בלאט 2 פון 6
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:49 pm
דורך נאטרוליסט
לבונה זכה האט געשריבן:נאטרוליסט, א דאנק פאר דיינע באלערנדע הגהות. אפשר הייבסטו אן צו געבן אביסל הדרכה און אפשאצונגען אויף אינדיווידואלע קאמפאזערס און זייערע ווערק. ווצב"ש הענדעל'ס "משיח" אא"וו. וישמעו רבים ויוסיפו לקח.
הענדלע'ס "מעסייע" איז "קארעל" - פאר די קירכע. מ'דערקענט אויף אלע פון הענדל'ס קאמפאזיציעס אז דאס זענען די סאמע ערשטע דורך די הארנס וועלכע ווערן אממערסטן גענוצט.
הענדל זייענדיג א דייטש און שפילנדיג אין ענגלאנד טראגן אלע זיינע שטיקלעך ענגלישע נעמען, נישט די ארקעין-לאטיינישע און איטאליענער אנדאנטעי'ס, אלעגרא'ס און אלעגרעטאו אדער אדאזשיאו'ס, וועלכע מאכט דאס הערן און וויסן וואס מ'הערט לייכטער מיטצוהאלטן.
אויך איז הענדל'ס QUEEN OF SHEBA אויסערליש פאפולער איבער די וועלט, אלס א אויסנאם שיינער מארש.
הערט אים דא:
http://mp3juices.com/search/the-arrival ... n-of-sheba
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:10 pm
דורך קלאסיקעל
זייענדיג דא א נייער מיטגליד, און א קלאסיקל-מוזיק ליבאהאבער פאר די גרעסערע טייל פון מיין לעבן, בעט איך צום ערשטן רשות פון די מיטגלידער פון דעם פארום, צי איך מעג אויסדרוקן מיינע מיינונגען און אנאליזן איבער קלאסישע מוזיק בכלל, און איבער געוויסע קאמפאזיציעס, קאפאזיטארן, דיריגענטן בפרט.
איך האף אז איך וועל איך נישט באלעסטיגן מיט אומנויטיגע אינפארמאציע איבער קלאסישע מוזיק, און אין פאל אז יא, לאזט מיר ביטע וויסן.
צום אלעם ערשטן, אזוי ווי יעצט קומט דאך א ניי יאר צום גוטן בעז"ה, און עס קומט אט דער פארכטיגער טאג יום כיפור, און דער "כל נדרי" פארנעמט א גאר-וויכטיג ארט אין דעם טאג, איז אינטרעסאנט צו צוגעבן אז עס עקזעסטירט א "KOL NIDRAI" אין די קלאסישע דזשענערא, פון דעם וועלט-בארימטן דייטשן קאמפאזיטאר מאקס ברוך.
דער מאקס ברוך איז קיין איד נישט געווען, און בכלל נישט געשטאמט פון אידישן אפטשאם, אבער דעם "כל נדרי" זיינעם רייסט די סטרינעס פון הארץ, און עס לאזט זיך קוים גלויבן אז דאס האט געמאכט אן ערל.
הערט דעם כל נדרי, און לאזט זיך הערן.
א דאנק:
די כל נדרי געשפילט אין די פאפאל ארקעסטרא, אינעם וואטיקאן ענסאמבעל:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Y4d74lbAYQg[/youtube]
צו הערן און דאונלאודן א שענערע ווערסיע געשפילט דורך די וועלט בארימטע טשעלאיסט, דופרעי:
כל נדרי, - מאקס ברוךאדער דא:
צו הערן כל נדרי - קליקט דא
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:21 pm
דורך נהורא נפישא
ייש"כ כ'האב זי אויך געהאט און פלאן ארויפצולייגן אין צוגרייטונגען צו די פארכטיגע טעג וואס רוקט זיך
שוין אינטער אט אט שטייט זי ביים טיר.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:23 pm
דורך קלאסיקעל
צו לייענען מער איבער מאקס ברוכ'ס כל נדרי, לייענט דא:
http://www.chazzanut.com/bruch.htmlאויסערדעם איז כדאי צי וויסן אז צוליב דעם דאזיגן "כל נדרי" האט היטלער פארבאטן צו שפילן קיין שום פון ברוכ'ס ארקעסטראל אדער סימפאניק קאמפאזיציעס, ווייל אז דער קאמפאוזער האט געמאכט א "כל נדרי" איז ער אוודאי א "פערפליכטער יודע" און די דייטשע ראסע טאר אים נישט הערן, טראצדעם וואס זיינע טשעלאו קאנצערטאו'ס זענען פון די סאמע קונסטליכסטע און שענסטע, און טראצדעם וואס ווי מיר האבן געשמועסט איז ער קיין איד בכלל נישט געווען.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 1:04 pm
דורך קלאסיקעל
ברוכ'ס כל נדרי ווערט כמעט נישט געזונען אינעם אידישן רעפטואר.
די נענסטע ווער עס זינגט דאס איז חזן העלפגאט, אין די הערליכע SONY CD וואס ער זינגט אינאיינעם מיט דעם מייסטראו פיאניסט איצאק פערלמאן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 1:40 pm
דורך געפילטע פיש
קלאסיקעל האט געשריבן:ברוכ'ס כל נדרי ווערט כמעט נישט געזונען אינעם אידישן רעפטואר.
די נענסטע ווער עס זינגט דאס איז חזן העלפגאט, אין די הערליכע SONY CD וואס ער זינגט אינאיינעם מיט דעם מייסטראו פיאניסט איצאק פערלמאן.
צ"ל וויאליניסט\פידלער
נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 9:49 pm
דורך רויטע וואנצעס
קלאסישע מוזיק האט באקומען א פאטש אויף ביידע באקן היינט. קודם האט די ניו יארק סיטי אפרא געפיילט פאר טשעפטיר 11. והשנית האט קארניגו האלל געקענסלט די ערשטע קאנצורט פון יאר, וואס איז די גרעסטע נאכט פון קלאסישע מוזיק אין די וועלט צוליב א סכסוך מיטן סטעזשהענד יונאין.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 3:44 pm
דורך מאנדלבאום
קלאסישע מוזיק איז נישט אנגעוויזן נישט אויף די סיטי און נישט אויף קיין האלל.
זי איז א מציאות פאר זיך, און די ליב האבער אירע וועלן אויף איר נישט פארציכטן, מיט אדער אן די אדער יענע קאנצערט.
איר קענט זאגן אז א ביזנעס פון קלאסישע מוזיק האט געהאט א דורכפאל.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 9:13 pm
דורך יאיר
א קורצע הערליכע שטיקל, באגלייט מיט א פאסיגע ראמאנטישע קליפ.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Al5U1WJ48rM[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 9:37 pm
דורך יאיר
@קלאסיקעל, מיר שטייען און ווארטן בכליון עינים זאלסט ממשיך זיין און אונז מהנה זיין.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 9:39 pm
דורך רויטע וואנצעס
זעהט אויס אז זיין געהעריגע ניק איז זייער ביזי אין די otd אשכולות.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 9:40 pm
דורך יאיר
זאל ער אונז דעמאלט צושטעלן עפעס א טרויעריגער ניגונד'ל לכבוד המאורע.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 12:00 am
דורך קלאסיקעל
תאמין לי ידידיי, יותר ממה שהעגל רוצה לינק הפרה רומה להניק. הפנאי אין עמדי והרצון עזה ואיתנה.
אנסה להתחיל בקרוב אי"ה.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 4:00 pm
דורך קלאסיקעל
איך וואלט געוואלט מאכן א שטיקל הקדמה איבער די השתלשלות פון קלאסישע מוזיק, וויאזוי זי איז צושטאנד געקומען פון די אמאליגע רענאסענס עפאכע סטיל מוזיק, וועלכע ציט זיך שוין בערך 600 יאר אדער מער, ביז בערך אין 16טן יאר הונדערט ווען די בעראוק עפאכע מוזיק איז אויפגעקומען.
כראנאלאגישע השתלשלות:
אין די בראשית יארן פון ארקעסטרירטע מוזיקאלישע ווערק, זענען דאן גענוצט געווארן הויפטזעכליך פאר רעליגיזע סערוויסעס אין די קירכעס. ווער עס הערט אמאל די מוזיק וועלכע ווערן געזונגען אין די קאטוילישע קירכעס וועט אויפגעכאפן די אמאליגען שטייגער מוזיק, די געדיכטע כאר באגלייט מיט סטרינגס, פידל, טשעלאוס, מאנדרינען, שפעטער האט מען צוגעשטעלט וואוד-ווינד אינסטרומענטן. די בארימטע קאמפאזיטארן אין די באראוק עפאכע זענען באקאנט אנטאניא וויוואלדי, יאהאן סעבעסטיען באך, דזשארדזש פיליפ טעלעמאן און דער גרעסטער איז ווארשיינליך באטראכט דזשארדזש פרידריך הענדעל, וועלכער איז זיך בארימט געמאכט מיט די קריסטליכע "הענדעל" מעסייע, די וואסער-מוזיק און קונסטליכע אפעראס.
דאס האט אנגעהאלטן עטליכע הונדערט יאר, אבער מיט די יארן האבן אנדערע ווינטן אנגעהויבן בלאזן אין אייראפע, און מ'האט אנגעהויבן מאכן שינויים. די נייע קאמפאזיטארן האבן צעביסליך אגענהויבן אפנויגן פון די געדיכטע-סטיל קירכע מוזיק און האבן אריינגעברענגט מער לייכטע-ווערק פאר אינטערטעינמענט קאנצטערן, נישט אזוי ווייט פאר די קירכע, און אויך מאדערניזיריט מיט קונטסליכער הארמאניעס, קארדס און ריטעמס וועלכע האבן געמאכט א רעוואלוציע אין די אייראפעישע מוזיק וועלט.
כאראקטעריזאציע:
עס איז נישט שווער אויפצוכאפן די קארדינאלע דיפערענצן צווישן באראוק מוזיק און קלאסישע מוזיק. יעדער וועלכער הערט די ביידע עפאכעס כאפט גלייך אויף אז לא ראי' זה כראי' זה. אבער וואס גענוי די ענדערונגען זענען וועלכע האבן געמאכט די גרויסע רעוואלוציע איז שוין שווערער אנצוצייגן.
צום אלעם ערשטן זענען געלייגט געווארן גרויס דגוש אויף די "קאנטרא פאינט", ווי קעגענגעזעצטע תנועות, עליונים למטה ותחתונים למעלה האבן אנגעהויבן שווימען אין די ארקעסטראע, די פיל-פארביגע אינטסרומענטן האבן הארמאניש געשפילט מיט טענער פון באזונדערע עקסטרעמען. דאס גוטע אויער כאפט אויף ווי פילצאליגע אינטסרומענטן פון באזונדערע קלאסן, רעדן זיך צונויף אין א פראגע-ענטפער דעבאטע, פון געלאסן צו געלויף פון פאמעליך צו ריטמיטש עקסיידעט, פון לאנגע צו קורצע ביטס, דער סקאור ענדערט זיינע פארבן מיט מאדנע טענער וועלכע ברענגען ארויס א געשמאקער און גלייכצייטיג און לעבהאפטער עקסטאז פאר דעם צוהערער.
פארשטייט זיך אז דאס רעדט מען נאר פון מבינים, וועלכע האבן טועם געווען קלאסישע מוזיק און פארשטייען וואס די קולות רעדן צו זיי. צו זיי רעדט קלאסישע מוזיק א קלארע זעה-בארע שפראך מיט אלע קאלירן און יעדע קלאנג שיינט ארויס מיטן גאנצן קנאק. ווידעראום די וועלכע פארשטייען נישט צו קלאסישע מוזיק וועלן אים די זעלבע סימפאניע הערן משונה'דיגע טענער, צעדרייטע ווילדע קולות, קלאנגען וועלכע הערן זיך אן קיין שום סדר, אומארדענטליכע תנועות זה בכה וזה בכה, און עס וועט זיך אים דוכטן ווי א ווילד-קעצל איז געשפרינגען אויף די פיאניא און א צעדרייטער מאן-דהוא האט זיך געשפילט מיט'ן פידל און געצויגן אויף אלע זייטן און וועלן אים מאכן דול דעם קאפ, רינגען אין די אויערן מאכן דיזי און נערוועז, און נישט פארנעמען דעם מאדענעם צעדרייטן געפילדער וועלכער הערן זיך ארויס.
קלאסישע מוזיק פיאנערן:
פון די פאן טרעגער פון די ערשטע קלאסישע קאמפאזיטארן זענען באקאנט דזשאסעף היידען, וועלכער איז געבוירן אין תצ"ב, און געשטארבן אין תקס"ט, ער האט איז געווען דער ערשטער וועלכער האט אנגעהויבן מיט די מאדערנע סימפאניעס אין 4 מאוומענטס.
דזשאסעף היידען האט געשאפן א ריזיגע רעפעוטאר וועלכע באשטייט פון 104 סימפאניעס, די גרעסעטע און בארימסטע זענען די "פאריז סימפאניעס" און די "לאנדאן סימפאניעס".
44 פיאניע טריא'ס, און א שטויס קאנסטעראוס פאר פיאנא, וויאלן, טשעלאו, פלוד און הארן.
היידען איז נישט געווען אליינס, ער האט געהאט שותפים אין דעם אין די פריע עפאכע, דאס זענען געווען קארל מאריע פאן וועבער,
מאצארט דער וואונדער-קינד:
דער גרויסער תלמיד זיינער ערשטער וועלכער ווערט לויט געוויסע היסטאריקער אויך באטראכט אלס דער גרעסטער שעפער פון די קאלסישע פעריאדע איז וואלפגאנד אמאדעיוס מאצארט, וועלכער האט טראץ זיין יונג לעבן געשאפן א וועלט און איבערגעקערט די קלאסישע סטיל עד היום הזה. מאצארט איז געבוירן אין תקט"ז און געשטארבן אין תקנ"א, און האט געשאפן איבער 600 וואונדער קאמפאזיצעס, וועלכע ווערן איבעראל געשפילט ביזן היינטיגן טאג. זיינע לייכטע געשמאקע מוזיקאלישע ווערק זענען אזוי געשמאק פאר'ן אויער אז עס האט זיך געשאפן אזא לעגענדע אז קליינע בעיביס וועלכע הערן אסאך מאצארט אין קינדער-בעטל, וואקסן אויס קלוג און אינטעליגענט.
פון מאצארט זענען פארבליבן מעכטיגע אפעראס, ראקוויומ'ס און צום אלעם העכסטן זיינע נאענט צו איבער 40 סימפאניעס.
די אממערסטן באקאנטע סימפאניעס זענען:
האפנער סימפאניע, נומער 35
לינז סימפאניע, נומער36
דזשופיטער סימפאניע, נומער 41
עס איז אוודאי באקאנט זיינע ABC ליד, וואס קינד און קינד הערט ביים קינדער בעטל ווי נאר ער ווערט געבוירן. עס ווערט אויך גערופן TWINKLE TWINKLE
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=fGGWtz_v6xM[/youtube]
מ'קען הערן די קונסטליכע קאמפאזיציע וואס דא שטעקט, מ'קען אויסגיין פאר מתיקות.
אן אנדערע פון מאצארט'ס אממערסטן בארימט איז די "איין קליינע נאכט מוזיק", וואס יעדער האט עס שוין מסתם געהערט:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=QZWKUszkbXU[/youtube]
דער קעניג בעטהאווען:
מאצארט'ס גרעסטער נאכפאלגער איז נישט געווען דירקעט זיין תלמיד חביב, אבער האט דאך קונה געווען רוב חכמתו פון אים, דער וועלט בארימטער קאמפאזיטאר לודוויג פאן בעטהאווען. בעטהאווען איז געווען אביסל יונגער פון מאצארט און האט אסאך גענאשאט פון אים ביז ער איז אים איבערגעוואקסן אין מוזיקאלישער קונסט, טראצדעם וואס בעטהאווען האט טאקע נישט געמאכט אזוי פיל סימפאניעס און פיאנא סאנאטאס אדער אפערא'ס וויפיל מאצארט האט געמאכט, זענען אבער זיינע ווערק אומבאשרייבליך קעגן די אנדערע.
דער דייטשער בעטהאווען איז געבוירן אין תק"ל און געשטארבן אין תרכ"ז, שאפנדיג:
9 סימפאניעס אלע בארימטע שטיקער.
5 פיאנא קאנצערטאוס און בערך 30 סאנאטאס.
אממערסטן קומט צום שטוינען נעמענדיג אין באטראכט אז בעטהאווען איז געווארן כמעט-גענצליך טויב אויף ביידע אויערן אין זיינע לעצטע יארן און האט דאך געמאכט אזעלכע אומשעפבארע קאמפאזיציעס טויבערהייט, און האט נאך אליינס דיריגירט די ארקעסטרא, נישט קענענדיג הערן צי די שפילער שפילן בכלל לויט זיינע פארשריפטן אדער נישט.
אין טייל פון זיינע ווערק קען מען הערן זיין אויפברויז און שטורמישע אויסברוכן וועלכע שפירט זיך טיף אין די ביינער פון די וועלכע הערן עס נאר, עס גיסט זיך פון אים ווילדע און ריטמיטשע עקפלוזיעס ווי וואולקאן אויסברוכן א שטייגער ווי מ'הערט אין זיין אריינפיר צו די 5טע סימפאניע, אז עס קען זיך טאפן זיין צארנדיגע דונערן. די וועלכע הערן עס ווערן אבער נישט אויפגעברויזט, איבערגענומען נאך ווי.
הערט די פיפטע סימפאניע ווי ער שיסט מיט ענערגיע אז עס לעכערט דאס הארץ, און שלעפט מיט יעדן וואס הערט עס.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=-VVXqNt4qU0[/youtube]
ביי 1 מינוט הייבט זיך אן די סימפאניע, ביי די ערשטע מואוומענט, די אלעגראו-קאן-בריא מיט א ווילדן טעמפאו.
בעטהאווענס גרעסטע חידושים אין מוזיק זענען די הימלישע געפילן וועלכע ער האט אריינגעגאסן אין יעדע נאטע זיינע, יעדע קאורד על תילה בניה, מיט אוממענשליכע פאכמאנישקייט וועלכע מאכט צום שטוינען יעדען וואס פארשטייט דערצו. צום ביישפיל אין זיין זעקסטע סימפאניע (פעסטאראל), אין וועלכן די אינסטרומענטן שפילן מיט "פייגל" טענער אריינגעוועבט" און דער פשוט'ער אויער כאפט עס בכלל נישט אויף, אלעס מיט אזא באצויבערנדע געשמאקט ווי ער לויפט פון שנעל צו שטייט, פון הויך צו שטיל, פון א רואיגע צו א שטורמישע אויסברוך אזוי נאטורליך ווי מ'כאפט גארנישט ווי ער האט דיך אזוי אריינגעצויגן אינעם ווילדן געלויף.
נאך איין קליינעם מארש לוינט זיך צו ברענגען אלס קליינעם עקזעמפל פון זיינע קונסטליכע מארשן ביי א גראנדיעזע "חינוך הבית" וועלכע ער האט פערפאסט די קאנסעקרעישאן אוו די האוז, און עס וואלט געווען מערקווירדיג צוצולייגן דאס אויער, ווי דער רואיגער מארש ווערט פארוואנדאלט אין א ווילדער אויסברוך און צוריק צו רואיג א.א.או.
די חנוכת הבית מארש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=HhzOmL8EX0E[/youtube]
פון אנהייבן שפילן די סטרינגס, ביי 2:25 מארשירן אריין די ווינד אינסטרומענטן.
ביי מינוט 3 הייבט זיך זאכן אן צו טוישן דראסטיש. די ביטעס ווערן קורצער, די ריטעם שנעלער, ביי 3:19 לויפט ער ריטמיש אז דער רוח טרייבט אים. דערנאך ווערט ער פאמעליכער און סאלידער נאר צוריק צו א פרישן ספאנטאנעם אויסברוך ביי מינוט 8:18.
אט דאס איז די הימלישע ביוטי פון קלאסישע מוזיק, דאס אומפארהאפטע קלאפט אויס אומפארגעזען. דער וועג איז פול מיט סופרייזעס, און וויפיל מ'זאל עס נאר נישט איבערהערן, הערט מען כסדר נאך חידושים וועלכע לאזן נישט אויסלערנען דעם ניגון אז מ'זאל עס קענען נאכזינגען, און דערפאר קען מען עס איבערהערן אומצאליגע מאל.
האט הנאה!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 4:24 pm
דורך נהורא נפישא
באך'ס דריטער ברענדנבורג קאנצ'ערטא (ערשטער מאוומענט)
[youtube]http://
https://www.youtube.com/watch?v=hZ9qWpa ... ata_player[/youtube]
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:42 pm
דורך מאנדלבאום
איך בין געבלאקט פון YouTube,
קען איינער ביטע לייגן די קליפס (מעג זיין אפילו נאר אודיאו) ערגעצוואו צו קענען דאונלאודן?
כוונתי אויף די מייסטער-ווערק וואס @קלאסיקעל האט אהער געשטעלט.
א דאנק פון פאראויס
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 1:33 pm
דורך קלאסיקעל
א דאנק נהורא פאר דעם שיינעם באך קאנצטעראו. דער עלטסטער באך האט באשטייערט א ריזן ווערק פאר די קלאסישע מוזיק וועלט. און זיינע סטרינג קאנצערטאוס זענען אויסטערליש און קונצליך.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 1:54 pm
דורך קלאסיקעל
מאנדלבאום האט געשריבן:איך בין געבלאקט פון YouTube,
קען איינער ביטע לייגן די קליפס (מעג זיין אפילו נאר אודיאו) ערגעצוואו צו קענען דאונלאודן?
כוונתי אויף די מייסטער-ווערק וואס @קלאסיקעל האט אהער געשטעלט.
א דאנק פון פאראויס
מאצארטס ABC לוליביי.
מאצארט'ס שיינע פיאנא לוליביי. A-B-C TWINKLEדי בארימטע איין קליינע נאכט-מוזיק פון מאצארט.
איין קליינע נאכט-מוזיק, מאצארטבעטהאווענ'ס שטורמישע 5טע סימפאניע. ערשטע מואוומענט.
בעטהאווען סימפאניע נומער 5בעטהאווענס שיינער מארש לרגל חנוכת הבית
חנוכת הבית מארש, בעטהאוועןאכטונג:
די מינוטן זענען אנדערש ווי פריער געשריבן, ווייל די אודיא פיילס זענען נישט פון יו-טוב.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 2:02 pm
דורך קלאסיקעל
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 2:03 pm
דורך מאנדלבאום
ערשטנס, א גרויסן יישר כח,
מעגליך אז די פיילס זענען נאכנישט אין פאלדער? ווייל קיין איינס זעה איך נישט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 2:14 pm
דורך קלאסיקעל
מאנדלבאום האט געשריבן:ערשטנס, א גרויסן יישר כח,
מעגליך אז די פיילס זענען נאכנישט אין פאלדער? ווייל קיין איינס זעה איך נישט.
ביסט גערעכט. כאטש איך זעה זיי אויף COPY, ארבעטן נישט די לינקס כדבעי.
נאט אייך די פיילס אויף דראפ-באקס. אלע 4 פיילס מסודר.
https://www.dropbox.com/sh/75edb4i5t0qyj83/ljKFfPj0T9די 4 מוזיק פיילס
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 3:55 pm
דורך מאנדלבאום
א גרויסן יישר כח אייך!
WOW מאסיוו!!!
די 5טע סימפאניע איז עפעס שטורעמיש רירענד...
בכלל, לענ"ד איז בעטהאווען געווען מער "אפן הארציג" ווי דעם געצערטלן מאצטערט.
האט איר געזען אמאל דעם מוזעאום פון מאצטערט'ס הויז אין ווין? (קעגן דעם פאלאץ פון די מרשעת)
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:53 pm
דורך קלאסיקעל
מאנדלבאום האט געשריבן:א גרויסן יישר כח אייך!
WOW מאסיוו!!!
די 5טע סימפאניע איז עפעס שטורעמיש רירענד...
בכלל, לענ"ד איז בעטהאווען געווען מער "אפן הארציג" ווי דעם געצערטלן מאצטערט.
האט איר געזען אמאל דעם מוזעאום פון מאצטערט'ס הויז אין ווין? (קעגן דעם פאלאץ פון די מרשעת)
זיין ניינטע סימפאניע איז אפשר נישט אזוי שטורמיש, אבער די חידושים וואס ער האט דארט אריינגעבויט זענען אומגלויבליך, און די סקאור איז א מקשה אחת פון מבהיל'דיגע נאוטס איינס בעסער פונעם אנדערן.
אז דו רעדסט פון מאצארט איז כדאי צו דערמאנען די גראנדיעזע רעקיוויום, מיט א פולע כארעל פלאטפארמע. מאצארט האט זיך נישט שעמען פאר קיינעם. אפילו נישט פאר וואגנער'ס "רינג", וועלכע נעמט 24 שעה צו שפילן.