בלאט 7 פון 46

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 9:14 pm
דורך זר זהב
2011823_2031166809_jpg.jpg
2011823_2031166809_jpg.jpg (75.3 KiB) געזען געווארן 2459 מאל

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 12:54 am
דורך זר זהב
א שרעקעדיגע מעשה וואס קיינער דא האט נאך מסתם געליינט. סיז גוטע מאטריעאל פאר שטערן שרייבער און אוויאציע דזשאנקיס

http://en.wikipedia.org/wiki/Aloha_Airlines_Flight_243

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 5:54 pm
דורך בעל הבית
אז שלמה קארלבאך איז געווען א איידעם ביי הרב טירנוער ז"ל רב פון שומרי שבת

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:28 pm
דורך געפילטע פיש
ביזט זיכער? זיין ווייב איז געווען נעילה גליק פון טאראנטא.

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 1:46 am
דורך זר זהב

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 8:02 am
דורך הוגה
זר זהב האט געשריבן:the french paradox

http://en.wikipedia.org/wiki/French_paradox


דאקטוירים דאהי, פארשטייען עס גוט. די סיבה פאר די נידעריגע ראטע פון קארינערי דעזיז טראץ די הויכע ראטע פון קאנסאמפשין פון סאטורעיטיד פעטנס איז ווייל די פראנצויזישע טרונקן רויטע וויין יעדע טאג. רויטע וויין איז גוט פאר די הארץ.

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 12:17 pm
דורך זר זהב
In her 2012 book, Vitamin K2 and the Calcium Paradox, Canadian nutritionist Kate Rhéume-Bleue proposes that the explanation for the lower rate of cardiovascular diseas in France is the high level of vitamin K2 (also known as menaquinone) in some of the fattier foods that form a part of the French diet. Lack of vitamin K2 in the diet is linked to increased calcification of plaques in artery walls.

Rhéume-Bleue writes,
“ The French Paradox isn’t a paradox at all. The very same pâté de foie gras, egg yolks and creamy, buttery sauces that we inaccurately labeled “heart attack on a plate“ literally supply the single most important nutrient to protect heart health.[23] ”

As one example, Rhéume-Bleue points to the fact that a 3 ½-ounce serving of goose liver pate contains 369 micrograms of menaquinone, while a 3 ½-ounce serving of pan-fried calf liver of the kind frequently eaten in North America contains only 6 micrograms of menaquinone.

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 4:13 pm
דורך קאווע טרינקער
אז קופערניקוס רעדט אונז איין באבקעס...
קופערניקוס האט געשריבן:דאס מאל, איים העיר טו סטעי, איך וועל זיין דא פאר א שטיק צייט..........

אויף אלע אידען אזא סטעי אין גיהנום....

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:32 am
דורך זר זהב
סאט מיר באמת געשאקט צו געוואר ווערן דאס פאלגענדע. דאס גאנצע וואך נאכט פארטיאינג וואס ממאכט פאר פריינט בדמים יקרים איז אן אמעריקאנער מנהג אן קיין שום מקור. דאס איז צוליב וואס דא לויפט מען צו די ארבעט פרי קעמען זיך נישט משתתף זיין ביים ברית. אין אנדערע לענדער פראוועט מען נישט קיין וואך נאכטס.
און איך הער אז אפילו דא מאכט אויך נישט יעדער. נישט יעדער קען עס אפארדען.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 4:58 am
דורך קאווע טרינקער
מנחת אלעזר שרייבט אויף דעם: דר'עולם לויפט ענדערשט צו ערלים (וואך נאכט) ווי צו מהולים...

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 10:16 am
דורך מאטי
זר זהב האט געשריבן:סאט מיר באמת געשאקט צו געוואר ווערן דאס פאלגענדע. דאס גאנצע וואך נאכט פארטיאינג וואס ממאכט פאר פריינט בדמים יקרים איז אן אמעריקאנער מנהג אן קיין שום מקור. דאס איז צוליב וואס דא לויפט מען צו די ארבעט פרי קעמען זיך נישט משתתף זיין ביים ברית. אין אנדערע לענדער פראוועט מען נישט קיין וואך נאכטס.
און איך הער אז אפילו דא מאכט אויך נישט יעדער. נישט יעדער קען עס אפארדען.


און וואס טוט זיך מיט די מעשה הבעש״ט? מיטן כישוף מאכער גלח? שווארצע קאץ? חזרים שפריצען פייער? אלעס איז געשען אין אמעריקע ?
וואס בזית אפיך תאכל.. קען אלץ אויסטרעפן....

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 11:19 am
דורך berlbalaguleh
moti107 האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:סאט מיר באמת געשאקט צו געוואר ווערן דאס פאלגענדע. דאס גאנצע וואך נאכט פארטיאינג וואס ממאכט פאר פריינט בדמים יקרים איז אן אמעריקאנער מנהג אן קיין שום מקור. דאס איז צוליב וואס דא לויפט מען צו די ארבעט פרי קעמען זיך נישט משתתף זיין ביים ברית. אין אנדערע לענדער פראוועט מען נישט קיין וואך נאכטס.
און איך הער אז אפילו דא מאכט אויך נישט יעדער. נישט יעדער קען עס אפארדען.


און וואס טוט זיך מיט די מעשה הבעש״ט? מיטן כישוף מאכער גלח? שווארצע קאץ? חזרים שפריצען פייער? אלעס איז געשען אין אמעריקע ?
וואס בזית אפיך תאכל.. קען אלץ אויסטרעפן....

ווען כ'האב געליינט זר'ס תגובה האבעך געוואלט שנעל אפדרוקן אן ענטפער. נאר כ'זעה אז דו האסטמעך מאגדעם (מקדים) געוועין. די מעשה האב איך געליינט אלס יונגל און כ'בין געוועין זייער איבערגענומען דערפון. נאר מ'זאגט אז אלע מעשיות פון שבחי הבעש"ט זענען אויסגעטראכט???

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 12:05 pm
דורך למדן
אויב האט שוין די מנחת אלעזר געהאקט אויף דעם איז דאך עס שוין א מנהג מקדמת דנא און נישט קיין אמעריקאנער ארבייטס מנהג, אמת אין לענדער ווי מ' קען גייט מען צום ברית.
יאכלו ענבים וישבעו

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 12:07 pm
דורך זר זהב
למדן האט געשריבן:אויב האט שוין די מנחת אלעזר געהאקט אויף דעם איז דאך עס שוין א מנהג מקדמת דנא און נישט קיין אמעריקאנער ארבייטס מנהג, אמת אין לענדער ווי מ' קען גייט מען צום ברית.
יאכלו ענבים וישבעו

און אין יענע לענדער שפארט זיך דער בעל שמחה 5-600 דאללער. אויב איז עס א מנהג אן א מקור וואלט מען עס געדארפט אויפהערן דא אויך.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 12:17 pm
דורך למדן
ביי אונז וואלט קיינער נישט געגאנגען צום ברית,ווי אויך קאסט דארט די ברית מער (און די ווייסט נישט וויפיל, אין פלעטבוש קאסט א ברית מער ווי א עוורידזש וויליאמסבורג וואך נאכט), ווער עס וויל מאכט עס פאר אונטער $4-500

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 2:04 am
דורך זר זהב
כאב געוויסט פון דעם איד צו זאגן, אה אינטערעסאנטער נשמה, שבת און יו"ט א מלאך. יעדער איז וועלקאם אין זיין שטוב. א בעט איבערצושלאפן? א גלעזעלע ביר? א שבת סעודה? עניטינג. - אבער דאך נישט געוואוסט אז ער איז סאטמאר רבי פון וואודרידזש!?...

ב"ה ער האט חתונה געהאט, פאר מער קוקט דא

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 2:35 am
דורך ימי קדם
וועגן וואכנאכט, ווענד זיך וואו.
אין די רוסישע און אונגערישע מקומות פלעגט מען מאכן א סעודה, אבער אין די פוילישע גאליציענע מקומות נישט.
דאס איז זיכער, אז מאכן פונעם וואכנאכט מער ווי דער ברית איז אן אמעריקאנער מנהג, און דאס האט שוין יא מיט בזיעת אפך...

וועגן די מעשה פון בעל שם טוב, און רוב פריערדיגע ספרים, חסידישע און קבלה וכדומה, איז דער דגוש אויפן ''וואך נאכט'' עברי טייטש, זיין אויף און לערנען (במנין) די נאכט פארן ברית, די פארטי אדער סעודה איז שפעטער נולד געווארן.

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 8:33 pm
דורך מאטי
שלום עליכם ימי קדם לאז דיר הערן פון די פריערדיגע ספרים און טעג נאך און נאך.

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2013 12:06 am
דורך ונבנתה העיר
כבר צווחו קמאי אז וואס עלטער מען ווערט אלס שנעלער לויפט די צייט, ביי אונז אין קאפ איז דאס שוין אפי' אסאשיעיטעד מיט די קרעכצן פון אלטע אידן, די יאהרן לויפן, קוים געווען סוכות און מען האלט שוין ביי ראש השנה.

פארוואס טאקע איז דאס אזוי? וואס איז די פסיכאלאגיע וואס ליגט אונטער דעם?

איך האב קיינמאל נישט צופיהל אריינגעטראכט אין דעם, אבער אויבערפלעכליך האט מיר עס אויסגעזעהן ווי א תוצאה פון דעם וואס א קינד מיינט אז די גאנצע יונעווערס שפילט זיך אפ פה כאן ועכשיו אין זיינע ד' אמות, וואס עלטער מען ווערט דערזעהט מען זיך מיט א גרויסע וועלט און מיט א לאנגע היסטאריע, ווערן זאכן געשטעלט אין פראספעקטיוו.

עכ"פ, אין דעם בוך 'פאראדאקס', וואס יאיר האט געברענגט, האביך היינט געזעהן ווי ער זאגט אזוי דרך אגב'דיג א אינטערעסאנטע ביאור:

we find as we get older that time seems to rush by at an increasing rate ... because each year that goes by is a tinier fraction of our lives, just think back to when you were a child, and how long it would seem from one birthday to the next


ביי די פינעף יאהר איז איין יאהר א גאנצע פינפ'טל פון דיין לעבן, פון דיין עקספיריענס, פון דיינע איבערלעבענישן, אבער ביי די פערציג איז דאס נישט מער ווי א פערציג'סטל פון דיין מציאות, פון דיין פעקל, ודפח"ח.

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2013 12:41 am
דורך קאמענטירער
מיין טעאריע איז (כ׳האב עס געליינט ערגעץ איך געדענק נישט וואו) פ״וו די יאר פאר אן ערווסענעם לויפט שנעלער ווייל ביי א קליין קינד קלאפט דאס הארץ ארום 100- 120 קלאפעס א מינוט און ווען מען ווערט עלטער קלאפט די הארץ צווישען 60 און 80 מאל א מינוט מילא קומט אויס אז א קינד האט לענגערע מינוטען.

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2013 12:47 am
דורך מאטי
מ׳קען זאגן נאך א סברה פארוואס עלטער לויפט שנעלער. ווייל א קינד האט א נאטור צו וועלן ווערן גרעסער ווען ער איז 5 לעכטצט ער שוין יעדן טאג צו ווערן 5 אהאלב, דעריבער קוקט דאס אים אויס לאנג.
משא״כ אן ערוואקסענער, זוכט צו בלייבן וואס אינגער, דעריבער ווען ער דערזעט זיך ווי ס׳גייט דורך נאך א יאר און נאך א יאר שפירט ער ווי ס׳לויפט זייער שנעל. פונקט ווי און טאג טעגליכער לעבן ווען מ׳איז און א מצב וואס מ׳וויל בלייבן דערין, לויפט דאס זייער שנעל אדורך.און ווען מ׳איז און א מצב וואס מ׳וויל זיך זען ארויס דערפון קריכט דאס שטייט.

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2013 12:50 am
דורך זר זהב
דאס איז געוואלדיג! יעדער זעהט עס לויט וויזוי זיינע רצוניות זענען.

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2013 12:56 am
דורך שמעקעדיג
אדער ענליך צו מאטי'ס סברא (בדרך הלצה) אלס קינד און אלס בחור זיצט מען שעות ביי די לאנגווייליגע שיעורים אין חדר/ישיבה און מען קוקט אויפן זייגער א גאנצן טאג, משא"כ נאך די חתונה לויפט מען און מען יאגט מען וויל אריינכאפן די גאנצע וועלט ועולה חרס בידו, ער זעהט זיך נאך א גאנצן טאג קוים עפעס אויפגעטון..