בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2020 5:22 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'הער אויך זאגן אז ער עסט שרימפ, שומו שמים! אוי לנו, להיכן הגענו, משיח דארף שוין קומען.
איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געגאנגען שטימען, די גאנצע זאך אינטערעסירט מיר ווי די מחלוקת אין אויסטראליע, אבער אויב געווינט ער די נאמינאציע גיי איך מיך רעגיסטרירן און שטימען פאר איהם, ס'איז שוין העכסט צייט אז מענטשן זאלן ארויסציען די נאז פון יענעמ'ס שלאפ-ציממער.
רביה"ק זי"ע: התינח ווען ער וועט בלויז שטרעבן צו לעבן מיט זיין בן זוג באהבה ואחוה ושלום וריעות. אבער ער ואנשי דורו דכוותיה פון די ל.ג.ב.ט.קיו. קאמיוניטי וויללן דאך מזכה זיין די גאנצע (נארמאלע) וועלט מיט זייער אידעאלאגיע. און זיי וועללן אדורכפיהרן געזעצן וועלכע וועללן אפעקטירן מיך און מיינע קינדער. ביז ס'וועט קומען צו א פוינט אז א נארמאלער מענטש וועט זיך שפירן באקריוודעט און באגרעניצט...!
אשר על כן טוסטו וואס? איר זענט מהפך קערה על פיה, ומתוך רעליגיע רייסט איר אראפ א סיטיזען וואס איז בארעכטיגט צו זיין פרייהייט אן קיין רעכטע אינפלוענס, אלס כדי אז יעצט זאל ער זאל זיך שפירן באגרעניצט.
געקאכט א קאשע, יעצט עס דאס אויף...
מען גייט האבן א פרעזידענט וואס איז געי
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:55 pm
דורך חוקר ודורש
אין מדינת ישראל זענען דא צוויי חברי כנסת וואס זענען געי אין האבן חתונה געהאט מיט מענער, איינס איז אמיר אוחנה פון די ליכוד און דינט יעצט אלץ שר המשפטים, די צווייטע איז איציק שמולי וואס איז נאמער צוויי און ראנג פון די עבודה פארטיי.
אזוי אויך זענען די פירער פון אירלאנד און לוקסעמבורג געי, עס איז שוין א נארמאלע זאך
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 8:33 am
דורך אישתישבי
צפור בודד האט געשריבן:ענדערש א געי פרעזידענט ווי א פרעזידענט וואס כאפט אן פרויען במבושיהן.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
ביסט גערעכט, ווייל אין די תורה שטייט אויך נאר פארקערט, והחזיקה במבושיו, ווען איינער טוט פארקערט ווי דער תורה, איז ער נישט ווערט צו זיין פרעזידענט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 10:46 am
דורך lazar
דער פסוק זאגט שוין אין ישעיה כָּל גֶּיא יִנָּשֵׂא, ווער ס'איז געי ווערט דערהויבן צו זיין פרעזידענט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 10:59 am
דורך lazar
מענין לענין פאלט מיר יעצט אזוי ביי, אין די מגילה שטייט אֶל יַד הֵגֶא סְרִיס הַמֶּלֶךְ שֹׁמֵר הַנָּשִׁים, פארוואס האט מען גענומען פונקט הֵגֶא צו זיין שומר הנשים? נאר טאקע ווייל ער איז געווען געי (הֵגֶא) איז ער געווען פאסיג צו זיין שומר הנשים, מ'האט נישט געדארפט מורא האבן אז ס'וועט זיך אים פארגלוסטן איינס.
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 11:38 am
דורך וואלווי
אישתישבי האט געשריבן:צפור בודד האט געשריבן:ענדערש א געי פרעזידענט ווי א פרעזידענט וואס כאפט אן פרויען במבושיהן.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
ביסט גערעכט, ווייל אין די תורה שטייט אויך נאר פארקערט, והחזיקה במבושיו, ווען איינער טוט פארקערט ווי דער תורה, איז ער נישט ווערט צו זיין פרעזידענט.
ביי עובדא דקלינטאן איז יא געווען א דאורייתא. דארט איז טאקע געווען והחזיקה במבושיו...
מען גייט האבן א פרעזידענט וואס איז געי
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 4:22 pm
דורך מי אני
lazar האט געשריבן:מענין לענין פאלט מיר יעצט אזוי ביי, אין די מגילה שטייט אֶל יַד הֵגֶא סְרִיס הַמֶּלֶךְ שֹׁמֵר הַנָּשִׁים, פארוואס האט מען גענומען פונקט הֵגֶא צו זיין שומר הנשים? נאר טאקע ווייל ער איז געווען געי (הֵגֶא) איז ער געווען פאסיג צו זיין שומר הנשים, מ'האט נישט געדארפט מורא האבן אז ס'וועט זיך אים פארגלוסטן איינס.
נו, איז פארוואס האט ער געדארפט זיין א סריס? ׳עט מען דארפן ענטפערן אזוי ווי דער אבן עזרא ברענגט אראפ אין דניאל (א ג) אז ״סריס״ מיינט נישט אלעמאל דוקא א סריס, נאר קען מיינען א משרת ע״ש...
