בלאט 6 פון 8
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
נשלח: מאנטאג מאי 03, 2021 12:19 am
דורך או אינו
סמבטיון האט געשריבן:יעצט גענדיגט וואטשן די לוויה פון דאני מאזעס, איך האב שוין לאנג נישט אזוי געוויינט, דאס צוקיקן ווי א מאמע באערדיגט איר בכור, די הימל שפאלטענדע בכיות וואס דארט איז פארגעגאנגן, די הספד פון די טאטע איז געווען עפעס פאריקט צו ווערן, ער ענדיגט צו, לאמער גיין דעם לעצטן שפאציר צוזאמען... האר אויפשטעלענד....
Link?
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
נשלח: מאנטאג מאי 03, 2021 12:23 am
דורך פאליטיקאנט
אט האט איר א ווידיאו פון צוויי יאר צוריק פונעם זעלבן פלאץ, די צושטיפעניש איז די זעלבע שרעקליך, ב"ה אז דאן [און יעדע יאר] האט גארנישט פאסירט.
https://streamable.com/p6g8t9
נשלח: מאנטאג מאי 03, 2021 1:18 am
דורך שמעון וואלף
נ נח האט געשריבן:פיינעלי א האלבע נארמאלע סטעיטמינט פין א מנהיג
המקובל הגר"י עדס שליט"א האט געזאגט ביי זיין הספד ביי די לויה פון די אלחדד ברידער ז"ל, אז "יש חשיבות גדולה לעורר בציבור החרדי על הנושא, לא להיכס למקום שיש בו צפיפות, אנשים צריכים להבין שגם אם הם רוצים להגיע למקומות חשובים - לא להידחף, צריך לנהוג במשנה זהירות".
פארוואס חרדישע יודן מוזן זיך שטיפן ביי יעדע גרויסע היימישע עווענט צו סזאל זיין א רעבישע חתונה אדער לויה א נעקסט לעוועל קראנקהייט וואס מיר האבן
די בעיסקס פין נארמאלקייט אין מענערס פעלט אינז, ווער סאיז אמאל גיווען ג תמוז ביי ליובאוויטש רבי קבר ווי סקומען טויזענטר מענטשן אין מדארף אדורך גיין א שמאלע וועג אין די בית החיים נארמאל מיט א סדר אהן קיין שטופן שרייען אהן קיין טויזענט עסקנים פשוט מינימום נארמאלקייט
איך האב געזעהן בילדער פון שרגי געשטעטנער לוי' און איך שטוין ווי די עם חכם ונבון האט זיך נישט דערלערענט, נאכן צאלן אזא טייערע פרייז, אז זיך שטיפן קען קומען לידי סכנת נפשות.
אויף וואסאיזנייעס איז געווען אן ארטיקל ווי די שרייבער ברענגט ארויס אז די תלמידי ר' עקיבא זענען דאך געשטארבן שלא נהגו כבוד זה לזה. ווען איינער שטיפט זיך דורך אנדערע מענטשן אדער ער שטייט נישט אביסול אפגעריקט פון א צווייטן איז דאס א זלזול און א צווייטענס כבוד. בפרט יעצט בימי הספירה איז די צייט דאס מתקן צו זיין.
נשלח: מאנטאג מאי 03, 2021 10:51 am
דורך פארווע חסיד
א בריוו פון הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, ווי ער פארענדיגט מיט עטליכע שורות אז די טראגעדיע 'אינו יוצא מידי פשוטו', און מ'דארף נזהר זיין זיך נישט שטופן וכו'
נשלח: מאנטאג מאי 03, 2021 10:55 am
דורך מפיל קינד
ער מיינט צו זאגן אז מ'זאל נישט גיין קיין גור וואו מ'שטופט זיך, נאר צו קומען צו אים וואו ס'דא פלאץ...
נשלח: מאנטאג מאי 03, 2021 8:27 pm
דורך אישתישבי
https://www.theyeshivaworld.com/news/he ... l-die.htmlא עד אחד
איך בין זיכער אז ער חלומ'ט, נישט געווען קיין געיט.
נשלח: מאנטאג מאי 03, 2021 9:21 pm
דורך מפיל קינד
ער זאגט אינמיטן:
they left only a narrow exit.
דאס מיינט זיי האבן נאר טיילווייז פארמאכט.
ער איז גראדע נישט דער איינציגער וואס זאגט אזוי, אבער אן קיין בילדער גלייב איך גארנישט. נישט אויף יא און נישט אויף ניין.
נשלח: מאנטאג מאי 03, 2021 10:30 pm
דורך [NAMELESS]
אישתישבי האט געשריבן:https://www.theyeshivaworld.com/news/headlines-breaking-stories/1970352/i-cried-to-the-policeman-take-the-barrier-away-or-people-will-die.html
א עד אחד
איך בין זיכער אז ער חלומ'ט, נישט געווען קיין געיט.
אין וואס איז מיין פארזיכערונג אז די חלומ'ט נישט?!
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
נשלח: מאנטאג מאי 03, 2021 10:34 pm
דורך זעקעל
פון די קליפ קוקט יא אויס ווי סאיז דא א געיט וואס בלאקט די ארויסגאנג
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מאי 03, 2021 11:07 pm
דורך יתרו
נעה, מזעט נישט קיין שום בעריקעד, דאס איז געבלאקט פון מענטשן וואס זענען אראפגעפאלן, ליין אביסעל די קאמאנטארן דארט, טייל פון מענטשן וואס זענען דארט געווען. וכולם פה אחד זענען מסכים אז עס איז נישטא קיין עווידענס פון די קליפ אז עס איז געווען בעריקעדס.
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 7:53 am
דורך אישתישבי
זעקעל האט געשריבן:פון די קליפ קוקט יא אויס ווי סאיז דא א געיט וואס בלאקט די ארויסגאנג
Sent from my iPhone using Tapatalk
אין דער קליפ ביי סעקונדע 27 זעהט מען א בחור שרייט איי.
דאס איז אפשר דער וואס איז אוועק?
בכלל איז אינטרעסאנט צו פארשטיין, ווען איז דאס? דאס איז ממש בשעת דער סטעמפיד לכאורה. עס זעהט אויס מען פראבירט צו מאכען עפעס פלאץ,
עס מוז זיין אז עס איז געוועהן געבלאקט, אנדרעש וואס וואלט געשעהן איז, אפאר מענטשן פאלען אראפ, און ווערען ל"ע צוטרויטען פון אנדערע, די אנדערע גייען ווייטער און גייען ארויס, דא זעהט מען אז דער מצב איז א גענצליכער אפשטעל, מען קען זיך נישט רירן.
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 8:34 am
דורך טאמבל סאס
פערציג גופים איז נישט לייכט אריבערצווואקן און זיך גיין ווייטער...
איבערהויפט ווען עס האלטן אין איין קומען נאך און די וואס פרובירן אויפצוהייבן/אוועקנעמען די גופים (אדער די וואס זענען אין די פארנט פון די שורה און זעען די בראך) דארפן אויכעט אפהאלטן די שטראם פון מענטשן.
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 11:34 am
דורך מפיל קינד
אישתישבי האט געשריבן:זעקעל האט געשריבן:פון די קליפ קוקט יא אויס ווי סאיז דא א געיט וואס בלאקט די ארויסגאנג
Sent from my iPhone using Tapatalk
אין דער קליפ ביי סעקונדע 27 זעהט מען א בחור שרייט איי.
דאס איז אפשר דער וואס איז אוועק?
בכלל איז אינטרעסאנט צו פארשטיין, ווען איז דאס? דאס איז ממש בשעת דער סטעמפיד לכאורה. עס זעהט אויס מען פראבירט צו מאכען עפעס פלאץ,
עס מוז זיין אז עס איז געוועהן געבלאקט, אנדרעש וואס וואלט געשעהן איז, אפאר מענטשן פאלען אראפ, און ווערען ל"ע צוטרויטען פון אנדערע, די אנדערע גייען ווייטער און גייען ארויס, דא זעהט מען אז דער מצב איז א גענצליכער אפשטעל, מען קען זיך נישט רירן.
דאס איז פאר די סטעמפיד!
מענטשן זענען געפאלן - ווי מען זעט דארט. פאליציי האט בלאקירט זיי אויפצוהייבן און בשעת מעשה אויפגעהאלטן אלע אנדערע מענטשן וואס שטייען דארט האלב טויט. דערנאך האט פאסירט די סטעמפיד וואס האט צוגעענדיגט דעם קריזיס.
אסאך וואס זענען אוועק שטייען נישט דארט אויף די סטעפס, נאר מער העכער אויף די רעמפ. אסאך זענען שוין אוועק נאך פאר מ'האט געעפנט. אזוי פארציילן די וואס זענען ארויס פון דארט.
די דעבאטע איז נאר וואס איז געווען נאך פריער, א געיט אדער סתם אפאר געפאלענע.
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 3:28 pm
דורך [NAMELESS]
א מעשה נורא.
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 3:54 pm
דורך טיכטיגער
עמי און משפחה
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 3:54 pm
דורך טאמבל סאס
מפיל קינד האט געשריבן:דאס איז פאר די סטעמפיד!
מענטשן זענען געפאלן - ווי מען זעט דארט. פאליציי האט בלאקירט זיי אויפצוהייבן און בשעת מעשה אויפגעהאלטן אלע אנדערע מענטשן וואס שטייען דארט האלב טויט. דערנאך האט פאסירט די סטעמפיד וואס האט צוגעענדיגט דעם קריזיס.
אסאך וואס זענען אוועק שטייען נישט דארט אויף די סטעפס, נאר מער העכער אויף די רעמפ. אסאך זענען שוין אוועק נאך פאר מ'האט געעפנט. אזוי פארציילן די וואס זענען ארויס פון דארט.
די דעבאטע איז נאר וואס איז געווען נאך פריער, א געיט אדער סתם אפאר געפאלענע.
רעב איד, ס'איז זייער שווער דיך צו לייענען. "פאליציי האט בלאקירט זיי אויפצוהייבן" דו קענסט מיר זאגן וואס דאס מיינט? וואס הייסט 'בלאקירט'? "נישט געלאזט"? פארוואס זוכסטו נוצן פענסי ווערטער ווען ס'איז נישט אין פלאץ? "אסאך וואס זענען אוועק שטייען נישט דארט אויף די סטעפס" וואס איז דאס 'אוועק' אוועק פון דער ארט? אוועק פון די וועלט?
בכלל עפעס שטימט גאר נישט מיט דיין סיפור. פארוואס האט דער מענטש וואס האט געכאפט די דאזיגע ווידיאו (ער שטייט דאך אין פארנט פון די קיו) נישט געקענט אויפכאפן ווען ס'איז נאך פארמאכט? פארוואס האט קיינער נישט אויפגעכאפט די דאזיגע מינוטן?? פארוואס זאל פאליציי נישט לאזן העלפן די געפאלענע אויפשטיין? דאס איז שוין א שטארקערע באשילדיגונג ווי סתם מאכן א טעות.
ל''ג בעומר מעוכין!
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 5:27 pm
דורך קאך_לעפל
די גמרא זאגט אין מסכת פסחים, אז ביים מקריב זיין דעם קרבן פסח אין בית המקדש איז קיינער קיינמאל נישט צוטרעטן געווארן, אפגעזען פון דעם אז שווערע מיליאנען אידן זענען געווען אנוועזן אין די עזרה. אויסער איין מאל אין די טעג פון הלל, איז אן אַן אַלטיטשקן אידל צודרוקט געווארן, און מ'האט טאקע גערופן יענעם פסח: פסח מעוכין!
פארוואס טאקע איז קיינער נישט צודרוק געווארן?
האַרט בּיים טויער אינדרויסן פון די עזרה, זענען געשטאנען צוועלף לווים־סדרנים, זעקס קעגן זעקס, מיט לאַנגע זילבּערנע נאַגייקעס אין די הענט, און געבעטן דעם עולם זיך צו האַלטן "אין די ראַמען", און נישט צו שטופּן זיך און צו פאָׁלגן די אָׁנווייזונגען! ווי ס'שיינט האבן די לוים געמאכט א בעסערע ארבייט ווי די ציוניסטישע משטרה!
ל''ג בעומר תשפ''א וועט אנגערופן ווערן אויף גענעראציעס צו קומען ל''ג בעומר מעוכין.
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 5:57 pm
דורך גיב א שמייכעל
די גאנצע טענעהריי דא צו ס'איז יא געווען א געיט צו נישט, איז נישט נוגע צו סאך...
אפילו אהן די געיט איז די מצב געווען ארויס פון קאנטראל אויף א שרעקליכע פארנעם.
איך בין דארט געווען!! און בעיני ראיתי די שוידערליכע טראגעדיע!!
אינגאנצען פופצען מינוט פארדעם בין איך געשטאנען אויף די רעמ"פ און זיך אנגערופן צו א חבר אז 'ס'איז שרעקליך! פאר יעדע מענטש וואס גייט ארויס, קומען אריין 50!'
כ'האב נישט געהאט קיין כח זיך צו שטיפען ביים הדלקה בכלל, בין איך ארויס צען מינוט פאר די טראגעדיע איז געשען...
אלס אן ער ראי' קען איך זאגן בפה מלא: ווען איך בין ארויס איז נישט געווען קיין שום געיט!!
אויב זעהט מען אויף די בילדער א געיט האבן זיי עס געלייגט און די צען מינוט פאר ס'געשען, איך בין א דורך די רעמפ און סטעפ'ס און ס'איז גארנישט געווען געבלאקט!
הכלל, איך קען נישט צו סאך שרייבן ווייל איך בין נאך אביסל טרומאטיזירט, אבער פטור בלי כלום אי אפשר.
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 6:21 pm
דורך קאצקע ציקער
אויפן קליפ זעהט מען מענטשן בעטן זיך נעמטס מיר אוועק פון דא וואס פונקטליך האט זיי אפגעהאלטן פון ג'יין אז נישט קיין געיט?
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 6:34 pm
דורך מפיל קינד
טאמבל סאס האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:דאס איז פאר די סטעמפיד!
מענטשן זענען געפאלן - ווי מען זעט דארט. פאליציי האט בלאקירט זיי אויפצוהייבן און בשעת מעשה אויפגעהאלטן אלע אנדערע מענטשן וואס שטייען דארט האלב טויט. דערנאך האט פאסירט די סטעמפיד וואס האט צוגעענדיגט דעם קריזיס.
אסאך וואס זענען אוועק שטייען נישט דארט אויף די סטעפס, נאר מער העכער אויף די רעמפ. אסאך זענען שוין אוועק נאך פאר מ'האט געעפנט. אזוי פארציילן די וואס זענען ארויס פון דארט.
די דעבאטע איז נאר וואס איז געווען נאך פריער, א געיט אדער סתם אפאר געפאלענע.
רעב איד, ס'איז זייער שווער דיך צו לייענען. "פאליציי האט בלאקירט זיי אויפצוהייבן" דו קענסט מיר זאגן וואס דאס מיינט? וואס הייסט 'בלאקירט'? "נישט געלאזט"? פארוואס זוכסטו נוצן פענסי ווערטער ווען ס'איז נישט אין פלאץ? "אסאך וואס זענען אוועק שטייען נישט דארט אויף די סטעפס" וואס איז דאס 'אוועק' אוועק פון דער ארט? אוועק פון די וועלט?
בכלל עפעס שטימט גאר נישט מיט דיין סיפור. פארוואס האט דער מענטש וואס האט געכאפט די דאזיגע ווידיאו (ער שטייט דאך אין פארנט פון די קיו) נישט געקענט אויפכאפן ווען ס'איז נאך פארמאכט? פארוואס האט קיינער נישט אויפגעכאפט די דאזיגע מינוטן?? פארוואס זאל פאליציי נישט לאזן העלפן די געפאלענע אויפשטיין? דאס איז שוין א שטארקערע באשילדיגונג ווי סתם מאכן א טעות.
די פאליציי האט געבלאקט די וועג
כדי צו קענען אויפהייבן די געפאלענע.
אוועק מיינט געשטארבן. יא. סארי פארן שרייבן אידיש.
יעצט איז קלאר? [tag]טאמבל סאס[/tag]
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 8:57 pm
דורך או אינו
בעיני ראיתי. די פאליציי האט אנגעהאלטען כדי מענטשן זאלן נישט וואקען אויף די ג’יפאלענע אין הצלה אין משטרה זאל קענען ארויסציען מענטשן. דאס איז א וועג ווי אזוי מראווועט אנדערע.
נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 9:44 am
דורך Hadasim
רב בציונות הדתית תוקף: "במחנה החרדי יש תרבות דחיפות"
הרב עמיחי גורדין, מהמגזר הדתי-לאומי טוען כי מה שהרג את הקורבנות במירון הוא "התרבות" של החרדים: "בתוך המחנה החרדי יש תרבות של דחיפות באירועים המוניים" | בנוסף כתב כי עד שלא יפסקו בדחיפות צריך "להימנע מלהגיע לאירועים המוניים כאלו"
https://www.bhol.co.il/news/1215961
נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 9:54 am
דורך טיכטיגער
די איזראעלישי בילדער אויסגאבעס