איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
דערהויבענע איד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 564
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 3979 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 971 מאל

איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?

שליחה דורך דערהויבענע איד »

אוקי, כ'מיין נישט צו זיי זענען בני אברהם יצחק ויעקב, כ'מיין צו זיי זענען א חלק פון די גרופע וואס פאררופט זיך אידן.


אונז שטיי מיר קרוב צו זעקס חדשים נאך די ביטירע אומגליק וואס האט באטראפן אונזער פאלק ביום שמחת תורה תשפ''ד, כלל ישראל'ס הארץ איז צופיצלט אויף טויזענט, און מ'צאפלט אויף די גורל פון די משכונות.


פון א צעטיילטע מדינה וואס וויל נישט אנקוקן די אנדערע זייט, פון טעלעוויזיע סטודיאו'ס וואס שפריצן שנאה פון איין פאליטישע לאגער אויפן צווייטען, האבן זיך אידן אנקעגן געקומען איינער דעם צווייטען, און צוזאמען ארויסגעגאנגען מלחמה האלטן קעגן דעם שונא. די נאכפראגע פאר תפילין, פאר אידישקייט, פאר אחדות, פאר געזאנג פון אמונה, האפענונג, און שטאלצקייט צו זיין א איד, און צו זאכן וואס סימבאלירן אידישקייט, ווערט נאר גרעסער.

אין יעדע שטאט ווי עס זענען נאר פארהאן אידן, איז דא צוזאמקונפן פון אחדות און תפילה פאר די צוריקקער בשלום פאר די חיילים, און פאר די פארכאפטע. עס ליגט נאך אין די ביינער די גרעסטע אידישע ראלי וואס איז געווען אפאר חדשים צוריק אין וואשינגטאן, וואס לכאורה זינט מעמד הר סיני איז נישט געווען נאך אזא גרויסע ציבור אידן אויף איין פלאץ. יעדער האט געלייגט זיינע רעגליעזע און פאליטישע אנשויאנגען אין א זייט, און געקומען מיטקרעכצן און מיטוויינען וואס איז געשען צו אונזער פאלק, און זיך צוזאמען מחזק געווען מיט האפענונג.

אפילו ביי חרדי'שע אידן, גייט נישט דורך קיין דינער ווי מ'זאגט נישט קיין קאפיטל תהלים פאר אחינו בני ישראל, נישט קיין חופה וואס מ'זינגט נישט קיין ניגוני התעוררת והתחזקות, און ביי פילע חתונות זעט זיך אן א טיש אנגעגרייט מיט נעמען און בילדער פון די פארכאפטע, צו סימבאליזירין ווי אונז גארן זיי צו טרעפן געזונטערהייט.

ס'קומט אבער צו סאטמער, איז אן אנדערע מעשה. די גאנצע ענערגיע גייט בכלל נישט פאר אחבנ''י אין א''י, אלעס גייט אן ווי נארמאל, אז מ'הערט שוין יא עפעס, איז עס נאר אז מ'זאל זען נישט 'פארכאפט' צו ווערן אין די 'קליפת הציונת' (?).




איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?

דער אשכול פארמאגט 70 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר