זענען מיר טאקע אזוי אנדערש פון לב טהור?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 996 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1183 מאל

זענען מיר טאקע אזוי אנדערש פון לב טהור?

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

אין ליכט פונעם קאורט קעיס וואס גייט יעצט פאר איבער עטליכע מעמבערס פון לב טהור, האב איך הנאה פונעם אשכול לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס! כאטש איך האלט אוודאי נישט מען דארף רחמנות אויף די אנגעקלאגטע, און איך גלייב אויך נישט אז דער פותח האשכול עם כל ניקיותיו איז טאקע פון בבל, האב איך נאכאלס הנאה פון די אינפארמאטיווע אינהאלט.

נאך אן אשכול בענין וואס האט זיך יעצט געעפנט די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט, איז אויך א וויכטיגע אשכול, צו קענען ארויסברענגען די געפילן וואס באלאנגען נישט אינעם פריערדיגען אשכול.

די דאזיגע אשכול וויל איך שטעלן ערגעץ אינדערמיט, מען מעג רעדן מעלות און חסרונות. און איך וואונדער מיר באמת ווי ווייט אונזערע קהילות זענען פון לב טהור.


לב טהור לאזט נישט אוועקגיין! אונז לאזן אוועקגיין? (גור מיט ר' שאול'ס מענטשן, אחים וויזניץ, OTD).
לב טהור שידוכים! אונזער שידוכים? (יא, אבער ביי אונז איז א גרויסע פראצענט צופרידן פון די שידוכים צום סוף... ביי זיי נישט?)
לב טהור עונשים. דאס איז אן ענין וואס איך מיין עס איז טאקע בעסער ביי אונז.
לב טהור קאנטראל! אונזער קאנטראל?
לב טהור מען טיילט איין וועגן חתונה געהאטע לעבן! און ביי אונז? (הלכות, השקפה, חתן/כלה טישערס, פרשת בילגריי לדוגמא)
לב טהור מאלעסטעישן! וואס גייט פאר ביי אונז? (איך האב נאר געהערט איבער איין באשולדיגטער ביי זיי, און ביי אונז איז עס ב"ה אויך נאר א מיעוט).
אזוי קען מען רעדן און רעדן, און דעבאטירן יעדע נקודה.

איך זאג נישט אז אונז זענען פונקט די זעלבע ווי זיי, איך קוק עס פשוט אן ווי א ספעקטרום. און כאטש עס איז ריכטיג לדעתי אז זיי זענען א שטערקערע קאליר און פלעיוואר, קענען מיר נישט שטיין ווי אויפן מאראלישן הויך בימה און זיי דן זיין ווי אן אנדערע בעל חי לגמרי.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר