ווי אזוי שאצט מען א סאָקסעספול מערידזש?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5587
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 13240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7505 מאל

ווי אזוי שאצט מען א סאָקסעספול מערידזש?

שליחה דורך מי אני »

אפאר יאר צוריק האב איך געשמועסט מיט מיין שוואגער ביי א משפחה שמחה איבער וואס איז די מעטריק צו מעסטן צי איינעמ׳ס מערידזש איז א גוטע? ער האט גע׳טענה׳ט אז דאס ווערט געשאצט לויט די קינדער וואס די מערידזש פראדוצירט - צי זיי זענען וועל-ראַוּנדעד און עמאָשׁענעלי סטעיבּל און געזונט אא״וו. איך האב אבער צוריק גע׳טענה׳ט אז דאס האלט נישט אויס מכמה סיבות. איינס, דאס זאגט גארנישט לגבי א קינדערלאזע קאָפּל ל״ע; ס׳אעז נישט שייך אז זייער מערידזש, קוואַ מערידזש, זאל זיין א גוטע? ווי אויך איז דאס נישט סתם אזוי נישט מוכרח. עס איז דאך טעארעטיש יתכן אז די קאָפּל איז באמת א ״סאָקסעס״ מכח זייער הייראט, נאר פשוט די קינדער זענען ״נישט געלונגען״, אויף די זעלבע אופן ווי עס איז שייך זיי זאלן געבוירן ל״ע א קראנק קינד. און דאס זעלבע אויף פארקערט: עס איז שייך א געלונגען קינד וואס זאל ארויסקומען פון א דיספאָנקשענעל שטוב וואס די מערידזש דארט איז ״נישט קיין סאָקסעס״. פארשטייט זיך אז מ׳קען טענה׳ן אז א סאָקסעספול מערידזש צווישן צוויי מענטשן הייבט די פּראַבּעבּיליטי אז עס זאלן ארויסקומען עמאָשׁענאלי וכו׳ געזונטע קינדער, וההיפך בהיפך, אבער דאן דארף מען מקודם מגדיר זיין א ״סאָקסעספול מערידזש״ וואס אט דאס הייבט די פּראַבּעבּיליטי פון די געזונטע קינדער.

ווידעראום דאס׳ן דאס מגדיר זיין עפ״י וויפיל ליבע ס׳איז דא דערין איז אויך שווער, ווייל ערבך ערבא צריך. ווי אזוי איז מען מגדיר ליבע? טאמער ס׳איז בכלל דא? דאס זאגט למעשה נישט איבער די קאָמפּעטיבּיליטי פון זיי ביידע, וואס איז לכאורה נעסעסערי קאנדישאן פאר א ״סאָקסעספולע״ מערידזש. און דאס זעלבע פראבלעם קען נוגע זיין בכלל לגבי מעסטן ומגדיר זיין ״קאָמפּעטיבּיליטי״ אליין (דאס אז מ׳זעהט אז זיי האבן קאָמפּעטיבּל שטריכן פאר׳ן הייראט ווייזט נישט אויב דאס וועט למעשה זיין א ״סאָקסעספול״ מערידזש).

איך האב אים גע׳ענטפערט אז איך קלער אז דאס צו מגדיר זיין (מער אַבּדזשעקטיוולי) איז אז מ׳פרעגט סיי דער מאן און סיי די פרוי, לויט וואו זיי שטייען יעצט, צו ענטפערן אויפריכטיג (און ענאַנימעסלי, אז די מאן/ווייב און מעסטער זאלן נישט וויסן ווער ענטפערט וואס, אזוי אז עס זאל זיין ווי מער עטיש און אויפריכטיג אָן קיין פחד פון וויי טוהן א מענטש), אויף א לייקערט סקעיל פון 1 ביז 10, אויב ווען זיי קענען ווען צוריקגיין אין צייט און וויסענדיג דאס וואס זיי ווייסן יעצט, צי זיי וואלטן איבערגעטוהן די מערידזש מיט אט די זעלבע פּאַרטנער. דערנאך עוורידזשד מען די ענטפערס פון זיי ביידע. ווי העכער עס איז צו 10, אלס מער סאָקסעספול און קאָמפּעטיבּל זענען זיי אלס א פארהייראטע פּאָר.

הגם, דאס אליין דארף מען אויך אויסקלארן. לדוגמא, איז ענדערשער אז דאס וואס זיי ענטפערן אויף די פראגע זאל זיין ספּאַנטעיניאוס ובמושכל ראשון וואס ווייזט וואס עס איז באמת טמון בנפשם ובהסאָבּקאַנשעס שלהם, אדער איז ענדערשער אז זיי זאלן ענטפערן דערויף לאחר עיון וזמן? ווי אויך קען מען טענה׳ן אז פאר איינער וואס האט די ״אפענקייט צו עקספּיריענס״ פּערסאנעליטי (פון די ״גרויסע פינעף״ פּערסאנעליטי טרעיטס) איז די שאלה נישט אקוראט דאס צו מעסטן. והיינו, ווייל עס איז יתכן אז אפילו ס׳איז גאר גאר גוט ובאמת קאָמפּעטיבּל, איז אבער די תכונת הנפש פון דעם מענטש אלס אויסגעשטעלט צו ריזיקירן און טרייען ״עפעס ניי״ וואו מ׳האלט ממילא פאר דעם (און עס איז נישטא קיין עטישע פראבלעם דערין).

די שמועס איז מיר נתעורר געווארן אין א שמועס מיט מיין ווייב( ;) ) נאכדעם וואס איך האב געליינט פון דר. עריק שוויצגעבעל איבער דעם אז עס איז דאך יתכן אז די יוּניווערס איז אינפיניט, און נאכ׳ן היץ-טויט פונעם יוּניווערס ווען די יוּניווערס קומט צו צו מאַקסימום ענטראָפּי, וועט זיך ברבות הזמן (זייענדיג אז דאס איז אינפיניט) די רענדאם פלאָקטשועישאנס דערין גורם זיין אז דאס זאל זיך צוריק אויסשטעלן לסדר. וברבות הזמן וועט זיך דאס אויסשטעלן אין צו פונקט דאס זעלבע, און סדר, ווי עס איז יעצט. און עס קומט אויס דערפון אז באינפיניט זמן וועט זיך א מענטש׳נס לעבן גענוי איבערשפילן (אויך) דאס זעלבע, און אַן אינפיניט צאל מאל. ע״ש מה שפירש בזה לפי דרכו (בענין בחירה וכו׳).

עכ״פ קען מען פרעגן אַן ענליכע שאלה לגבי א מענטש׳נס לעבן בכלל און פארהייראטע לעבן בפרט. לגבי א פארהייראטע לעבן קען מען מעסטן אויף א לייקערט סקעיל ביי ביידע אז וויסענדיג דאס אז עס וועט זיך איבערשפילן זייער פארהייראטע לעבן גענוי דאס זעלבע ווי יעצט, ווי עקסיידעד (צי נישט) זענען זיי על הכלל איבערצושפילן דאס לעבן מיט׳ן שותף נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל בב״ת פאר אייביג (און זיי וועלן נישט געדענקען בשעת מעשה אז עס האט זיך שוין אויסגעשפילט). אזא סארט ״המגיד מראשית אחרית״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)

דער אשכול פארמאגט 66 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר