רביה"ק זי"ע: איך בין נישט קיין ש"ס פאלאק. איך קען נישט און האב נישט אפגעליינט אלע פוסקים ראשונים ואחרונים. און וואס זיי האלטן איבער אנצינדן לייטס אום שבת. אבער דעם שו"ת מהרש"ג האב איך יא געזעהן און אדורכגעלערנט. כאטש ער שפעקולירט אז עלעקטריציטעט (לעקטער) איז נישט שייך קיין איסור הבערה מדאורייתא איז ער אבער נישט מתיר אנצינדן אדער אויסלעשן לייטס אום שבת ויו"ט...!
ס'איז נאך א שטיקל מהלך פון א פוסק וואס טראכט אויב דער איסור איז א דאורייתא אדער א דרבנן ביז מתיר זיין די מלאכה אום שבת...!
אידישקייט אדער הלכה?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
היינט איז די נושא נאכאמאל ארויפגעקומען אין א שמועס, ווי אויך האט זיך לעצטנס געיאוועט א נייעם אשכול איבער די הארבע שאלה צו וועם ס׳באלאנגט די נאמען באבוב, כ׳מיין ארטאדאקס, וועל איך אפשרייבן וואס כ׳האב היינט געזאגט פאר איינעם. די אריגינעלע ארטיקל איבער Social Orthodoxy הייבט זיך אן מיט א פראגע וואס איינער האט געפרעגט דעם שרייבער פארוואס ער היט כשרות, דער אמת איז אז ס׳נישט דא קיין נארמאלע תירוץ דערויף, וואס וואלט איך געענטפערט אויף דעם שאלה? איין זאך איז זיכער, איך היט נישט כשרות ווייל דער באשעפער האט געהייסן ווייל 99% דיני כשרות זענען נישט מער ווי חומרות, נערוון, און פאראנויע וואס האבן זיך אנגעזאמעלט און אויפגעבויעט איינס אויפ׳ן אנדערן אין לויף פון די לעצטע צוויי טויזענט יאר און האבן נישט גארנישט מיט׳ן באשעפער איינגעשטויסן, און אפילו די איין פראצענט וואס מ׳קען אפשר יא תולה זיין אין גאט האסטו קעגן דעם הונדערטער אנדערע מצוות וואס שטייען אין די תורה וואס נישט איך און נישט קיינער וואס איך קען היט, פארוואס דאס היט איך יא און יענץ נישט? ווייל דאס האבן די רבנים אפגעמאכט צו האלטן און יענץ האבן זיי אפגעמאכט צו דראפן, ווען חז״ל וואלטן אפגעמאכט צו דראפן חזיר און האלטן קרבנות צ.ב. וואלטן מיר אלע געגעסן חזיר און מקריב געווען קרבנות און ניטאמאל געקענט פארשטיין וויאזוי ס׳זאל קענען זיין אנדערש. ס׳וואלט זיך שוין אפילו אפשר געשאפן א מנהג צו מקריב זיין א חזיר פאר׳ן קרבן מוסף פון ל״ג בעומר, אין קרעטשניף וואלט מען זיך געפירט מקריב צו זיין 33 חזירים און מקריב זיין א קרבן מנחה פון לאקשן קוגל אנשטאט מעהל. יא, מ׳קען תולה זיין הגיון אין די אלע הלכות מיט פילפולים פון היינט ביז איבערמארגן וואס די ספרים זענען פול דערמיט, אבער אויף יעדע סברא קען מען פונקט אזוי דרייען מיט׳ן פינגער פארקערט, פארוואס דרייען מיר אזוי און נישט די פארקערטע וועג? ככה, נישטא קיין תירוץ דערויף, אזוי טוט מען און מ׳פרעגט נישט קיין קשיות. מ׳היט וויפיל ס׳פילט זיך געשמאק און ס׳גיבט meaning אין לעבן און ווען מ׳האט נישט קיין נערוון שניידט מען קארנערס און דאס לעבן פארט ווייטער, איז עפעס שלעכט דערמיט? אדרבה, אז איינער האט א ווערסיע פון אידישקייט וואס מאכט מער סענס וואלט איך מיך זייער געפריידט צו הערן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ועוד: די מאדערן ארטאדאקס. מ'רעדט דא פון די קצה המחנה. פון הרב אבי ווייס' טייפ האלטן דארט וואו די קאנסערוואטיוון האבן געהאלטן 80 יאר צוריק. זיי ווילן, און האלטן הלכה אין פרינציפ. נאר אויב שטערט דאס זייער באקוועמליכקייט ווישט מען עס אוועק. זיי האבן נישט קיין שום צוריקהאלט פון טראדיציע אדער אנדערע טאבוס.
די הכתרה צערעמאניע ביי הרב אבי ווייס פאר די רבה, מרס שרה הורביץ איז צוגעגאנגען נישט ווייניגער ווי סיי וועלכער מעמד הכתרה, לאמיר זאגן פון סאטמארע כולל. הרב אבי שליט"א האט פארגעליינט דעם כתב הכתרה מיט אזא ערנסטקייט און ..."קדושה"?...ווי ס'וואלט זיך געהאנדלט אין א חסיד'ישן כולל...!
די הכתרה צערעמאניע ביי הרב אבי ווייס פאר די רבה, מרס שרה הורביץ איז צוגעגאנגען נישט ווייניגער ווי סיי וועלכער מעמד הכתרה, לאמיר זאגן פון סאטמארע כולל. הרב אבי שליט"א האט פארגעליינט דעם כתב הכתרה מיט אזא ערנסטקייט און ..."קדושה"?...ווי ס'וואלט זיך געהאנדלט אין א חסיד'ישן כולל...!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: יא, מ׳קען תולה זיין הגיון אין די אלע הלכות מיט פילפולים פון היינט ביז איבערמארגן וואס די ספרים זענען פול דערמיט, אבער אויף יעדע סברא קען מען פונקט אזוי דרייען מיט׳ן פינגער פארקערט, פארוואס דרייען מיר אזוי און נישט די פארקערטע וועג? ככה, נישטא קיין תירוץ דערויף, אזוי טוט מען און מ׳פרעגט נישט קיין קשיות.
איינער האט מיר פרובירט מסביר זיין אין אישי א רייע פילאזאפיעס פארוואס דער רצון השם איז אז מ׳זאל היטן דווקא די מצוות וואס מיר היטן נאך היינט צוטאגס און נישט די מצוות וואס מ׳האט אפגעלאזט במרוצת הדורות, און פארוואס דווקא אויף די מצוות וועט מען פלאקערן אין גיהנם און באקומען א שטוהל אין גן עדן און איבער די פארפאלענע מצוות האט דער באשעפער אויפגעהערט זיך צו קימערן. האב איך איהם געגעבן צו פארשטיין אז כל זה אכניס בהקל וחומר, ער וואלט פונקט אזוי געקענט אויפקומען מיט פילאזאפישע בנינים אויף פארקערט, נאר פארוואס פילאזאפירט ער אזוי און נישט פארקערט? איז דער ענטפער דער זעלבער, ככה, אזוי פילאזאפירט מען און מ׳פרעגט נישט קיין קשיות.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that