בלאט 2 פון 4
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:01 pm
דורך גאלד
איך פלעג אלס גאר יונג קינד ראש השנה ביינאכט אונטערלייגן א בריוו אונטער די חלה דעקל,
ווען איך בין געווארן עלטער פלעג איך בלויז מיטן מויל איבערבעטן כל נדרי נאכט נאך ברכת הבנים,
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:29 pm
דורך שרייבער
קינות גירושין האט געשריבן:איך מעג זאגען וואס איך טראכט אדער איך גיי כאפען שטיינער???
איז נישט דעס בערך די זעלבע וואס יעדע חתן שרייבט צו זיינע עלטערן ביום חיפותו ????
וואס ווערט מען אזוי איבער גענומען???
איך ווייס נישט וואס יעדע חתן טוט, איך האב אבער אזא בריוו נישט געשריבן, על אף וואס איך קען אביסל שרייבן, ועל אף אז איך האב ב"ה פיינע עלטערן
אבער באמת איז נישט דער געדאנק און צונעמאכץ אזוי שטארק וואס ער האט געשריבן, נאר דער געדאנק איז 'והחי יתן אל לבו', א קנאפע יאר צוריק שרייבט ער מיט האפענונג ער וועט איבערפלאנצן די חינוך אין זיינע קינדער, נישט קלערנדיג וואס קען פאסירן א יאר שפעטער
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:36 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב נישט געשריבן פאר מיינע עלטערן די בריוון יעדעס יאר פאר ראש השנה, נאר פאר מיין חתונה.
פאר מיין אשת חיל האב איך געשריבן דאס ערשטע יאר צוויי פון מיין חתונה, נאך א זאך אויף די ליסטע וואס מ'פלעגט טוהן שנה ראשונה...
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 4:10 pm
דורך גאלד
מיין טרענסלעשן איז שוין אנגעקומען צו טוויטער, א דאנק, יענער האט עס אביסל מגיה געווען תשאות חן לו
http://www.twitlonger.com/show/l7nqsm
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 3:29 am
דורך טעפל
ממי_שאמרו האט געשריבן:איך האב נישט געשריבן פאר מיינע עלטערן די בריוון יעדעס יאר פאר ראש השנה, נאר פאר מיין חתונה.
פאר מיין אשת חיל האב איך געשריבן דאס ערשטע יאר צוויי פון מיין חתונה, נאך א זאך אויף די ליסטע וואס מ'פלעגט טוהן שנה ראשונה...
זייער שיין, דאס יאר האט מיין ווייב מיר געשריבען א שיינס..
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 9:34 am
דורך [NAMELESS]
נישט שלעכט טעפל, אסאך מענער וואלטן דאס געקענט באשטיין צו באקומען!
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 9:37 am
דורך טעפל
ממי_שאמרו האט געשריבן:נישט שלעכט טעפל, אסאך מענער וואלטן דאס געקענט באשטיין צו באקומען!
יא יא ס'איז בכלל נישט געוועהן שלעכט, זי האט מיר עס אריינגעשטופט אין מיין יום כיפור מחזור ערב יו"כ..
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 9:52 am
דורך איך אויך
דאס איז שוין ערנסטע טיזינג..
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 3:50 pm
דורך צדיקל
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:28 pm
דורך בן תמליון
אפשר גאלד'ס קרעדיט? דער בריוו אין טיימס איז א ריכטיקער קידוש השם.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:30 pm
דורך גאלד
היות איך האב אריינגעלייגט מוח אין די טרענסלעשן פונעם בריוו, פאלג איך נאך מיט גרויס אינטערעסע ווי ווייט מיין ארבעט צישפרייט זיך,
דער נ.י. טיימס האט עס געטוויט אויף זייער אפציעלער טוויטער אקאונט, און ס'האט שוין יעצט כמעט 60 ריטוויטס, דאס העט לכאורה וואקסן,
נאכדעם איז דא כמעט 100 פריוואטע טוויטס פון מענטשן וואס האבן געטוויט די לינק,
https://twitter.com/nytimes/status/309392832303620096
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:34 pm
דורך יידל
די טרענסלאציע אין ניו יארק טיימס איז גאלד'ס?
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:39 pm
דורך גאלד
אידן, להבדיל, גוים, גויטעס פון אלע ראסעס רעאגירן מיט גרויס איבערגענומענקייט
איינער א HUGO SCHWYZER פון קאלעפארניע באמערקט "This will be your afternoon cry"
א געוויסער LISA FUHRMAN באמערקט "Haunting, indeed."
NCANDACE OLSE שרייבט: "Beautiful letter."
איינער פון ווייטן ענגלאנד "So so sad "
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:42 pm
דורך גאלד
יידל האט געשריבן:די טרענסלאציע אין ניו יארק טיימס איז גאלד'ס?
יא, ס'נאר אביסל ציגעפיצט, למשל כאמעך עכט געמיטשעט וויזוי צו איבערטייטשן "שפארן" געלט, איך האב געשריבן "save" כאגעוויסט אז ס'נישט ריכטיק דער מגיה האט עס געטוישט צו "spare" דאס איז טאקע סאך בעסער
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:45 pm
דורך בן תמליון
גאלד האט געשריבן:יידל האט געשריבן:די טרענסלאציע אין ניו יארק טיימס איז גאלד'ס?
יא, ס'נאר אביסל ציגעפיצט, למשל כאמעך עכט געמיטשעט וויזוי צו איבערטייטשן "שפארן" געלט, איך האב געשריבן "save" כאגעוויסט אז ס'נישט ריכטיק דער מגיה האט עס געטוישט צו "spare" דאס איז טאקע סאך בעסער
כל הכבוד גאלד! ביזט געווען אין קאנטאקט מיטן שרייבער?
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:48 pm
דורך גאלד
די מיינסט דער נ"י טיימס שרייבער? ניין, א צווייטער האט גומר געווען די מצוה
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:51 pm
דורך לעמאן דזשוס
הרב גאלד, אפשר וועט די טיימס באוויליגן אריינצושטעלן פון לעבעדיגע מענטשן אויך? אז איך סקען דיר אריין די פאעמע וואס איך האב פארשריבן פאר מיין ווייב צום אניווערסיטי וועסטו עס פארטייטשן און זיי שיקן??!
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 8:44 pm
דורך יואליש
גאלד האט געשריבן:יידל האט געשריבן:די טרענסלאציע אין ניו יארק טיימס איז גאלד'ס?
יא, ס'נאר אביסל ציגעפיצט, למשל כאמעך עכט געמיטשעט וויזוי צו איבערטייטשן "שפארן" געלט, איך האב געשריבן "save" כאגעוויסט אז ס'נישט ריכטיק דער מגיה האט עס געטוישט צו "spare" דאס איז טאקע סאך בעסער
כ'האב נישט געוואלט זיין א פעדאנט נעכטן אבער דאס ווארט האט מיך אויך געגריזשעט, און דאס ערשטע זאך האב איך געקיקט ביים טיימס אויב זיי האבן דאס פאראכטן.
א געלונגען ארבייט, גאלד! בראווא! דאס צייגט אז מיט אביסעל עפארד איז זייער גרינג היינט צו באקומען פאזיטיוו פי אר און ארויסהייבן אונזער ווארעמע קולטור לעיני כל העמים. (אנטעסימיטן האבן א אינטערעסאנטע גיסטע. מ'ברויך האבן שכל נישט צו ערווארטן צו באקומען גיטע פי אר פון זיי ווען מ'באשיצט.... שוין לאמיך נישט אנהייבן. כ'וועל ליבערשט גיין זאגן אתה חונן לאדם דעת.)
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 8:46 pm
דורך יואליש
גאלד האט געשריבן:אידן, להבדיל, גוים, גויטעס פון אלע ראסעס רעאגירן מיט גרויס איבערגענומענקייט
איינער א HUGO SCHWYZER פון קאלעפארניע באמערקט "This will be your afternoon cry"
א געוויסער LISA FUHRMAN באמערקט "Haunting, indeed."
NCANDACE OLSE שרייבט: "Beautiful letter."
איינער פון ווייטן ענגלאנד "So so sad "
ווערט נישט איבערגענימען. הלכה בידוע. זיין מאכן זיך.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 8:50 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב יא, און מיין טאטע האט מיר געפרעגט; האסט עס אליינס געשריבן אדער די חתן מדריך האט דיר געהייסן? נאך א מזל עס איז געווען ערב שבת באווארפן וואס א שטארקע ערענסקייט האט מיר געהאט ארומגענומען.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:15 pm
דורך גאלד
msnbc today
http://todaynews.today.com/_news/2013/0 ... it-and-run(כאף קיינער איז נישט ברוגז אז איך בין אזוי אבסעסט מיט דעם)
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:28 pm
דורך לעמאן דזשוס
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 11:22 pm
דורך חשבון
ס'איז מיר א כבוד צו זיין מיט גאלד אויף איין בלאג