בלאט 1 פון 1

שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 11:55 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
א פאר עסקנים ווילן מאכן א שבתון פאר עלטערע בחורים - גרושים און עלטערע מיידלעך - גרושות, צוזאמען, כדי צו געבן א מעגליכקייט אז זיי זאלן "קליקן" צווישן זיך און ס'זאל זיך מאכן עטליכע שידכוים.

אבער דאך ווילן זיי דאס טוהן אויף א שטייגער פון צניעות און ס'זאל נישט מתנגד זיין להלכה און צו די היימישע לעבנסשטייגער.

מ'בעט דער עולם זאל אריינקומען מיט עצות און טיפס פאר אזא איווענט.

עס מוז נישט דווקא זיין א שבתון, קען אפשר זיין סתם א איין נאכטיגע "סינגלס" צוזאמקום וכדומה.

וויאזוי קען מען דאס אויסארבעטן עס זאל זיין טוב לשמים און טוב לבריות?