שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קידוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 14, 2021 2:25 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 369 מאל

שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS

שליחה דורך קידוש »

אין די לעצטע יאר-צוויי האט זיך א לאז געטאן א נייע עפאכע, היימישע שוויצן נאר פאר מענער אין היימישע געגענטער.

פון איין זייט וועלן עס מאנכע אנרופן א נייע סארט פראסטע זאך אדער א נייע לוקסוס, די אלע שוויצן בעטן מינימום א הונדערטער נאר אריינצוגיין, און נאך געלט פאר עסן טרינקען וכדומה, פון די אנדערע זייט איז עס א אכשר דרא, ביז היינט פלעגט זיין נאר געמישטע שוויצן אזוי ווי BRC, SOHO, KINGS,
ווי מען קען טרעפען היימישע יונגעלייט אין איין נאסע שוויץ מיט נאקעטע גוי'טעס,

שוויצן בכלל, ווי מען פלעגט עס אמאל רופן 'די בעדער', האט נישט געהייסן קיין עקסטערע לוקסוס, נאר א וויכטיגע זאך פאר די ביינער און געזונט, אביסל זיך אויסצוטשוכענען די זעקל ביינער און סטרעס.

אין ראדני שול פלעגט זיין א שוויץ אפן ביז צענדליגע יארן צוריק, ביז מען האט עס פארמאכט צוליב מעשיות.
סקווירא רבי פלעגט פארן יארן צו פרעשבורג פאר די בעדער (געזונטע נאטורליכע מינעראלן וואסער).

געהערט האב איך אז איינע פון די בעלי בתים פון די נייע שוויץ אין מאנסי איז פאר'ן עפענען געגאנגען צו צוויי ערנסטע רבנים אין זיין שטאט, און זיי געזאגט אז ער וויל זיי ערגעץ טראגן פאר אפאר שעה. זיי זענען אראפגעפארן מיט זיין קאר אין א זונטאג, געזיצן אין קאר אינדרויסן פון איינע פון די באקאנטע שוויצן וואס איז געמישט מיט פרויען ליידער, און פאר די רבנים איז ממש שלעכט געווארן צו זען וויפיל חסיד'ישע אינגעלייט גייען דארט אריין מיט וואלענע ציצית אינדרויסן.. בקיצור ווי מען זאגט אז רעסט איז היסטארי, און טאקע אין אלע שטעט איז די שוויצן לכתחילה עפראווט פון די רבנים און וועד הצניעות!

אין מאנרא שוויץ איז טאקע דא אן איסור פאר בחורים אונטער 18,

די ערשטע אזא שוויץ איז דאכט זיך געווען שלאמיאק אין בארא פארק, וואס רופט זיך Spa 60, אויף א היימישע פארנעם אויף 60 סטריט אין בארא פארק.

די צווייטע אין די רייע איז די באקאנטע שוויץ און קרעטשמע ספא 42 אין מאנרא אינדרויסן פון שטעטל קרית יואל, געפירט דורכ'ן אלעמען באקאנטן ברוך גלויבער, וואס דאס איז א חידוש אביסל אנדערש ווי די אנדערע אז עס האט אויך א רעסטוראנט אויפן פלאץ, און א באר מיט טרינקען איז אויפן וועג,

די דריטע איז געווען מרחץ אין מאנסי, וואס איז געפירט דורך פערל, א גאר שיינע נייע ברענד ניו פלאץ.

ווי אויך איז דא די באקאנטע Vibes פלאץ אין מאנסי, די געוועזענע lifeplex וואס איז אויך נאר פאר מענער און האט א גוטע שוויץ.

יעצט קומט אויף די רייע פאר וויליאמסבורג עיר הקודש, the oak room spa

לויט מיין מיינונג איז דאס די נייע VIP CLUB ווי די עליטע וועלן מאכן ביזנעס דיעלס אנשטאט די ווארעמע מקוה בורות,

סך הכל די איינציגסטע כשר'ע אוטלעט ביז יעצט איז געווען עסן/ פרעסן און מוזיק - יעצט קומט צו שוויץ אויפן מאפע.

נעקסט קומט shvitz on wheels פאר יעדע רייסערישע איווענט, און eventually א באר און יעדע שוויץ מיט אלקאהאלישע געטראנקען...

לאמיר זעהן וואס קומט נעקסט....

( דיסקלעימער, א חלק אינפארמאציע קומט פון אנדערע מקורות)

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר