עובדיה האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס דו זאגסט אזוי, דו לערענסט אפ מקום ארון אינו מן המידה אז ווען מ'האט גערעכנט פון איין זייט האט מען עס געזעהן אויף די אנדערע זייט אזוי ווי ביי קבר משה רבינו, אבער די פשוט פשט איז אז ס'האט במציאות נישט פארנומען קיין פלאץ און ס'איז טאקע געווען 10 אמות פון ביידע זייטן. די זעלבע ביי די כרובים וואס די כנפים האבן אויפגענומען די גאנצע 20 אמות און די כרובים האבן נישט תופס מקום געווען כמבואר בגמ' ב"ב צט. איז לכאו' פשט אז מ'האט געזעהן ווי די כנפים שטייען איין לעבן צווייטן אהן קיין פלאץ צווישען זיי און דאך האט מען געזעהן כרובים אינדערמיט, וואס דאס איז לכאו' די זעלבע חידוש ווי פילא בקופא דמחטא.
פון די לשון הברייתא ״יש לו עשר אמות לכל רוח״ איז לכאורה יא משמע אז עס איז מער דומה צום מעשה של קבר משרע״ה (וואס דאן, ווי איך פארשטיי, ביסטו אויך מודה אז נסתלק קושייתך). והיינו, פונדרויסן ווען איך מעסט דעם היכל איז עס 20 (וואס דאן, פון יענע פּערספּעקטיוו וואו איך זעה דעם גאנצן היכל, קען איך לכאורה נישט מעסטן פונקטליך וויפיל פונקטליך איז פאר יעדעס זאך). דערנאך ווען איך מעסט פון איין זייט ארון עד הכותל זעה איך 10 און פון די אנדערע פונקט אזוי. נו, וואו איז די איבעריגע פון די ארון (או כרובים) גופא? במושכל ראשון טראכט מען אז ערגעץ מעסט איך נישט גוט. אבער ווען מ׳מעסט דאס אויפאמאל, והיינו צוויי מענטשן ביינאזאם, איז דאס שוין דומה למעשה קבר משרע״ה. ובפרט דכמו שציינתי אז להמהרש״א זענען זיי ביידע מכח דאס זעלבע געדאנק אז רוחני אינו תופס מקום. ולכאורה ה״ה בהכרובים. אין אנדערע ווערטער, די זעלבע תירוץ ווי אויפ׳ן קשיא פון ״וואו איז טאקע פיזיש דעמאלטס געווען די קבר של משרע״ה?״ איך פארשטיי אז אפשר לחלק אז קבר משרע״ה קען מען ניטאמאל פיזיש אָנרירן משא״כ הארון והכרובים. אבל לגבי זייער פיזישע מקומות וואס זיי נעמען אויף לכאורה שווין הן.
נו, איך בין עס מדמה צו מעשה קבר של משרע״ה, וואס דאן איז דאס כמו שנראה מדבריך עפעס וואס מ׳קען זיך מצייר זיין און נישט קיין לאגישע סתירה, און דו ביסט דאס מדמה צו המעייל פילא בקופא דמחטא וואס איז שוין יא א לאגישע סתירה וואס מ׳קען זיך נישט מצייר זיין. נו, איז דאס שוין אויך נכלל אין דעם אלגעמיינעם מבוכה/מחלוקת שציינתי לעיל מהמו״נ אין וואס פונקטליך איז נכלל בגדר זה של ״לאגישע סתירה מיניה וביה״…
יאסל ראקאווער האט געשריבן:פארוואס מיז זיין די גאלד און האלץ איז פשוט פשט אבער די אינו מן המידה קען מען נישט פארשטיין. אפשר די גאלד און האלץ איז נישט צו פארשטיין און די אינו מן המידה איז פשוט פשט?
וואס איז פשוט פשט? אפשר enhanced 3D אדער א 4th Dimension, עין פה
דארטן אויף אוצר החכמה שציינתי וויל טאקע איינער מדמה זיין די געדאנק פון דאס אז א דבר רוחני איז נישט תופס מקום מכח דעם אז עס איז אינסופיות/אינפיניט וכמו די סינגולעריטי פון א שווארצע לאך, וואס דאן איז טאקע (אפשר) נישט געהעריג שולט דערויף ענין ״מקום״.