שמעון וואלף האט געשריבן:מ'דארף וויסן וויאזוי אפצולערנען א שטיקל פון מנחת אלעזר און טאמער האט מען דעם יסוד ווערן אסאך קשיות פארענטפערט.
דער מנח"א איז געווען א גרויסער שרייבער און אליינס געשריבן זיינע ספרים, נישט געהאט קיין כותב, מגיהים וכו'. ס'איז אים בייגעפאלן א חידוש אדער א טייטש האט ער עס פארשריבן, און ווען ס'האט זיך אנגעזאמעלט גענוג האט ער עס געלאזט דריקן. אזוי איז ארויסגעקומען זיין ספר דברי תורה.
די זעלבע איז מיט זיינע תשובות. אודאי זענען דא אזעלכע וואס ער האט אויסגעארבעט און גוט דורכגעטון פאר ער האט עס געשריבן, אבער אסאך האט ער אפגעשריבן באלד נאכ'ן ערהאלטן די שאלה און ער האט אפגעשריבן וואס איז אים דורכגעלאפן אין מחשבה בשעת מעשה. ליטוואק לייגט עס אראפ כאילו ער האט זיך ארומגעדרייט מיט די ספק פאר וואכן לאנג און זיך געבראכן קאפ אויף דעם.
אין אן ענליכע בחינה האט דער סאטמאר'ע רב, בעל דברי יואל, אמאל מסביר געווען (בדרך צחות) פארוואס די וועלט האלט ('שטייצעך, נישט א יעדער) אז ער איז א גרעסערע קנאי ווי דער מונקאטשער רב, בעל מנח"א. ער האט געזאגט...לאמור. "ווען מיר פאלט ביי א מחשבה פון קנאות, שרייב איך גלייך אפ א בריוו מיט א מחאה צו יענעם רב, און איך הייס פאר מיין גבאי, ליפא פריעדמאן, ער זאל עס אויפגעבן אויף די פאסט. שפעטער, ווען איך בארואיג מיך, פרעג איך ביי ליפא'ן, דו האסט נאך דעם בריוו, איך וויל עס צורייסן. נאר ליפא, זייענדיג א פונקטליכער מענטש, זאגט, איך האב עס שוין אוועקגעשיקט.
לעומת דער מונקאטשער רב, ווען ער שרייבט אפ א בריוו פון מחאה בעידן ריתחא, און ער געט עס פאר זיין גבאי ר' חיים בער, זאגנדיג ער זאל עס אוועקשיקן אויף די פאסט, וואס טוט ער? (רח"ב) ער לייגט עס אריין אין זיין רעקל און ער פארגעסט דערפון. שפעטער, ווען ער בארואיגט זיך אביסל (נאך א 2 וואכן) בעט ער פון זיין גבאי דעם בריעף, זאגט ער יא, איך האב דעם בריעף. ער ברענגט עס אריבער און דער רב צורייסט עס.
קומט אויס, פיהרט דער סאטמאר'ע רב אויס, אז די וועלט ווייסט פון מיינע מחאות אבער נישט פון זיינע. אבער למעשה איז ער א גרעסערער קנאי פון מיר.