ווען נישט לא תגרעו און לא תוסיפו, וואס וואלסטו געטוישט?

מחשבה, השקפה ועיון
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פרויען זאלן מעגן דרייוון, ס׳וואלט געמאכט די לעבן פיל גרינגער.

און דער איסור אז פרויען טארן נישט זיין קיין הצלה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

יואליש האט געשריבן:לולי דמסתפינא, ווען נישט די לאו פון ולא תגרע ממנו וואלט איך גורע געווען בלויז איינס אין חבקוק: צדיק באמונתו יחיה.

דער פסוק אין חבקוק רעדט נישט פון אמונה בה'
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: ווען נישט לא תגרו און לא תוסופו וואס וואלסטו געטוישט

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

דאס דריי אדער צוויי טאג יו"ט

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

העניך האט געשריבן:אויב איינער וויל אן ערנסטער ענטפער: איך וואלט צוגעלייגט דאס וואס איז דא ביי די קאטאליקן אז א רבי/רב טאר נישט חתונה האבן. דאס איז איין זאך אין זייער רעליגיע וואס איך בין מקנא, ווייל ער איז גאר א גרויסער הילף (כאטש נישט פול-פּרוף) אז מנהיגים זאלן ערוועלט ווערן צוליב זייערע קוואליפיקאציעס און נישט ירושה. און דאס וואלט געמיינט אז ווערן א רב איז אן ערנסטע לעבנסלענגליכע הקרבה, נישט דווקא אן ענין פון כבוד און געלט. אזוי אויך וואלט דאס געמיינט אז דער עיקר ארבעט פונעם רב איז מצליח צו זיין אין זיין פאזיציע און געדענקט ווערן אלס איינער וואס האט געהאלפן מענטשן, נישט בעיקר צו באפעסטיגן זיין דינאסטיע און געלט פאר די קינדער.
ס'איז לכאורה שטענדיג אזוי געווען ביז כלל ישראל איז געבענטש געווארן מיט דינאסטיעס און רעבישע הויפן פאר די לעצטע פאר הונדערט יאר. אבער ביסט גערעכט מיט דעם ווייל די רבנים זענען דא צו דינען דעם המון עם און נישט פארקערט. אבער דיין משל וואס דו ברענגסט מיט גלחים נישט חתונה האבן איז נישט אויסגעהאלטן, באט איי געט יור פאינט.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

העניך האט געשריבן:אויב איינער וויל אן ערנסטער ענטפער: איך וואלט צוגעלייגט דאס וואס איז דא ביי די קאטאליקן אז א רבי/רב טאר נישט חתונה האבן. דאס איז איין זאך אין זייער רעליגיע וואס איך בין מקנא, ווייל ער איז גאר א גרויסער הילף (כאטש נישט פול-פּרוף) אז מנהיגים זאלן ערוועלט ווערן צוליב זייערע קוואליפיקאציעס און נישט ירושה. און דאס וואלט געמיינט אז ווערן א רב איז אן ערנסטע לעבנסלענגליכע הקרבה, נישט דווקא אן ענין פון כבוד און געלט. אזוי אויך וואלט דאס געמיינט אז דער עיקר ארבעט פונעם רב איז מצליח צו זיין אין זיין פאזיציע און געדענקט ווערן אלס איינער וואס האט געהאלפן מענטשן, נישט בעיקר צו באפעסטיגן זיין דינאסטיע און געלט פאר די קינדער.

די נקודה ווערט אנגערירט ביי די באוויסטע גמ' פון חזקיהו המלך (ברכות י' ע"א):

בימים ההם חלה חזקיהו למות ויבא אליו ישעיהו בן אמוץ הנביא ויאמר אליו כה אמר ה' (צבאות) צו לביתך כי מת אתה ולא תחיה וגו' מאי כי מת אתה ולא תחיה מת אתה בעולם הזה ולא תחיה לעולם הבא אמר ליה מאי כולי האי אמר ליה משום דלא עסקת בפריה ורביה א"ל משום דחזאי לי ברוח הקדש דנפקי מינאי בנין דלא מעלו א"ל בהדי כבשי דרחמנא למה לך מאי דמפקדת איבעי לך למעבד ומה דניחא קמיה קודשא בריך הוא לעביד וכו'
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך וואלט צוגעלייגט א פופציגסטע טאג צו ספירת העומר, בלאזן שופר און שאקלען לולב ווען יום טוב געפאלט שבת, הארגענען מענטשן וואס זענען אין חרם און מיתת בי״ד בכלל, תכלת, אויפנעמען א קעניג, אייננעמען ארץ ישראל, מקריב זיין קרבנות אע״פ שאין בית, בויען א בית המקדש, אז א איד זאל קענען ווערן א deconvert.

ווי איך פארשטיי באציסטו דיר צו זאכן וואס אין תורה שבכתב זעט אזוי אויס, אינטערסאנט ווי זעסטו אז א איד קען ווערן א deconvert?
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

העניך האט געשריבן:אויב איינער וויל אן ערנסטער ענטפער: איך וואלט צוגעלייגט דאס וואס איז דא ביי די קאטאליקן אז א רבי/רב טאר נישט חתונה האבן. דאס איז איין זאך אין זייער רעליגיע וואס איך בין מקנא, ווייל ער איז גאר א גרויסער הילף (כאטש נישט פול-פּרוף) אז מנהיגים זאלן ערוועלט ווערן צוליב זייערע קוואליפיקאציעס און נישט ירושה. און דאס וואלט געמיינט אז ווערן א רב איז אן ערנסטע לעבנסלענגליכע הקרבה, נישט דווקא אן ענין פון כבוד און געלט. אזוי אויך וואלט דאס געמיינט אז דער עיקר ארבעט פונעם רב איז מצליח צו זיין אין זיין פאזיציע און געדענקט ווערן אלס איינער וואס האט געהאלפן מענטשן, נישט בעיקר צו באפעסטיגן זיין דינאסטיע און געלט פאר די קינדער.

און ווער וועט אכטונג געבן אויף די קינדער?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

Nanach האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך וואלט צוגעלייגט א פופציגסטע טאג צו ספירת העומר, בלאזן שופר און שאקלען לולב ווען יום טוב געפאלט שבת, הארגענען מענטשן וואס זענען אין חרם און מיתת בי״ד בכלל, תכלת, אויפנעמען א קעניג, אייננעמען ארץ ישראל, מקריב זיין קרבנות אע״פ שאין בית, בויען א בית המקדש, אז א איד זאל קענען ווערן א deconvert.

ווי איך פארשטיי באציסטו דיר צו זאכן וואס אין תורה שבכתב זעט אזוי אויס, אינטערסאנט ווי זעסטו אז א איד קען ווערן א deconvert?
נישט ממש, ס׳זענען זאכן וואס אין תורה שבע״פ שטייט אז דאס שטייט אין תורה שבכתב נאר מיר טוען אנדערש, אז בית דין קען מאכן א איד פאר א גוי שטייט אין הגהות חת״ס אין שו"ע אורח חיים סימן לט, ועיין עוד כאן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

העניך האט געשריבן:אויב איינער וויל אן ערנסטער ענטפער: איך וואלט צוגעלייגט דאס וואס איז דא ביי די קאטאליקן אז א רבי/רב טאר נישט חתונה האבן. דאס איז איין זאך אין זייער רעליגיע וואס איך בין מקנא, ווייל ער איז גאר א גרויסער הילף (כאטש נישט פול-פּרוף) אז מנהיגים זאלן ערוועלט ווערן צוליב זייערע קוואליפיקאציעס און נישט ירושה. און דאס וואלט געמיינט אז ווערן א רב איז אן ערנסטע לעבנסלענגליכע הקרבה, נישט דווקא אן ענין פון כבוד און געלט. אזוי אויך וואלט דאס געמיינט אז דער עיקר ארבעט פונעם רב איז מצליח צו זיין אין זיין פאזיציע און געדענקט ווערן אלס איינער וואס האט געהאלפן מענטשן, נישט בעיקר צו באפעסטיגן זיין דינאסטיע און געלט פאר די קינדער.

העניך: פון די אנדערע זייט איז עס א געוואלדיגע שטער (אז די גלחים האבן נישט חתונה). מיר זעהן דאך די שרעקליכע סקאנדאלן וועלכע קומען ערשט איצט ארויס איבער די מאסנאמליכע אביוז וועלכע ווערט פראקטיצירט און פארדעקט אין די העכסטע שטאפלען פון די קאטוילישע קירכע. אזוי אז ס'טרעפן זיך שוין א גרויסער טייל פון די פיהרערשאפט פון די קאטאליקן וועלכע באטראכטן ערנסט די מעגליכקייט אז גלחים זאללן זיין ערלויבט חתונה צו האבן און האבן משפחות. אזוי ווי ביי אלע אנדערע דענאמינאציעס פון די קריסטליכע רעליגיע...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ויש ליישב, אז העניך מיינט צו זאגן, אז די אביוז זאל אויך זיין מותר.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

@העניך מיינט דאס נאר צו ניצן אלץ א משל, און די נמשל איז אז היות דאס ווייזט אויף זייער העכערקייט, דערפאר טאר עס נישט זיין עפעס א ירושה נאר א זאך וואס זאל געוועהלט ווערן ביי די מענטשן ארום.
וועגן דעם האב איך געשריבן

"אבער דיין משל וואס דו ברענגסט מיט גלחים נישט חתונה האבן איז נישט אויסגעהאלטן, באט איי געט יור פאינט."

@אישתישבי, אקוראט דאס האב איך געמיינט ארויסצוברענגען!
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

ערענסט גערעדט איך וואלט מוסיף געווען אז מען מוז קענען מגרע זיין ווען זאכן הערן אויף מאכן סענס לויט די פארשריפט פון קולטור און סייענס. מען האט עס געטוען און לויף פון די יארן למשל פרוזבל און מיתת בית דין, אבער נישט גענוג. למשל עגונה, משכב זכר וכו'.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

יתרו האט געשריבן:ערענסט גערעדט איך וואלט מוסיף געווען אז מען מוז קענען מגרע זיין ווען זאכן הערן אויף מאכן סענס לויט די פארשריפט פון קולטור און סייענס. מען האט עס געטוען און לויף פון די יארן למשל פרוזבל און מיתת בית דין, אבער נישט גענוג. למשל עגונה, משכב זכר וכו'.

אויף דעם איז טאקע געזאגט געווארן כל המוסיף גורע. ס'איז אומעגליך אז די איינציגסטע מהלך פון אזוי גערופענע "דעת תורה" איז בלויז מוסיף זיין איסורים. ס'איז א בחינה פון בית דין שכולו חייב וואס מאיז יוצא זכאי הדין.

דעת תורה וואלט אסאך בעסער געאַרבעט מיט כל הגורע מוסיף. שטעל דיך פאר ס'וואלט געווען תקנות עגונות ביי גיטין פונקט אזוי ווי חז"ל האבן פארשטאנען תקנת עגונות ביי א מאן וואס איז פארלוירן מעבר לים.

שטעל דיך פאר מ'וואלט בעסער געהאנדלט מיט משכב זכר, וואס די פראפעשינאל אפיניאן היינט איז אז דאס איז נישט מעשה רשע נאר ממש א נאטור ווי משכבי אשה, און מ'קען גארנישט טוהן דערוועגען, פונקט אזוי ווי מ'האט זיך ערלויבט אויס צו בעטען אויסרייסן יצרא דעבודה זרה.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

צ/ק
איך וואלט אראפגענומען די ע' פון לא תגרעו און צוגעלייגט א ו' צו לא תוספו :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יתרו האט געשריבן:ערענסט גערעדט איך וואלט מוסיף געווען אז מען מוז קענען מגרע זיין ווען זאכן הערן אויף מאכן סענס לויט די פארשריפט פון קולטור און סייענס. מען האט עס געטוען און לויף פון די יארן למשל פרוזבל און מיתת בית דין, אבער נישט גענוג. למשל עגונה, משכב זכר וכו'.

יתרו: ס'הייסט לויט די היינטיגע סטענדערדס וואלט מען געדארפט מתיר זיין פארן מיט קארס אום שבת. אויך נוצן פאונס און קאמפיוטערס און אינטערנעט. (אויסער'ן ליטווישן איסור פון אינטערנעט.). אויך (אפשר) עסן טשיעזבורגערס...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:דאס דריי אדער צוויי טאג יו"ט

נע, איך וואלט נישט געוואלט האבן 4 טעג יו"ט, לאמיר עס לאזן ביי דריי טעג, ס'איז פונקט גענוג....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ישעיה האט געשריבן:צ/ק
איך וואלט אראפגענומען די ע' פון לא תגרעו און צוגעלייגט א ו' צו לא תוספו :lol:

איך האב מתקן געווען דעם קעפל.
ייש"כ פאר'ן מעורר זיין!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

צוויי טעג יום טוב איז שוין אויך צופיל, ווי ס׳שטייט דערויף אין פסיקתא דרב כהנא פרק י״ד ואני נתתי להם חוקים לא טובים.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

טעות
וירח ה' את ריח הניחוח
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:צוויי טעג יום טוב איז שוין אויך צופיל, ווי ס׳שטייט דערויף אין פסיקתא דרב כהנא פרק י״ד ואני נתתי להם חוקים לא טובים.

ביטע ציטאטן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

berlbalaguleh האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:ערענסט גערעדט איך וואלט מוסיף געווען אז מען מוז קענען מגרע זיין ווען זאכן הערן אויף מאכן סענס לויט די פארשריפט פון קולטור און סייענס. מען האט עס געטוען און לויף פון די יארן למשל פרוזבל און מיתת בית דין, אבער נישט גענוג. למשל עגונה, משכב זכר וכו'.

יתרו: ס'הייסט לויט די היינטיגע סטענדערדס וואלט מען געדארפט מתיר זיין פארן מיט קארס אום שבת. אויך נוצן פאונס און קאמפיוטערס און אינטערנעט. (אויסער'ן ליטווישן איסור פון אינטערנעט.). אויך (אפשר) עסן טשיעזבורגערס...!

ער רעדט פון קאלטור און סייענס, וואס מיינט ארבעטן מיט די מציאות פונ'ם דור אדער/און לויט די תקופת הזמן. פארען שבת און עסען טשיזבורגערס איז א פערזענליכע באקוועמליכקייט, פאר א פערזענליכער מענטש דארף מען נישט טוישן הלכות א יעדע צען מינוט.

סארי ר' בערל, דארפסט ווייטער עסען מיל מארט בורגערס אין פראנסאז באנס...
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

אישתישבי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:צוויי טעג יום טוב איז שוין אויך צופיל, ווי ס׳שטייט דערויף אין פסיקתא דרב כהנא פרק י״ד ואני נתתי להם חוקים לא טובים.

ביטע ציטאטן.
ר' אבין ר' חייא בשם ר' יוחנן כת' בני אמי נחרו בי שמוני נוטרה את הכרמים (שה"ש א:ו), מי גרם לי שאהא נוטרה את הכרמים, על שם שכרמי שלי לא נטרתי (שם). מי גרם לי שאהא מפרשת שתי חלות בסוריא, על שלא הפרשתי חלה אחת כתיקונה בארץ ישר'. סבורה הייתי שאני מקבלת שכר על שתים ואיני מקבלת שכר אלא על אחת. מי גרם לי שאהא משמרת שני ימים טובים בסוריא, על שלא שמרתי יום טוב אחד כתיקונו בארץ ישר'. סבורה הייתי שאני מקבלת שכר על שנים ואיני מקבלת שכר אלא על אחד. ר' יוחנן הוה קרי עליהון, וגם אני נתתי להם חוקים לא טובים (יחזקאל כ:כה).

https://www.sefaria.org/Pesikta_D'Rav_Kahanna.14.4
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
פארשפארט