על כוס יין מלא?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19909
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15181 מאל
קאנטאקט:

על כוס יין מלא?

שליחה דורך berlbalaguleh »

דאס איז סיי א שאלה (קשיא) און סיי אן ענטפער צו הרב חיים שלמה בערגער שליט"א. א ספרא רבה אין "מאמענט". ער האט נאך א סאך אנדערע "מעלות" וואס אונז גיי מיר דא נישט אויסרעכענען.

דער היינטיגער מאמר באציעט זיך אויף אן ארטיקל וואס הרב בערגער האט געשריבן אין מאמענט פון שב"ק פ' זכור תשפ"ד. ער האט עס געשריבן אן א פראגע צייכן.

זיין מאמר באציעט זיך אויף זיין שטענדיגע (און גערעכטע) מערכה אקעגן די היינטיגע נייע "סטייל" פון הויכע זעקס שטאקיגע שטריימלעך מיט די "דערנער" אויפ'ן שפיץ. ווי ער רופט דאס.

נאר בתוך הדברים. אינמיטן שמועס ווארפט ער אריין א סענטענס איבער "הרה"ק מ'סקולען שליט"א". צוערשט האב איך געמיינט אז ס'איז א טעות הדפוס. ער האט זיכער געוואלט עפעס שרייבן וועגן דעם פריער'דיגן סקולענער רבי'ן זצ"ל. נאר ליינענדיג האב איך געזעהן אז ער רעדט וועגן איינעם פון די היינטיגע סקולענער רבי'ס שליט"א. (כ'מיין פון לעיקוואוד). דארט האט זיך געהאנדלט טאקע וועגן די הויכע שטריימלעך. אז דער סקולענער רבי זז"ג האט עס אנגעטון. נאר איינמאל וועגן א ספעציעלע סיבה. עד כאן הסיפור.

יעצט וועגן די עיקר נקודה פון מיין שרייבן. דער סקולענער רבי שליט"א אזוי ווי זיינע ברידערס זענען אלע גאר וואוילע אידן תלמידי חכמים און פיהרן שיינע רביסט'וועס לתפארת בית ישראל. נאר איך האב איין בקשה. מאך נישט ביליג דעם טיטל "הרה"ק". אויב מ'וויל אז דער טיטל זאל האבן עפעס א חשיבות א ווערד דארף מען זיך נישט ארומווארפן דערמיט.

זיכער איז א יעדער רבי, ואדמו"ר א וואוילער איד. נאר דער טיטל "הרה"ק" איז אייביג געווען רעזערווירט פאר די אויסגעצייכנטע יחידי סגולה פון א יעדן דור. למשל דער פריער'דיגער סקולענער רבי און זיין טאטע דער בעל נועם אליעזר זצ"ל. און דער סאטמערער רבי זצ"ל און דער אלטער טאהשער רבי זצ"ל. און פון פריער'דיגן דור הרה"ק ר' אהרן מ'בעלזא זצ"ל. אפשר אין דעם היינטיגן דור קען מען אויך זאגן אויפ'ן תולדות אהרן רבי שליט"א "הרה"ק. נאר נישט אויף יונגעלייט (לפי ערך) וועלכע האבן קוים א ביסל א גרויע בארד. דאס נעמט גארנישט אוועק פון זייער חשיבות. נאר איך מיין אז הרה"ג און הרה"צ איז פונקט גוט.

וואס זאגט דער עולם?

נ.ב.: ס'איז גאר אן ערנסטע חומר למחשבה. ס'באלאנגט עכט נישט אין שמייכל. נאר מטעם הכמוס עמדי האב איך עס דא אריינגעלייגט.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר