעם לינקאלן טאנעל) און דעס איז שוין געווען באריכטעט אין די פעפערס. בערך 400 מענטשן האבן שוין געגעבן בערך 700 דאלער פאר א דירה דארט. דארט איז עס געגאנגן שלאפן ווען די לויער פונעם מוכר איז געווען א פרייע איד וואס האט למעשה געארבייט קעגן די סאטמארע און די עיקר פראבלעם איז געווען ווער ס'דארף צושטעלן די ראודס און סוער וכו'. למעשה האט קהל צוריקגעגעבן כמעט די גאנצע געלט פאר יעדעם און מ'בלייבט אין וויליאמסבורג..

קאנארסי איז אויך שנעל אראפגעגאנגן פון טיש ווייל מ'האט כמעט נישט געקענט קויפן קיין שטחים, נאר געווען פערטיגע זעקס שטאקיגע בילדינגס.

מאונט קיסקא (נעבן נייטרא) אויך זיך נישט אויסגעארבייט

יארקטאון הייטס, האט זיך שוין ווייטער עפעס געריקט אבער געווארן אויס ביים סטראוק פונעם רבי'ן ז"ל תשכ"ח.

קאנגרעס לעיק, האט מען שוין געגעבן א דיפאזיט, דארט האט זיך אנגעהויבן א העפטיגע מערכה פון די שכינים צו פייטן און זיי האבן געשטימט אז די געגענט זאל בלייבן פוסט.

וואשינגטאן וויל (לעבן מאנרא, געהייסן 'לעיק ענד באנגעלא קאלאני') דארט איז שוין געווען 150 דירות/באנגעלאוס, אבער ס'האט זיך נישט אויסגעארבייט זעהענדיג אז מ'וועט צופיל געלט דארפן אריינלייגן

און פון דארט איז מען אנגעקומען קיין:
מאנרא, די לאטס האבן באלאנגט פאר דריי דאקטערס און לויערס, ר' חיים הערש ליימזידער איז אנגעקומען דערצו דורך א בראקער מיט די נאמען 'איגאר'
ס'האט געהאט א מעלה אז די טאון אף מאנרא איז געווען אינד'ערד און געווען אין גרויסע חובות. אויך האט אוועקגעקוקט אויף די ווייטקייט צוליב וואס ס'איז דעמאלטס באקאנט געווארן אז די ניובערג עירפארט גייט זיך פארברייטערן און מ'גייט בויען א טרעין פון מאנהעטן צו מאנרא וואס די וועג וועט נעמען שנעל.
villager האט געשריבן:ווער האט עס אפגעקויפט?

ר' לייביש לעפקאוויטש ז"ל, ראה"ק ומנהל המוסדות סאטמאר, וראש העיר דקר"י האט אינטערגעשריבן די מקח.
אפגעקויפט האט מען עס אין צוויי פאזעס, די גרויסע חלק האט מען אפגעקויפט פאר בערך 750 טויזענט דאלער. און נאך א קלענערע שטח פאר בערך 50 טויזענט. (דרך אגב, די פיפציג טויזענט האט געדארפט זיין קעש וואס שפעטער ווען די מוכרים זענען עפעס געוואר געווארן אז די קויפערס זענען עשירים האבן זיי געוואלט ארויפגיין מיט די פרייז און די גאנצע מקח איז שיעור געווארן אויס, און מ'וואלט ווען פארלוירן די 50 אלפים ווייל קיין שטר איז דערויף נישט געווען) מ'האט קודם אפגעקויפט די לאט וואס איז באקאנט אלס סעקשאן איינס.

צוליב דעם וואס אין די פריערדיגע פראיעקטן איז מען דורכגעפאלן איז דעס געווען א טאפ סיקרעט! ווי היסטאריקער שרייבט
היסטאריקער האט געשריבן:יא אמת. ר׳ חיים הערש ליימזידער האט געבויט די ערשע הייזער (המכונה "גארדען הייזער) ער איז ארום געגאנגען פארשטעלט ווי א גוי מיט א הינט

ר׳ לייבוש לעפקאוויטש ע״ה פלעגט שיקן זיין שוואגער א מאדערענר יוד אן בארד און פיאות צו מיטינגען מיט די טאון זיי זאלן נישט וויסן אז מען האנדעלט מיט יודן

מ'האט איינגעשפאנט ר' ישעי' (אסקער) פישער, א שוואגער מיט ר' לייביש'ן, וואס איז נישט געגאנגן אנגעטוען ווי א חסיד, ער האט זיך געטראפן מיט די באהערדע אלץ דער אייגענטומער פון מען-וואד קאנסטראקשען, און אנגעהויבן צו ארבייטן מיט די לאקאלע רעגירונג צו באקומען די אפראוועלס. אינצווישן האט ער אריינגעדרייט ר' חיים הערש ליימזידער אז ער איז זיין רעכטע האנט אין ביזנעס און מיט אים זאל מען האנדלן,

ר' חיים הערש און ר' משה'לע גליק (ער האט אויך געסיינט אויפן 1.75 מיליאן קאנסטראקשען לאון מיט ר' לייביש און ר' הערש אלימלך ווערצבערגער) האבן געקויפט נאך שטחים (וואס איז באקאנט אלס סעקשאן 3 און 4) און עס תיכף פארקויפט פאר קהל פאר קאסט פרייז. שפעטער ווען אלעס איז שוין געווען מער ווייניגער אפראווט האבן מענטשן געוואלט קויפן נאך לאטס האט מען דעמאלטס אויסגערופן אין די בתי מדרשים (אויך די רבי האט אריינגערופן א איד) אז קיינער זאל נישט קויפן ווייל די פרייזן וועלן נאר ארויפגיין. און דעמאלטס האט מען נאך געפאלגט... מאן-וואד האט דעמאלטס פארקויפט פאר 18 טויזענט דאלער א לאט פאר א פריוואטע הויז.

ר' חיים הערש האט זיך יעדעס מאל געמוזט פארשטעלן אז מ'זאל נישט וויסן אז די חרדים קומען אהער, און מ'האט אויך געבעטן דעם עולם נישט ארויסצופארן קוקן ס'פלאץ. כ"א כסלו תשל"ד האט ר' לייביש אפיציעל געבראכן די נייעס אז אלעס איז שוין כמעט פערטיג!
villager האט געשריבן:ווער איז משה מאנראוער

אזוי ר' חיים הערש איז געווען פארנומען מיטן בויען, האט מען געוואלט אויפנעמען א מענטש וואס זאל זיין אן-טאפ פון די געלט, האט מען געלאזט רופן צום רבי'ן ר' שלמה מעכל ראזנער, ר' שלמה מעכל האט זיך אינטערגענומען ס'ארבייט און אריינגענומען ר' משה פריעדמאן (באקאנט אלס משה מאנרא)

מאן-וואד האומס האט געטוישט נאמען צו "מאן-פילד האומס". מאן-פיעלד האט פארקויפט א פיר רומיגע דירה פאר 28 טויזענט דאלער (9 טויזענט דיפאזיט) און א פינף רומיגע דירה פאר 32 טויזענט (12,000 דיפאזיט). זיי האבן שפעטער געוואלט ארויפגיין מיט די דיפאזיט פרייזן און די רבי האט נישט געלאזט.

לאזט מיך נאך אביסעלע מער דערציילן...
די גרינדן די ווילעדזש איז א מסכת פאר זיך. נאכדעם וואס די טאון האט אויסגעטיילט צרות צרורות אויפן יעדן טריט און שריט, וואס מ'האט זיי געבעטן האבן זיי פרובירט אפצוווארפן, אפגערעדט פון טוישן געוויסע זאכן אין די הייזער, צו עפענען געשעפטן אין די בעיסמענטס.
קודם האט מען פרובירט צו מאכן פראפעגאנדע און מ'האט אויפגענומען א טייערע פאבליק רילעשאן'ס קאמפעני צו. פארשפרייטן אין די לאקאלע צייטונגן אז די חסידים זענען יא וואוילע מענטשן און געטריי צום לאנד וכו'. איז אויפגעקומען די עצה פון גרינדן אן אייגענע ווילידזש ווי מ'קען אליינס מאכן די זאונינג וכו'. פארשטייט זיך די טאון האט פרובירט צו פייטן. איינע פון זייערע עצות הרעים איז געווען אז מ'זאל צוזאמשטעלן די טאון אף מאנרא מיט די ווילידזש אף מאנרא (וואס דאס איז געווען א שלום מדין ומואב, נאך איבער הונדערט יאר וואס די צוויי זענען זיך נישט אויסגעקומען, ממילא קען קרית יואל נישט גרינדן א ווילידזש, ווייל א פון א טאון קען מען זיך אפטיילן און גרינדן א ווילידזש, אבער פון א ווילידזש צו א ווילידזש נישט. די אנעקסירן. למעשה איז מען געגאנגן אין קאורט פאר "דיסקרימינאציע" נאך מיטונגען מיט די טאון און געוויסע פירערס דארט האבן זיך זייער מיעוס אויסגעדריקט קעגן יודן איז די דיסקרימינאציע טענה שטערקער געווארן. און נאך גרויס פראטעקציע און פארבינדונגן מיט די אינסטאנצן איז די ווילידזש עפראווט געווארן אנפאנג ווינטער תשל"ז. דער דעמאלטסדיגער סעקרעטערי אף סטעיט ניו יארק, מאריא קאומא (שפעטער דער גאווערנער) האט עס באשטעטיגט אפאר וואכן שפעטער.

למעשה ווען מ'האט עס שוין געגרינדערט איז ר' לייביש געווארן מעיאר. און די טראסטי'ס זענען געווען ר' אליעזר וואלדמאן, ר' אליעזר ליימזידער, ר' ליפא בראך, און ר' גרשון פרץ וויינשטאק.

נאכדעם האט מען געשטעלט שבעה טובי העיר -וואס מ'האט געוואלט אז ע"פ הלכה זאל יעדער זיי מוזן פאלגן- ס'זענען געשטעלט געווארן, ר' לייביש, ר' יוסל אשכנזי - משב"ק, ר' עזריאל גליק - משב"ק, ר' סענד דייטש - ראה"ק ומנהל המוסדות, ר' שלמה מעכל, און ר' משה פריעדמאן. אלס די זיבעטער האט מען געוואלט אז די רבי זאל זיין, נאר הגה"צ ר' יחזקאל ראטה, קארלסבורגע רב, דעמאלטס דומ"ץ סאטמאר ב"פ האט געזאגט פארן רבי'ן אז אויב ער שטעלט קען ער נישט זיין. און מ'האט געשטעלט ר' שלמה זלמן סאנדער.

זימער תשל"ד האט זיך די רבי ארויסגעצויגן קיין קרית יואל אין די דירה פון משפחת שלעזינגער שיחי'

villager האט געשריבן:און ווען איז ער אראפ פון די מאכט? און וואס איז געשען מיט זיין ארגענזישען מיט אלע זיינע ריעל עסטעיט? ווער איז וועד הקריה? וויפיל פראפערטי האבן זיי נאך? נישט קיין פאליטיק פליז נאר בלויזע פאקטן.

שמואל הלוי האט געשריבן:איך לייג צי נאך צוויי פראגעס; וואס איז בכלל די אויפגאבע פון וועד הקריה היינט צוטאגס? און וואס טוען זיי מיט די פערציג אלפים קעש וואס זיי קאלעקטן פון יעדן נייעם הויז וואס מען בויעט אין קרית יואל?

איך וועל צוריקקומען אין א אנדערע געלעגענהייט איבער די ווייטערדיגע קשיות און אפשר מיט אביסעלע מער אינפאו צו דעטאלן (אין די צייט זאל ווער ס'האט עפעס צולייגן, זיך נישט צוריקהאלטן!)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר