איך שטיי מיט די היימישע לגב"ט געמיינדע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 778 מאל

איך שטיי מיט די היימישע לגב"ט געמיינדע

שליחה דורך שערי יושר »

אזוי ווי מיר האלטן מיר אינמיטן די חודש פון יוני די חודש פון pride, וויל איך אויסדריקען מיין שטיצע און שעצונג פאר די לגב"ט קאמיוניטי.

איך רעד נישט פון די מענטשן וואס מארשירן מיט פילפארביגע פענער אויף פיפטע עוועניו אין מאנהעטן, און אין אלע שטעט ארום די וועלט, מענטשן וואס זענען שטאלץ מיט זייער געשלעכטליכע ארענטאציעס, און מאכן זיכער אז די וועלט ווייסט פון זיי.

איך רעד פון פון א אנדערע טייל פון די לגב"ט+ קאמיוניטי, טויזענטער מענטשן וואס זענען געי לעסביען בייסעקסשועל און טרענסעקסשועל אבער זיי מארשירן נישט שטאלצערהייט אויף די הויפט גאסן פון זייער שטעט מיט א שטאלצקייט, זיי פלאטערן נישט קיין קאלירפולע פענער פון זייערע קארן און הייזער.

איך רעדט פון אונזערע היימישע ברידער און שוועסטער וואס דאווענען אין אונזערע שולן, שיקן אין אונזערע מוסדות, און לעבן מיט אונז צוזאמען, זיי זענען אונזערע חברים שכנים און משפחה,
בחורים אינגעלייט און עלטערע אידן וואס זענען געי, מיידלעך ווייבלעך און פרויען וואס זענען לעסביען, זכרים וואז זענען אינערליך נקבות, און נקבות וואס זענען אינערליך זכרים, ביי זיי איז די חודש פון יוני גארנישט מער ווי אנדערע חדשים, זיי לעבן ווייטער מיט זייער אינערליכע יסורי הנפש והגוף, פארשטעקט אין די טינקעלע שאפע איינזאם און צעבראכן, פאר זיי פייער איך pride month!

פאר די איידעלע אינגערמאן וואס איז געי און וויל ליבן א מאן, אבער איז חתונה געהאט מיט א פרוי און אפאר קינדער פאר וועם ער איז פאריאגט מיט פרנסה, פאר עם שאקל איך די רעגנבויגן פאן.

פאר די ניינצן יעריגע כלה וואס איז א לעסביען און האט ליב מיידלעך, אבער די טאטע מאמע האבן געטון מיט איר א שידוך מיט א בחור, פאר איר פלאטער איך די רעגנבויגן פאן.

פאר די ישיבה קטנה בחור'ל וואס האט געפילען פאר געוויסע חברים און ער מאכט מיט רוחניות'דיגע יסורים און קען נישט פטור ווערן פון זיי, פאר עם הענג איך אויף די רעגנבויגן פאן.

פאר די ווייבל וואס אינערליך שפירט זי זיך א זכר, און פילט ווי זי לעבט אין א נישט ריכטיגע גוף,
פאר איר קלעב איך ארויף די רעגנבויגן פאן.

פאר די ווייבל וואס איז א לעסביען און האט ליב פרויען און איז נישט עטרעקטעד צי איר מאן אבער זי גייט אין מקווה און מאכט זיך גרייט פאר עם יעדע חודש, פאר איר האלט איך די רעגנבויגן פאן.

ווייל זיי טוען דאס פאר זייער גלויבען און רעליגיע, צו טוען די רצון ה', זיי גייען דורך שווערע פיינפולע נסיונות, אבער זיי בלייבן ערליך, לעבן מיט קדושה, און שטעלן אויף ערליכע שטיבער,

פאר זיי שאקל איך די פאן פון שטאלץ!
די פאן פון מי לה' אלי!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום שערי יושר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 106 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר