Virtual Reality headset

אלע סארט פראגעלעך און שאלה'לעך
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Virtual Reality headset

שליחה דורך טמיר »

לוינט זיך צי קויפן אזא כלי? כ'טראכט פון די Meta Quest 2. איך פלאן עס נישט צי ניצן פאר געימינג (זעהט אויס די עיקר נוצן), נאר צי וואטשן VR ווידיאס. איך רעד מיך איין אז מיט דעם קען מען זיך פילען ממש ווי מ'דרייט זיך אויף די אטעם פארכאפענדע grand canyon, אין די amazon jungle צווישן קראקאדיילס און שלענג, און אפריקע צווישן לייבן און עלעפאנטן, קריך אויף די מאונט עווערעסט אראפקוקענדיג די שרעק ווארפענדע סטיפ, וכו וכו.

ס'סאונד צי מיר ווי אן עקספיריענס וואס איז ווערט א מיליאן דאלער, און זיכער די נארישע אינוועסטמענט פון 200 דאלער.

למעשה זעה איך נישט אז ס'זאל זיין אזוי פאפולער ביי מענטשן וואס האבן בעסער וואס צי טון ווי שפילן געימס. איז דא איינער וואס האט עקספיריענס מיט עס עקשולי ניצן?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: Virtual Reality headset

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

קודם כל אויב די קויפסט, קויף די "מעטא קוועסט 3".
עס איז א געלונגענעם פראדוקט. די וויזיע אינעם גלעזער איז זייער ברייט, די ברייטסטע וואס נאר דא צו באקומען. ברייטער ווי עפל'ס "וויזיע-פראו".

דאס דארעך-זען די גלעזער מיטן קאמארע איז זייער גוט. ווען איך האב דאס אנגעטון בין איך געווען צומישט צו איך טראג עס אדער נישט. אוודאי איז עס נישט פּורפעקט אבער גאנץ פיין.

עפל'ס דארעך זיכטיג איז פיל פיל בעסער, אבער ווי שוין דערמאנט האט מען א קלענערע אויסקוק.

בנוגע דיין חלום פון ארומלויפן אויף די בערג שפיצן פון קאלאראדא וכדו', כ'מיין אז ס'איז דא גוטע עקספיריענסעס שיינע פארענאמעס, אבער נישט ממש אזוי גלארייך ווי איר חלום'ט זיך. אבער אפילו סתם יו טוב ווידעאס איז מן הסתם געשמאַק צו וואטשן אויף א ריזיגע סקרינע אינעם גלעזער.

מעטא האט א ים מיט געימס און אונטערהאלטונג.
עפל קוים אפאר ניצלאזע עפס.

מעטא קוועסט 3 וועגט ווייניגער ווי עפל.
עפל איז שטארק אומבאקוועם, און א באטערי שלעפט זיך נאך.

מעטא גייט פאר עטליכע הונדערט דאלער
עפל עטליכע טויזנט דאלער! ! !

עפל האט עטליכע מעלות אויף די טעכנעלאגיע פראנט מיט שפיץ געשניטענע טעכ, ווי אויגן נאכפאלגער (eye tracking) האנט נאכפאלגער. א קריסטאל קלארע סקרינע, די בעסטע וואס נאר דא אין די וועלט. די פּיקסלען זענען אויסטערליש קליין, ענליך צו די גרויסקייט ווי א רויטע בלוט צעל!!

די אלע טעכנעלאגישע איינריכטונגען אויף די "עפל וויזיע פראו" טוט עס ערמעגליכען צו אויפכאפן קלאר וואס איר זאגט למשל פאר רעדן צו שרייבן (speech to text) וכדו'.

ווי איך פארשטיי האבן ביידע סיי עפל און סיי מעטא גאר גוטע עי איי טעכ, אדער ווי טים קוק גלייכט עס צו ריפן advanced machine learning.
איך בין נישט באקאנט וועמענ'ס עי איי איז בעסער.

(וויכטיג אנצומערקן אז עפל איז נישט קיין גרויסע שפילער ווען עס קומט צו עי איי, (זעיט אויס מען האט אפגע'גנב'עט דעם "איי" פון עפל אין זיי געלאזט אויפן וואסער...) ווידער מעטא איז דווקא יא א גרויסע שפילער אין עי איי דיוועלאפמענט. דאכצעך אז עפל טוט לעצטנס האנדלען מיט גוגל איבער קויפן עי איי טעכ. דאס איז אין שארפע קאנטראסט צו עפל'ס ביז יעצטיגע פאליסי פון פאבריצירן אויף די אייגענע האנט. גראדע אויך די סקרינע אינעם עפל גלעזער איז פראדוצירט דארעך א צווייטע פירמע "דאכצעך")

עפל וויזיע פראו: א נאקעטע שטיקל טעכנעלאגיע וואס איז אומניצבאר.
קוועסט 3: ניצבאר, גאר פארגעשריטן און באקוועמער.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
אויפריכטיג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 17, 2023 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

Re: Virtual Reality headset

שליחה דורך אויפריכטיג »

אויב ווילסטו דורך טוהן וועלכע פון די צוויי גלעזער איז בעסער. עפל’ס וויזיע-פראו אדער מעטא’ס קוועסט להוי ידוע אויז אויף יוטוב איז דא אן א שיעור ווידאוס מסביר זיין די מעלות און חסרונות וכו’ דאכטצעך אפי’ א ווידאו פון זוקערבערג בכובודו ובעצמו
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: Virtual Reality headset

שליחה דורך שפילער »

איך האב עס געניצט און געגאננגען כאילו אויף א ראלערקאסטער רייד סנישט משיג צו זיין וויזוי מען קען אויסשפילן די מוח , איך האב ממש געפילט ווי איך בין דארט און איך פלי ארים אויף בערג און טאלן , נישט כאילו איך בין דארט נאר ממש געשפירט ווי איך בין דארט

איך בין אפילו געווארן nauseous , סאיז זייער אינטערסאנט
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
יום טוב ליפמאן צונז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

Re: Virtual Reality headset

שליחה דורך יום טוב ליפמאן צונז »

די קוועסט 2 איז זייער שוואכע קוואלעטי. מ׳באקומט ממש קאפ ווי פון די נישט קלארקייט
יעקב123
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 26, 2024 10:23 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: Virtual Reality headset

שליחה דורך יעקב123 »

אגב ווי קויפט מען די ברילן?
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: Virtual Reality headset

שליחה דורך טמיר »

יעקב123 האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 10:22 am אגב ווי קויפט מען די ברילן?
האפמאן'ס אפטיקעל
51 Forest Rd אין קרית יואל
:lol:
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: Virtual Reality headset

שליחה דורך טמיר »

שפילער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 11:46 am איך האב עס געניצט און געגאננגען כאילו אויף א ראלערקאסטער רייד סנישט משיג צו זיין וויזוי מען קען אויסשפילן די מוח , איך האב ממש געפילט ווי איך בין דארט און איך פלי ארים אויף בערג און טאלן , נישט כאילו איך בין דארט נאר ממש געשפירט ווי איך בין דארט

איך בין אפילו געווארן nauseous , סאיז זייער אינטערסאנט
וואו, ס'מיינט אז כ'קען צושטעלן א געשמאקע חוה"מ טריפ פאר מיינע קינדער, אומזינסט. אנשטאט שטיין אין די רייע פאר לאנגע שעות צי קענען ארומדרייען 7 הקפות אויף א בערעלע (וואס דרייט זיך אויך על צירו, סא מ'ווערט דאפעלט דיזי)
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: Virtual Reality headset

שליחה דורך טמיר »

איז דא א וועג צי קענען קאנטראלירן פון א פאון וכדומה וואס מ'זעהט אויף די גלעזער? איך מוז דאס האבן אויב איך וויל עס פאר חוה"מ פאר די קינדערלעך.

דערווייל האב איך נאר געטראפן פארקערט, אז מ'קען "קעסט"ן די גלעזער צי די פאון
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
פארשפארט