בלאט 2 פון 4

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:28 am
דורך געפילטע פיש
אז מ'זעט אויס ווי א קנאי ליידט מען די קאנסיקווענצען... :)

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:32 am
דורך שלום על ישראל
די רענט איז $20,000 א חודש, נישט 30. דער בעה"ב וואס פלעגט שרייען אויף די קאסטומערס איז נאכאלץ בעה"ב, אבער שפירט זיך נישט בסדר אע"כ קומט ער מער נישט אריין.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:39 am
דורך נהורא נפישא
געפילטע פיש האט געשריבן:אז מ'זעט אויס ווי א קנאי ליידט מען די קאנסיקווענצען... :)

איך זעה נאך היינט אויס ווי איינס, גראדע אויך אויסצומיידן קאנסעקווענצן.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:49 am
דורך רויטע וואנצעס
געפילטע פיש האט געשריבן:אין אייכלערס? דיין טאטע'ס ספרים שאפע האט גארנישט געהאט? און דיין בעסמעדרעש אויך נישט? אוי די אלטע צייטן...


מיין טאטע האט נאר געהאט אין די שווערע שפראך לשון קודש, די סטאר האט געהאט מאמע לשון.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:53 am
דורך באגאבא
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:אין אייכלערס? דיין טאטע'ס ספרים שאפע האט גארנישט געהאט? און דיין בעסמעדרעש אויך נישט? אוי די אלטע צייטן...


מיין טאטע האט נאר געהאט אין די שווערע שפראך לשון קודש, די סטאר האט געהאט מאמע לשון.

דערצייל וואס ביסטי געוואר געווארן דארטן דע חילוק פין א וסת א חודש צי וסת הפלגה?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:55 am
דורך נהורא נפישא
שפם אדומות. ס'איז דיר נישט בייגעפאלן צו הערן א טעיפ פון א שעור כללי אויף נדה פון ר' זלמן לייב פיליפ, אויך אויף מאמע לשון כ' האב נאר מורא אז ס'וואלט דיר פארגאנגן דער אפעטיט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:06 pm
דורך געפילטע פיש
וואס פארשטייט עטס די תאווה פון א צוועלף יעריגע אדורכצואקערן אגרות משה אויף אבה"ע?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:10 pm
דורך רויטע וואנצעס
פארשטייסט מ'האט געלערנט מיט אונז אין חדר מסכת מלקות, די גאנצע געשעפט מיט עדות ביי א אשת איש האט אונז אנגערייצט און געמאכט נייגעריג. אונזער זכר'עדיגע dna האט אונז געשטופט צו מאכן ריסורטש.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:12 pm
דורך נהורא נפישא
איך האב נישט מער און נישט ווייניגער געטראפן אין שו"ת שואל ומשיב הויפענעס פון שאלות הלכה למעשה וועגן בעילות,אשת איש, זונות, כבמחול בשפופרת, רינון, קלא דלא פסיק, אוי האב איך זיך באסמאקעוועט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 1:20 pm
דורך berlbalaguleh
נהורא נפישא האט געשריבן:איך געדענק אלטץ בחור בין איך אמאל אריין דארט און געליינט דארט ביכער ביי די ענגלישע סעקציע די בעה"ב מיינענדיג איך בין עפעס א קנאי וואס האט אין פלאן צו ריאונירן זיינע ביכער האט מיך ארויסגעווארפן פון דארט ווי א הינט.

אינטרעסאנט. דו זעיסט גארנישט אויס ווי א קנאי. הערשל קלאר אדער צימערמאן ווען זיי כאפן זיך אריין אין מיין סטאר וואלט איך נישט געוועין רואיג. :lol:

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 1:57 pm
דורך petergrifin
איך האב נישט געוויסט ווי ווייט די דורות זענן געפאלן אמאל זענן בחורים געגאנגן נישטערן אין ספרים קדושים ווען ס'האט געכאפט די
תאווה און מצווה גוררת מצווה די בחור פלעגט דארט טרעפן זיין זיוווג משא'כ היינט ציטאג רח'ל מהאי דעתא :lol:

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 9:42 pm
דורך berlbalaguleh
petergrifin האט געשריבן:איך האב נישט געוויסט ווי ווייט די דורות זענן געפאלן אמאל זענן בחורים געגאנגן נישטערן אין ספרים קדושים ווען ס'האט געכאפט די
תאווה און מצווה גוררת מצווה די בחור פלעגט דארט טרעפן זיין זיוווג משא'כ היינט ציטאג רח'ל מהאי דעתא :lol:

דער וואס האט באשאפן דעם ספר הפנים (מארק צוקערבערג( איז נאך געווען אן אלטער אפיקורס אין פריערדיגן גילגול. :lol: :D

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 2:33 am
דורך אפטעמיסט
די גאס זאגט אז די עיקר געלט מאכט ר' משה אלי' פון און ליין סעילס. אפשר וויל ער נאר פארקויפען די סטאר נישט די עצם ביזנעס?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 8:15 pm
דורך שלום על ישראל
אפטעמיסט האט געשריבן:די גאס זאגט אז די עיקר געלט מאכט ר' משה אלי' פון און ליין סעילס. אפשר וויל ער נאר פארקויפען די סטאר נישט די עצם ביזנעס?

you wish

Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 5:42 pm
דורך היימלינד
נאכאמאל פארקויפט פאר ה.ט. פון מ.פ. ?

Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 6:43 pm
דורך צקון לחש
א.ו.נ.

Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:54 am
דורך היימלינד
צקון לחש האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 6:43 pm א.ו.נ.
הרבה יותר ממה שכתבתי יש כאן, איך האב אבער נישט געוואלט זיין די נייעס טרעגער האב איך עס געשריבען באופן זה
ימים ידברו

Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:48 pm
דורך טראפעלע
היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:54 am
צקון לחש האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 6:43 pm א.ו.נ.
הרבה יותר ממה שכתבתי יש כאן, איך האב אבער נישט געוואלט זיין די נייעס טרעגער האב איך עס געשריבען באופן זה
ימים ידברו
וואס?

Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 4:39 pm
דורך פאריעריגע שניי
??

Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:02 pm
דורך בקע לגלגולת
איך האב שוין לאנג געוואלט פארשטיין די תאוה פון אראפלאזן א הייסע פאטעיטא און יאגן פון שטח

Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:04 pm
דורך בקע לגלגולת
היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:54 am
צקון לחש האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 6:43 pm א.ו.נ.
הרבה יותר ממה שכתבתי יש כאן, איך האב אבער נישט געוואלט זיין די נייעס טרעגער האב איך עס געשריבען באופן זה
ימים ידברו
ראשי תיבות טרעגער איז סאך ערגער פון נייעס טרעגער

Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:04 pm
דורך מר. קלונימוס
בקע לגלגולת האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:02 pm איך האב שוין לאנג געוואלט פארשטיין די תאוה פון אראפלאזן א הייסע פאטעיטא און יאגן פון שטח
ווי לאנג די סייט אחראים לאזן עס צו, וואס זאל איינעם אפהאלטן דערפון?

Re: אייכלערס דזשודעיקע אין בארא פארק

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:10 pm
דורך היימלינד
בקע לגלגולת האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:02 pm איך האב שוין לאנג געוואלט פארשטיין די תאוה פון אראפלאזן א הייסע פאטעיטא און יאגן פון שטח
זיי מסביר וואס דו ווילסט, קיינער איז נישט אנטלאפען
איך האב געשריבען א פשוטע פאקט [נישט א רומאר וואס כנגד תקנת המקום] אבער בלשון שאלה, וואס נאך ווילסטו וויסן? די פרייז? איך ווייס נישט