פסיכא-אנאליסיס

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 673
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 2837 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2078 מאל

פסיכא-אנאליסיס

שליחה דורך אלפא »

דער וואס קען מיר אביסל ווייסט צו זאגן פון מיין passion צו סאציאלע סייענס בכלל און אבסעסיע מיט סייקא-אנאליסיס בפרט.

לערנענדיג, ליינענדיג, און זייענדיג דערין, גיי איך אביסל בשיטת 'יפוצו' דערביי, ווי איך האלט אז עס איז וויכטיג וואס מער אירע זאלן וויסן דערפון און עס קענען-לערנען – אויב נישט פארמאל מיט א טעראפיסט דאן כאטש וויסן צו זאגן פון די אונטערליגענדע יסודות - וועלכע האבן די פאטענציאל צו אנטדעקן גאר פארבארגענע פלעצער אין דעם אייגענעם נפש וועלכע מ'וואלט אנדערש זיך נישט גע'חלומ'ט. חלומ'ט זאג איך? אפשר גראדע וואלט מען גאר יא גע'חלומ'ט דערפון לויט ווי פרויד שפעקילירט.. אבער לאמיר גיין פאוואליע.

די פעלד פון פסיכאלאגיע איז א גרויסע און פארצווייגטע, מיט גאר אסאך אפצווייגן, מיינונגען, קריטיקס, און מהלכים. פסיכא-אנאליזע (אדער סייקא-אנאליסיס) איז בלי ספק פון די העכערע אינעם שטייסל, סיי זייענדיג לכאו' די ערשטע אפיציעלע מעטאד אפצולערנען און דעגרינטעווען טיף אינעם נפש האדם מיטן צושטעלן הילף אויף א רייע פראבלעמען. סיי מיטן רייכן לעגעסי דערפון אין וואס ריזן אינעם פסיכאלאגישן פעלד האבן געלאזט ברייטע פינגער אפדריקן אנגעפאנגען פונעם טאטן זיגמונד (-שלמה) פרויד, אראפ צו ריזיגע אינסטיטוציעס היינט-צו-טאגס. און נישט צו איגנארירן די מאסיווע קריטיקס וועלכע עס איז שוין אויסגעשטאנען מיט די צייטן סיי דורך פראפעסיאנאלן אין דעם פעלד און סיי דורך סתם פילאזאפן אדער סייענטיסטן וועלכע קוקן דאס אן נישט מער ווי א זעקל שפעקולאציעס /פסודאסייענס אין בעסטן פאל, אדער גאר נידריגע דמיונות און שעדליכע פאנטאזיעס אין ערגסטן פאל.

איך גיי נישט דא אריינגיין לאורך ולרוחב הסוגיא וקריטיק'יהו, סיי ווייל עס איז קצר היריעה מהכיל און מיינע מעגליכקייטן פון עס אראפלייגן, און סיי ווייל ווער עס וויל דאס דורכטון דארף און קען דאס טון אויף אסאך פארמאלע וועגן כדבעי. וואס יא, אזויווי איך האב געטראפן זייער א גוטע – קורצע סיכום פון די הויפט אנאליטיק קאנצעפטן און געדאנקען אויף דעם טשענעל, וועל איך צוברענגען דא די ווידיאוס איינס ביי איינס און צושרייבן א דיסקריבשאן צו יעדע איינס, און יעדער איז מכובד דאס אויסצוהערן און אליין דאס טראגן ווייטער. (יעדער איינס פאר זיך נעמט ארום 6 מינוט אויסצוהערן, ספוילער: געוויסע האבן אומאיידעלע ענימעישאנס דורכאויס.)

און פאר מ'גייט ווייטער קען מען אודאי נישט אויסלאזן דעם אשכול, ווי @שאלתיאל באשרייבט אזוי שיין די היסטאריע פון פסיכא-אנאליזע והמסתעף.


1. הקדמה - פסיכא-טעראפי



פסיכא-טעראפי קען זיך אנהערן עפעס א זאך וואס באלאנגט פאר מיטגעמאכטע אדער פראבלעמאטישע מענטשן, אבער אין פאקט וועלכע מענטש עקספיריענסד דען נישט געוויסע סטרעס, אנגסט, צומישעניש, רעלעישאנשיפ פראבלעמען (- שלום בית בלע"ז..), אדער משפחה איינגעלעגענהייטן?! די איינציגסטע זאך וואס קוואליפיצירט באמת צו גיין נעמען טערעפעאטישע הילף איז צו זיין א נארמאלע מענטש.

עס קען זיך אפשר פילן אביסל אומאיינגענעם אדער פרעמד זיך אויסצורעדן פריוואטע זאכן מיט אן אומבאקאנטע טערעפיסט, פארוואס דען נישט רעדן צו א פריינט אנשטאט? אבער חוץ פון וואס א פריינט איז בדרך כלל נישט טרענירט אויסצוהערן אויפריכטיג און נישט איבערהאקן - איז אפט מאל דייקא די פרעמדקייט צום טעראפיסט דאס וואס מאכט פילן אומגע'משפט לויט די נארמען צו וואס מען איז נארמאל אויסגעשטעלט נאר ענדערש לויט דעם אמת'ן זיך וואס באהאלט זיך אויס צווישן די אלע צומישענישן מיט וואס מ'קומט באגלייט.

די פרייז פון פסיכא-טעראפי קען זיך אנהערן טייער, אבער אלעס קומט אראפ צו וויפיל וועליו מיר לייגן דערצו. ווען מ'פארשטייט אז כמעט אלעס אין אונזער הלוך ילך דרייט זיך ארום נישט האבן גענוג פארשטאנד צו אונזער אייגענע נפש, צו וואס מיר ווילן, און איבער אונזער אינערליכע קאנפליקטן, דאן איז טעראפי די פלאץ וואו מיר פארפילן זיך מיט דעם אינפארמאציע - ווי מיר אבזערווירן און קומען אין קאנטאקט מיט אונזער אייגענע רצונות. און מיטן רעדן אומגעשטערט גענוג לאנג טוען זיך פארמירן פעטערנס וועלכע הייבן אן אנטפלעקן טיפע חלקים אין אונז צו וועלכע מיר זענען געווען אויסגעשפארט בעפאר.



2. זיגמונד פרויד



הוא הגבר, וועלכע העלפט אונז פארשטיין פארוואס לעבן איז אזוי שווער און אנגעלייגט מיט צומישענישן און פראבלעמען. אין פאקט איז ער אליינס אריבער א שווערע יוגנט און האט זיך געהאט זיין אייגענע פעקל צו זיך, ווי ער האט זיך שפעטער אויסגעדרוקט, אז צווישן אלע זיינע פאציענטן איז זיין שווערסטע געווען זיך אליינס.
קודם אלס מעדיקעל סטודענט אין וואו ער איז אדורכגעפאלן אין אסאך פון זיינע עקספערימענטן, איז ער למעשה אנגעקומען צו ווערן דער גרינדער פון די סייקא-אנאליסיס מעטאדע און איר לאנגע טראדיציע.

אנגעפאנגען מיט זיין בוך איבער חלומות נאכפאלגענדיג מיט אסאך אנדערע, איז ער אבער אלס געבליבן אומצופרידן, און דאס האט אים געפירט אויפצוקומען מיט זיין פלעזשער פרינציפאל קאנצעפט, וועלכע לויטערט אז מיר מענטשן זענען געבוירן מיט דעם איינעם דרייוו פאר אלטימעטע פלעזשער, און זייט די געבורט זענען מיר אויסגעשטעלט צו וועלן טון וואס מעגליך צו פארמיידן אנשטרענגונג און פארדינען תענוג וועלכע קען אויך גיין זייער קרום אויב מיר הערן אויף צו זיין פראדוקטיוו אדער האבן אומרעאליסטישע רצונות. און דערפאר דעוועלאפן מיר דעם רעאליטעט פרינציפאל צו אדאפטירן צום רעאליטעט וועלכע נעמט אבער אויך אריין ניוראסיס - וואס אין קורצן באדייט עס צו רעפרעסן אומריכטיג דעם פלעזשער פרינציפעל.

פרויד האט צוטיילט דעם אנקאנשעס מיינד אינעם נפש אין דריי חלקים וועלכע זענען אין כסדר'דיגע קאנפליקט, די איד (-ID), עגא (-EGO), און סופערעגא (-SUPEREGO), וואו די איד איז די חלק וועלכע זוכט נאר פלעזשער, די סופערעגא איז וואס טיילט אונז איין וויאזוי צו זיין 'נארמאל' און אויספאלגן רולס, און די עגא איז דעם מיטלמענטש וועלכע שטייט אינצווישן די אנדערע צוויי.

לגבי ניוראסיס, האט ער צוטיילט די מענטש און באזונדערע שטאפלען,

1. די אראל פאזע, ווי אלעס דרייט זיך ארום דעם מויל/עסן, אלס קינד ווען מ'נעמט אן אדער זאגט אפ פלעזשער וואס קומע מיטן עסן. און אויב עס גייט ראנג קען מען דעוועלאפן א פלעזשער פון אפזאגן עסן וכדו'.
2. די אנאל פאזע, ווי די עלטערן טיילן אונז איין וואס מעג און מעג נישט געטון ווערן (געבינדן מיט בית הכסא טרענירונג), און מיר הייבן אן טעסטן די גבולות פון אטאריטעט. זאכן קענען גיין שלעכט דא אויך און מיר דעוועלאפן אן אומריכטיגע צוגאנג צו אטאריטעט.
3. די פאליק פאזע, ווי מיר הייבן אן דעוועלאפן ליבשאפט, און לויט פרויד געשעט דאס צו איינער פון די עלטערן ספעציפיש און וואו די צווייטע בלייבט אינדרויסן פונעם שפיל, וועלכע ער רופט אן דעם אידיפוס קאמפלעקס. דאס ברענג אויך מיט שולד און קנאה געפילן, וועלכע שפיגלען זיך אפ אין די שפעטערדיגע ליבע באצואונגען. און אויב איינער פון די עלטערן לדוגמא איז קאלט, גייט ליבשאפט אייביג מיטקומען מיט א געוויסע מרחק, א.א.וו.

פרויד האט שפעטער געשריבן א בוך איבער סאסייעטי און איבער וויאזוי די אינדיווידואלע אינערליכע קאנפליקטן מעניפעסטירן זיך אויפן סאציאלן ראלם.

דאן האט ער דעוועלאפט זיין סייקא-אנאליטיק טריטמענט ווי מיטן האבו דעם פאציענט אויפן בעט, האט ער אנאלאזירט די חלומות און צונג-גליטשן פון די פאציענטן אלס מיטלען וועלכע דעקן אויף טיפע אינערליכע געפילן.



3. סאבלימעישאן.



אסאך פון אונזער טיפע רצונות און געפילן דרייען זיך ארום שעדליכע געדאנקען ווי רצח'נען, גנב'נען, אויסנוצן אנדערע אויף מאדנע וועגן, אבער אין פראקטיק זענען מיר מצליח אויסצודרייען די רצונות צום גוטן, און אויפטון פארן וועלט דערמיט. דעם פראצעס פון נוצן שלעכטע דעסייערס צום גוטן האט פרויד גערופן סאבלימעישאן.
ער האט אנאלאזירט אסאך גרויסע דאקטורים און סייענטיסאן צו האבן ארויסגעוואקסן פון דעם פאקט אז זיי האבן געהאט זייער שלעכטע דעסייערס בעפאר, און ווי ער לייגט עס אראפ ליגט אין דעם א געזונטע פראצעדור פון אויסדרייען אונזער אומפארפילטע אומרעאליסטישע נארסיסיסטישע געפילן צו געזונטע עדאלט קאמפראמיזן. וואו מ'קען אויסנוצן אונזער דיסאפוינטמענט צו ווערן מער פראדוקטיוו.

"א גוט לעבן איז נישט ווען מ'האט וואס מ'וויל, נאר ווען מ'איז מצליח צו טרעפן צופרידנשטעלנדע צווייט בעסטע"!



4. אננא פרויד




זי איז געווען א טאכטער פון פרויד, אנגעפאנגען אלס טיטשער און דאן מיטגעטיילט איר טאטנס ווערק. און זיך אויסגעצייכנט און קלינישע ווערק מיט קינדער נאכן קריג אדער סתם פון צובראכענע שטובער.

זי איז מערסט באוואוסט פאר די דעפענס מעכאניזם טעאריע, ווי זי צולייגט א ליסטע פון צען מערסט באנוצטע מיטלען וואס מענטשן נוצן צו דיפענדן און באהאלטן דעם זיך.

1. דענייעל, די מיטל צו פארמיידן קאנפרענטאציע מיטן פראבלעם.
2. פראדזשעקשאן, צו לייגן אן אייגענע שלעכטע געפיל ווי כאילו ס'איז די צווייטנס, לדוגמא, מ'מיינט אז די ווייב וועט זיין קריטיקעל איבער עפעס אבער אין פאקט איז זי פארשטענדליך נאר די קריטיק ליגט אינעם מענטש זעלבסט.
3. זיך אויסדרייען אנקעגן זיך, ווי מ'נעמט א ווייניגער שרעקעדיגע מחשבה אנשטאט די ביטערע אמת, א שטייגער ווי א פארפייניגטע קינד וועט האלטן אז ער איז די שלעכטע אנשטאט צו קענען משלים זיין מיט די מער שרעקעדיגע אפציע אז די עלטערן זענען שלעכט.
4. סאבלימעישאן, ווי פריער אויסגעשמועסט, וואס איז גראדע נאך די בעסטע פון אלע, הגם אויך א וועג צו פארמיידן שלעכטע חלקים פון אין זיך.
5. רעגרעסיע, ווען מ'באשולדיגט אנדערע אין אייגענע פראבלעמען. -עס איז נארמאל צו געשען אונטער סטרעספולע מאמענטן אבער פראבלעמאטיש אויב גייט עס אן צו לאנג.
6. ראציאנאליזאציע, ווען מ'רעדט זיך איין אז באמת וויל מען נישט וואס מ'וויל יא באמת, א שטייגער ווי אוועקמאכן א געוויסע פאזיציע נאכן ווערן אפגעזאגט דערפון.
7. אינטעלעקטואליזאציע, ווען מ'פארמיידט די נישט געשמאקע געפילן מיטן טראכטן און זיין פארנומען מיט גרעסערע און וועלטליכע פראבלעמען אזוי-צו-זאגן.
8. רעאקציע פארמאציע, ווי מיר טוען פונקט פארקערט ווי אונזער עכטע דעסייער, א שטייגער ווי זיין אגרעסיוו צו איינעם וועמען מ'האט שטארקע געפילן פאר.
9. דיספלעיסמענט, וואו מ'לייגט אריבער די געפיל צו א פלאץ וואו מ'קען עס בעסער קאנטרעלירן, לדוגמא, נאך א שלעכטע טאג מיטן בעל הבית צו שרייען אויפן ווייב.
10. פאנטאזיע, צו טרעפן באקוועמליכקייט אין א פאנטאזירטע וועלט (חלומ'ן וואך, פאעזיע, פ**נאגראפיע,) אנשטאט לעבן אינעם אומבאקוועמען רעאליטעט.

זי לייקנט נישט אז רוב מענטשן נוצן כסדר אסאך פון די דעפענסעס, זי ברענגט נאר ארויס וויאזוי מיטן עס בעסער פארשטיין קען מען זיך אליינס בעסער פארשטיין און צוקומען צו מער צופרידענהייט און רואיגקייט דורך דעם.



5. מעלאני קליין



זי האט דאס מערסטע געשיינט אין די פלאץ וואו פרויד האט שטארק פארזען, דאס איז אין די אנאליסיס פון אינגע קינדער, בעת וואס ער איז געווען סקעפטיש אז עס איז דא וואס צו אנאלאזירן ביי אומדעוועלאפט קינדער, האט זי געזען א וועלט פון געפיל אין יעדע ריר פון א קינד און זי האט זיך טאקע אפגעגעבן אסאך מיטן אנאלאזירן וויאזוי קינדער שפילן און קאמיוניקירן צו זיי דרוך דעם.

אזויווי פרויד האט זי אויך פראבירט צו דערגיין וואס עס פירט פון א אינג קינד ביזן ווערן אן ערוואקסעהעם עדאלט, און וואס קען אלס גיין קרום אין דעם פראצעדור.

און איר אביעקט-רעלעישאן טעאריע האט זי אבזערווירט וויאזוי די בעבי דרייט זיך אין א וועלט וואו גארנישט קלעבט נישט איינס צום אנדערן און פארשטייט נאך אפי' נישט דעם געדאנק אז 'זאכן' ארום זענען אין פאקט 'מענטשן', ביים קינד איז די מאמע נישט מער ווי א pair פון בריסטן וועלכע צומאל טוען אים צופרידנשטעלן מיטן געבן אים צו עסן און צומאל אים לאזן הונגערן אן קיין חשבון, וואו ער קען נאר עקספיריענסן גוטס/פלעזשער ווען ער איז זאט און ווייטאג/מיזערי ווען ער איז הונגעריג. די געפיל פון פארלוירענע הילפסלאזיגקייט פירט דעם קינד צום דעפענס מעכאניזם פון ספליטן דעם מאמע אין צוויי באזונדערע כאראקטערן איינס די גוטע און איינס די שלעכטע (-שווארץ/ווייסע בליק..) וואו די גוטע האט מען ליב און די שלעכטע וויל מען צובייסן און צושטערן מיט אגרעסיע.
מיט די צייט ווערט דעוועלאפט די געזונטערע בליק אז דאס איז אין פאקט איין מאמע וועלכע באשטייט פון גוטע חלקים און נישט אזעלכע גוטע חלקים, און דאס טייטשט זיך אפ אלס די קאנצעפט פון עמביוועלענס וועלכע שפיגלט זיך אויך אפ שפעטער אין לעבן ווען מיר זענען ביכולת צו זען די קאמפליצירטערע רעאליטעט ווי גארנישט איז נישט כולו גוטס אדער כולו שלעכטס, און דאס קומט צוביסלעך דורך די דעפרעסיוו פאזיציע – די מאמענטן וואס מ'אנערקענט אז רעאליטעט איז נישט אזוי סימפל ווי געמיינט.

נישט יעדער איינער קומט למעשה אינגאנצן אן צו דעם פאזיציע, און לויט קליין רופט זיך דאס ווען מ'איז געבליבן אין דעם סקיצויד-פאראנויד פאזיציע, וואו אפי' אויפן עלטער איז מען גענויגט צו אדער ליב האבן אדער פיינט האבן אן קיין עמביוועלענס טאלערירט.



6. דזשאן בולבי





7. דאנאלד וויניקאט



ער האט טאקע נישט געהאט קיין אייגענע קינדער, אבער האט גאר שטארק אינוועסטירט און געשריבן איבער די געדאנק אז די וועלט ווערט נאר א בעסערן פלאץ דורכ'ן אויפהאדעווען געזונטערע קינדער און פארשטיין וויאזוי צו זיין געזונטע עלטערן. זייענדיג אן איבערגעגעבענע טעראפיסט פלעגט ער אויך האלטן אסאך פובליק רעדעס איבער דעם נושא, און ארויסגעגעבן א צאל ביכער צווישן וועלכע עס ציילט זיך Good enough mother.

צווישן אנדערע האט ער פראפאזירט אפאר נקודות וויאזוי צו זיין אן עפעקטיוו פערענט:
1. געדענקען אז די קינד איז וואלנרעבל, מיטן פארשטיין אז א קינד האט נישט קיין השגה וואס עס קומט פאר מיט און ארום אים, ער ווייסט נישט ווען די קומענדיגע פיד וועט זיין, און האט נישט קיין וועג צו קאמיוניקירן, דארפן די ארומיגע זיין אסאך מער וואך און פארשטענדליך אפצולערנען דעם קינדס באגערפענישן און נישט ארויפצולייגן אוממעגליכע דעמאנדס אויפן קינד.
2. לאזן דעם קינד זיין אויפגערעגט, נישט ווערן פרוסטרירט אדער אומטאלעראנט צום קינד ווען עס רעאקטירט נאטורליך מיט כעס, אזוי ארום אויפבויען דעם געדאנק ביים קינד אז נישט אלעס וואס ער פילט איז בדוקא די רעאליטעט.
3. זיכער מאכן אז קינדער זענען נישט צו וואויל, וויניקאט האט פארשטאנען אז ווען א קינד איז מו וואויל און האט דעוועלאפט א געוויסע פחד פון זיין שלעכט טוט דאס אנדייטן אויף אן אומגעזונטער פאלשע סעלף וועלכע די קינד האט אדופטירט דורכן באקומען צופיל דרוק זיך צוצושטעלן און דאס שטערט שפעטער פון זיין אמת'דיג זיך און זיין געזונט און קריעטיוו.
4. לאז אים זיין א קינד, ווען קינדער ווערן געדרוקט צו אדופטירן ערוואקסענע סקילס צו פרי, סיי טעכנישע סקילס און סיי עמאציאנאלע – לדוגמא דארפן זיך ארומשלעפן מיט דאגות פון די עלטערן, וואס לויט אים דארף מען זיין זייער וואכזאם צו געבן דאס קינד פלאץ און נישט אימפאזן די אייגענע דעסייערס אויפן קינד.
5. פארשטיין די וויכטיגקייט פון זיין עלטערן אפי' מ'איז פארנומען מיט די ארבייט, ווי ער ברענגט ארויס אז די ארבייט פון אויפהאדעווען קינדער איז נאך אזוי וויכטיג ווי די ארבייט פון א פריים-מיניסטאר – נאך וואס געזונטע קינדער קאנסטיטוטן צו א געזונטע און סטאבילע סאסייעטי.



8. דזשאקועס לאקאן



איינער פון זיינע טעאריעס דרייט זיך ארום דעם פאזע אינעם קינד וואו ער דערקענט זיך אין שפיגל, און הייבט אן באמערקן אז ער מאכט אינגאנצן א צווייטע רושם פון אינדרויסן ווי דאס וואס מ'עקספיריענסד אינערווייניג אין די קאפ/הארץ.

בעת וואס אינערווייניג טוט זיך א כאאס פון געפילן, דעסייערס, און מחשבות, זעט מען פון אינדרויסן גארנישט אן אויפן מענטש נאר דאס בלעכענעם פנים וואס מ'שטעלט אן. און וויפיל מ'וויל און פראבירט צו קאמיוניקירן אונזער עכטע זיך צו אנדערע פאלט דאס דורך און קיינער אנדערש פארשטייט נישט אונזער אמת'ע זיך. דאס מאניפעסטירט זיך ווען מ'פראבירט צו טוישן די אויסערליכע פערפארמענס מיט אלע סארט מיטלען, אבער מ'איז בכל אופן נישט מצליח ארויסצוקריכן פון דעם מאוימ'דיגע איינזאמקייט.

ער איז געווען זייער קריטיקעל איבער די נושא פון ליבשאפט און ס**סואלע רעלעישאנשיפס, און איין באקאנטע סטעיטמענט שרייבט ער “Man knows nothing about woman, and woman knows nothing about man”, ער טענה'ט אז אלע רעלעישאנשיפס דרייט זיך ארום די פאנטאזיע איבערן שותף לויט וויאזוי יענער שטעלט זיך פאר אויסערליך, און דערפאר האלט ער אז מ'דארף זיין מער פארזיכטיג ביים אפלאזן איינעם פאר די האפענונג פון טרעפן א צווייטע-בעסערן שותף וועלכע גייט פארשטיין בעסער..

איבער פאליטיק האט ער אויך געשריבן אסאך נאכן מיטלעבן די רעוואלוציאנערע תקופה אין די 60גער יארן, ער האט ארויסגעברענגט וויאזוי אין א דעמאקראטיע זוכט מען דעם פירער וועלכע וועט איבערנעמען אלע אונזער פראבלעמען פונקט ווי די האפענונג צו גוטע עלטערן, און אז א גוטע פאליטישן באדייט איינער וואס קען ברענגען א רעאליסטישע רעאליזאציע צום פאלק אן אויפברויזן די מאסן און נישט סתם פטר'ן אלע פראבלעמען אזוי-צן-זאגן.

ער האט געהאט אינטרעסאנטע באציאונגען כלפי זיינע קליענטן, ער פלעגט זיי אפי' נישט געוואלט רופן 'פאציענטן' נאך וואס ער האט געפילט ווי ער איז פשוט דא צו העלפן מענטשן מאכן סענס פון דעם קאמפליצירטע רעאליטעט, און ער פלעגט אפט האבן אינטרעסאנטע סארט סעסיעס וועלכע פלעגן קענען געדוירן נישט מער ווי פינף מינוט אויב דאס איז וואס די קליענט האט געוואלט, א.א.וו.

ער פלעגט ארומגיין מפיץ זיין סייקא-אנאליזע פאר ארטיסטס, פאליטישאנס, און פאר סיי וועמען, נישט נאר פסיכאלאגן און פילאזאפן, ער האט געהאלטן אז דאס גייט ווערן א חלק פונעם טאג טעגליכן לעבן און גערמיט באקעמפן קאמוניזם און אנדערע אומגעוואונטשענע איידעאלאגיעס וועלכע שפראצן בשרשם ארויס פון אן אומגעזונטע פערספעקטיוו אויפן וועלט.



9. קארל יונג



ער איז געווען א שותף אין פרוידס ווערק לכתחילה, שפעטער האט ער זיך אפגעטיילט נאכן זיך צוקריגן איבער געוויסע נקודות וויאזוי אויסצוטייטשן דעם נפש (עס איז געקומען נאך א חלום וועלכע ער האט געהאט און פרויד האט געגעבן גאר א צווייטע משמעות דערצו), ער איז געווען מער רעליגיעז און איז צוגעגאנגען מיט מער ספיריטואליטעט צום נפש.
ער האט דעוועלאפט אן אייגענע מעטאד אין טעראפי טריטמענט ווען ער האט געהאלטן אז פרוידס מהלך (וועלכע קען נעמען ביז 10 יאר) איז צו לאנג.

ער האט זיך צוזאמגעשטעלט א ליסטע פון 100 ווערטער און האט עס אויסגעליינט פאר די קליענט, וואו מ'האט געדארפט רעספאנדן ספאנטעניוס אן צו טראכטן אדער אויסרעכענען, נאר שיסן וועלכע ווארט די קאפ קומט אויף, דורך דעם האט ער אנאלאזירט וואס עס ליגט אויפן אנקאנשעס וואז די מענטש וואלט נישט געזאגט סתם אזוי, אויך האט ער געלייגט א שטארקע דגוש אויף די ווערטער וואס מ'האט נישט געוואלט ענטפערן, און שפעקילירט וואס עס קען ליגן אונטער די ווידערווילן פון ענטפערן.

זיין מעטאדע איז נישט ברייט באנוצט היינט, אבער די פאלגענדע ליסטע און די געדאנקען דערונטער שטעלן פארט צו חומר למחשבה איבער וויאזוי מיר באגייען זיך אין אזעלכע און ענליכער סיטואציעס און וויאזוי אונזער ערשטע רעאקציעס קענען אנדייטן וואס עס ליגט טיפער אינערווייניג.
פאלגענד איז זיין ליסטע:
1. head 2. green 3. water 4. to sing 5. dead 6. long 7. ship 8. to pay 9. window 10. friendly 11. to cook 12. to ask 13. cold 14. stem 15. to dance 16. village 17. lake 18. sick 19. pride 20. to cook 21. ink 22. angry 23. needle 24. to swim 25. voyage 26. blue 27. lamp 28. to sin 29. bread 30. rich 31. tree 32. to prick 33. pity 34. yellow 35. mountain 36. to die 37. salt 38. new 39. custom 40. to pray 41. money 42. foolish 43. pamphlet 44. despise 45. finger 46. expensive 47. bird 48. to fall 49. book 50. unjust 51 frog 52. to part 53. hunger 54. white 55. child 56. to take care 57. lead pencil 58. sad 59. plum 60. to marry 61. house 62. dear 63. glass 64. to quarrel 65. fur 66. big 67. carrot 68. to paint 69. part 70. old 71. flower 72. to beat 73. box 74. wild 75. family 76. to wash 77. cow 78. friend 79. luck 80. lie 81. deportment 82. narrow 83. brother 84. to fear 85. stork 86. false 87. anxiety 88. to kiss 89. bride 90. pure 91. door 92. to choose 93. hay 94. contented 95. ridicule 96. to sleep 97. month 98. nice 99. woman 100. to abuse



לאמיר נאר צוענדיגן מיט א גלייכווערטל וואס כ'האב געהערט פון א טעראפיסט בנוגע דאס אז די פרוידיען מהלך נעמט אזוי לאנג ביז מ'האט זיך למעשה ארויס. זאגט ער:
עס איז געווען אמאל א פריץ וועלכע איז אים אריין א דזשוק אין קאפ אז זיין הינטל דארף זיך אויסלערנען צו רעדן, נו, וועמען דען קען מען משוגע מאכן דערפאר אויב נישט די מאשקעס?!
האט ער איבערגערופן די ראשי קהילה און מודיע געווען אז אויב שטעלן זיי אים נישט צו א געלערענטע איד וואס זאל קענען אויסלערנען זיין הינטל צו רעדן - וועלן זיי זיך אלע טרעפן פארטריבן פון דארף אין דריי טעג צייט.
אנגעצויגן און נישט וואוסנדיג וואו זיך אהין צו טון, האט עפעס א דארפסמאן דארטן זיך אנגעטראגן צו טון די מלאכה, מחוסר ברירה נאכן מסכים זיין האבן די ראשי קהילה אים געפרעגט וואס זיין פלאן למעשה איז דא?
האט ער געענטפערט, איך וועל גיין צום פריץ און זיך אויסנעמען אז איך קען עס טון, אבער עס גייט מיר נעמען אביסל צייט, דהיינו, א מענטש זיך אויסצולערנען רעדן נעמט אן ערך פון דריי פיר יאר, יעצט, אן הינטל דארף מען צולייגן נאך דריי, און מיט דעם וואס איך בין נישט אזוי פראפעסיאנאל בעט איך נאך דריי יאר.
און נאך צען יאר וואס גייט זיין? פרעגן זיי אים.
אה, ביז צען יאר וועט אדער די הינטל שוין האבן גע'פגר'ט, אדער וועט די פריץ שוין נישט לעבן, און אין ערגסטן פאל וועל איך שוין נישט לעבן...

והנמשל מובן.


[PDF
פסיכאאנאליסיס.pdf
(407.16 KiB) אראפגעלאדנט 16 מאל
]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום אלפא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר