בלאט 104 פון 179

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2020 10:56 pm
דורך ליב צו וויסן
פארוואס רופט מען א פארקינג "א דרייוו וועי" און א הייוועי "א פארקוועי"

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2020 10:58 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ליב צו וויסן האט געשריבן:פארוואס רופט מען א פארקינג "א דרייוו וועי" און א הייוועי "א פארקוועי"

א פארקינג הייסט א דרייוו וועי ווייל מ'דרייווט אריין (די אריגינעלע דרייוו וועיס זענען גאנץ לאנג), א פארקוועי (אפיציעל) איז א הייוועי וואס איז ארומגענומען מיט א פארק/גרינעריי כדוגמת אושען פארקוועי און די בעלט.

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2020 7:57 am
דורך איך אויך
אה קען זיין וועגן דעם מעגן קאמערציאלע וויהיקלס נישט דרייון אויף א פארקוועי, כדי נישט צו שטערן דעם אויסקוק.

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2020 9:13 am
דורך ליב צו וויסן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:פארוואס רופט מען א פארקינג "א דרייוו וועי" און א הייוועי "א פארקוועי"

א פארקינג הייסט א דרייוו וועי ווייל מ'דרייווט אריין (די אריגינעלע דרייוו וועיס זענען גאנץ לאנג), א פארקוועי (אפיציעל) איז א הייוועי וואס איז ארומגענומען מיט א פארק/גרינעריי כדוגמת אושען פארקוועי און די בעלט.

דו הארגעסט מיר די דזשאוק.. :lol: :lol:

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2020 12:59 pm
דורך החוקר
וועלכע חכם איז בייגעפאלן אריינצולייגן אן "S" אין די ווארט lisp?

פארוואס גייען מענטשן ארויף אויף הויכע פלעצער כדי צו לייגן געלט אין שפאקטיוון אויף צו קענען אראפקוקן?

פארוואס האט א פרידזשידער א לייט אבער נישט די פריזער(אלטמאדישע)?

קען א בלינדער זעהן וואס ער חלום'ט?

פארוואס גייט מען צו דאקטוירים וואס פראקטיצירן מעדעצין, ווי זענען די אלע וואס האבן זיך שוין אויסגעלערנט?

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2020 2:30 pm
דורך הדסים
אן ערנסטע ווארט.

א איד קומט ארויף אין הימל, ער פרעגט דעם באשעפער, איך קען מאכן א ווערטעל וועגן די האלאקאוסט?
גאט איז מסכים, דער איד זאגט זיין ווערטעל.
גאט: איך כאפ נישט די דשאוק.
איד: איי געס מען האט געדארפט דארט זיין.

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2020 3:24 pm
דורך כרם זית
דער בריסקער רב'ס טאכטער פלעגט אריינשרייען ביים ליינען ווען די בעל קורא האט געמאכט א טעות. פארשטייט זיך אז עס האט דער בעל קורא פארדראסן אז א מיידל שרייט אים אריין פון ווייבער שול, בפרט אז די טעותים זענען ע''פ רוב געוועזען דקדוקים נוסח בריסק. האט דער בעל קורא אפגעמאכט איר צוצופיקסן.
פרשת וישב דער בעל קורא ליינט זיך אזוי די מעשה פון יוסף הצדיק און אשת פטופר, ווען ''בטעות'' האט ער ארויסגעזאגט אין די בקשה פון אשת פוטיפר צו יוסף, ''שכבה עמו''.
גלייך האט אים דער בריסקער רב'ס טאכטער פאראכטן ''שכבה עמי''...
איבריג אויסצופירן אז פון דעמאלטס אן איז זי שוין שטיל געבליבן.

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 8:53 pm
דורך ארי נוהם
כרם זית האט געשריבן:דער בריסקער רב'ס טאכטער פלעגט אריינשרייען ביים ליינען ווען די בעל קורא האט געמאכט א טעות. פארשטייט זיך אז עס האט דער בעל קורא פארדראסן אז א מיידל שרייט אים אריין פון ווייבער שול, בפרט אז די טעותים זענען ע''פ רוב געוועזען דקדוקים נוסח בריסק. האט דער בעל קורא אפגעמאכט איר צוצופיקסן.
פרשת וישב דער בעל קורא ליינט זיך אזוי די מעשה פון יוסף הצדיק און אשת פטופר, ווען ''בטעות'' האט ער ארויסגעזאגט אין די בקשה פון אשת פוטיפר צו יוסף, ''שכבה עמו''.
גלייך האט אים דער בריסקער רב'ס טאכטער פאראכטן ''שכבה עמי''...
איבריג אויסצופירן אז פון דעמאלטס אן איז זי שוין שטיל געבליבן.

אין אן אלטן אידישן וויצן ביכל, וואס איז עלטער פון בריסקער רב'ס טאכטער, איז שוין די אויבנדערמאנטע מעשה צוגעצייכנט.
די פרוי דארטן איז נישט קיין קלענערע רעביצין, זאגאר: "אדל", די טאכטער פונעם בעש"ט.

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 10:18 pm
דורך כרם זית
ארי נוהם האט געשריבן:

יישר כח פאר די ידועה. מדארף אבער גלייבן אז עס וואלט ''געקענט'' געשען...
בדרך אגב די באקנטע מעשה פונעם צאנזער רב און זיין רעבעצין ביים פגישה (בעשוי) בנוגע זיין הונקעדיגע פוס, האב איך געזען אראפברענגן אין אן אלטן יידישן ספר אויף משה מנדלסן (וואס כידוע איז אויך געווען א בעל מום).

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2020 3:18 am
דורך פאליטיקאנט
ס'איז 'ידוע' אז די רבי ר' מיילעך ווען ער האט מתקן געווען די תפילה קודם התפילה האט ער בעצם געוואלט מבטל זיין די תפילה און עס איבערזעצן מיט זיין תפילה קודם התפילה, טענהדיג אז פאר אונזער (זיין) דור איז עס שוין צו שווער און זיין פיוט פארקערפערט אין זיך אלע בקשות פונעם דאווענען, אבער דאן זענען די אנשי כנסת הגדולה עם געקומען אין חלום און געבעטן ער זאל עס לאזן, דעריבער האט ער עס נאר צוגעלייגט פארן דאווענען.

האב איך געטראכט אז היינטיגע צייטן איז געקומען א גברא רבה און מתקן געווען "ויתי לנא...לאמיר מאכן קידוש" במקום זמירות, און היות די אנשי כנסת הגדולה זענען עם נישט געקומען אין חלום קען עס טאקע בלייבן אזוי....

נשלח: זונטאג יולי 12, 2020 2:56 pm
דורך תנחום
צוליב די קאנטרי געפארעכטס זענען נאר אנגעקומען ניין אירע אין ביסמעדריש האט די רב געפאסקענט אז מ'קען מצרף די חומש ווייל ס'לא ימלט אז ס'זאל נישט האבן שתי שערות.

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2020 2:15 pm
דורך כרם זית
פאליטיקאנט האט געשריבן:ס'איז 'ידוע' אז די רבי ר' מיילעך ווען ער האט מתקן געווען די תפילה קודם התפילה האט ער בעצם געוואלט מבטל זיין די תפילה און עס איבערזעצן מיט זיין תפילה קודם התפילה, טענהדיג אז פאר אונזער (זיין) דור איז עס שוין צו שווער און זיין פיוט פארקערפערט אין זיך אלע בקשות פונעם דאווענען, אבער דאן זענען די אנשי כנסת הגדולה עם געקומען אין חלום און געבעטן ער זאל עס לאזן, דעריבער האט ער עס נאר צוגעלייגט פארן דאווענען.

האב איך געטראכט אז היינטיגע צייטן איז געקומען א גברא רבה און מתקן געווען "ויתי לנא...לאמיר מאכן קידוש" במקום זמירות, און היות די אנשי כנסת הגדולה זענען עם נישט געקומען אין חלום קען עס טאקע בלייבן אזוי....

ערנסט גערעדט: די לעגענדע אז ר' אלימלך האט ח''ו געווילט מבטל זיין נוסח אנשי כנסת הגדולה, איז מזויף מתוכה, וויבאלד א חלק פון די תפילה איז צו האבן כונה ביים דאווענען (בִּפְרַט בְּעֵת שֶׁאֲנַחְנוּ עוֹמְדִים בִּתְפִלָּה לְפָנֶיךָ).

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2020 7:55 pm
דורך פאליטיקאנט
יעדער מיט שכל האט קיינמאל געמיינט אז עס איז אמת......

אבער אויף דעם איז נישט קיין קשיא, ווייל ער מיינט צו זאגן בשעת יעצט וואס אונז דאווענען צו דיך דהיינו תפילת רבי ר' אלימלך....
אדער האט ער עס צוגעלייגט נאכן חלום....

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 10:14 pm
דורך ונבנתה העיר
שמעון וואלף האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:אן ירשולימער איד האט מיר אמאל געזאגט אז ער איז שטארק מקפיד נישט צו דארפן צוקומען צו יענעם, נאר ער גייט אליין שנארן...

דערמאנסט מיר פון דעם ירושלימע׳ר איד וואס האט געברענגט זיין אכצן יעריגן בחור׳ל אויף אמעריקא אים אויסצולערנען די פאך אזוי ארום זאל ער נישט דארפן צו קומען צו אנדערע...

א ירושלימער איז געגאנגן נאך געלט אין זכרון משה שטיבלאך. גייט איינער צו צו אים און האלט אים פאר היתכן די ווארפסט דיך ארויף אן עול אויף די ציבור. פרעגט אים די געלט גייער, און וואס טיסטו? וואס הייסט, ענטפערט ער, איך פאר אויף אמעריקא...

מארק טוועין שרייבט איבער א שטעטל אין ארץ ישראל:

all abject beggars by nature, instinct and education.

נטעי גבריאל

נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 8:20 pm
דורך כרם זית
דער וואס האט נאר אמאל אריינגעקוקט אין ר' גבריאל'ס פלאנצונג, זעט ווי גאר אסאך מקורות זענען פון צוויי גרויסע לייט. א] כך נהוג מו''ר מפאפא, ב] כך נהוג האדמו''ר מליובאוויטש.

עפן איך אויף הלכות אבילות אין נטעי גבריאל. שטייט דארט אזוי:

יש נוהגים למות [כך נהוג מו''ר מפאפא], ויש נוהגים שלא למות [כך נהג האדמ''ר מליובאוויטש].

ונוהגים כסברא הראושנה...

נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 8:39 pm
דורך מהיכי תיתי
מער מדוייק איז די פאלגענדע ווערסיע:
נטעי גבריאל הל' אבילות: סוף כל האדם למות. ובהגהות למטה: וכן נהג כ"ק מורי אדמו"ר מפאפא זצ"ל, אבל האדמו"ר רמ"מ מליבאוויטש לא נהג כן.

מקור וואו איך האב עס געזעהן צום ערשט

נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 8:41 pm
דורך berlbalaguleh
כרם זית האט געשריבן:דער וואס האט נאר אמאל אריינגעקוקט אין ר' גמליאל'ס פלאנצונג, זעט ווי גאר אסאך מקורות זענען פון צוויי גרויסע לייט. א] כך נהוג מו''ר מפאפא, ב] כך נהוג האדמו''ר מליובאוויטש.

עפן איך אויף הלכות אבילות אין נטעי גבריאל. שטייט דארט אזוי:

יש נוהגים למות [כך נהוג מו''ר מפאפא], ויש נוהגים שלא למות [כך נהג האדמ''ר מליובאוויטש].

ונוהגים כסברא הראושנה...

כרם זית: איך וועיס נישט אויב מ'מעג אזוי שטארק לאכן אין די ניין טעג. דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...1

נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 9:02 pm
דורך געזונטערהייט
מהיכי תיתי האט געשריבן:מער מדוייק איז די פאלגענדע ווערסיע:
נטעי גבריאל הל' אבילות: סוף כל האדם למות. ובהגהות למטה: וכן נהג כ"ק מורי אדמו"ר מפאפא זצ"ל, אבל האדמו"ר רמ"מ מליבאוויטש לא נהג כן.

מקור וואו איך האב עס געזעהן צום ערשט

נאך בעסער!! :lol:

נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 9:07 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אינטערעסאנט טאקע אז אלע קינדער פונעם ליובאוויטשן רבי'ן פירן זיך אויך אזוי, ס'קען זיין אז ס'גייט אין די דשיענס.

נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 11:04 pm
דורך כרם זית
berlbalaguleh האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:דער וואס האט נאר אמאל אריינגעקוקט אין ר' גמליאל'ס פלאנצונג, זעט ווי גאר אסאך מקורות זענען פון צוויי גרויסע לייט. א] כך נהוג מו''ר מפאפא, ב] כך נהוג האדמו''ר מליובאוויטש.

עפן איך אויף הלכות אבילות אין נטעי גבריאל. שטייט דארט אזוי:

יש נוהגים למות [כך נהוג מו''ר מפאפא], ויש נוהגים שלא למות [כך נהג האדמ''ר מליובאוויטש].

ונוהגים כסברא הראושנה...

כרם זית: איך וועיס נישט אויב מ'מעג אזוי שטארק לאכן אין די ניין טעג. דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...1

עס גייט לשיטתו. אויב שטארבט מען נישט, דאן איז משיח דא און מען מעג לאכן.

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2020 7:38 pm
דורך דער דאס
‏נאך די גאנצע חלוקה פרשה דורכאויס די לעצטע פאר חדשים, דערציילט מיר איינער אז ער קומט אריין אין געשעפט צו קויפן א פלעשל מילך, דער קאשירער נעמט זיין אינפארמאציע און שיקט עס צו בוני עולם..

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2020 8:11 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:דער וואס האט נאר אמאל אריינגעקוקט אין ר' גמליאל'ס פלאנצונג, זעט ווי גאר אסאך מקורות זענען פון צוויי גרויסע לייט. א] כך נהוג מו''ר מפאפא, ב] כך נהוג האדמו''ר מליובאוויטש.

עפן איך אויף הלכות אבילות אין נטעי גבריאל. שטייט דארט אזוי:

יש נוהגים למות [כך נהוג מו''ר מפאפא], ויש נוהגים שלא למות [כך נהג האדמ''ר מליובאוויטש].

ונוהגים כסברא הראושנה...

כרם זית: איך וועיס נישט אויב מ'מעג אזוי שטארק לאכן אין די ניין טעג. דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...1

ס'האנדעלט זיך דא פון לעבן און טויט, און די לאכסט...?

נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2020 7:47 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
א נייגעריגע יונגל פרעגט זיין מאמע, ווי אזוי זענען מענטשן באשאפן געווארן? די מאמע הייבט אן פארציילען, ס'געווען אדם מיט חוה וכו' די גאנצע מעשה..

ווען זי ענדיגט, פרעגט דאס קינד, אבער טאטי האט מיך געזאגט, אז מענטשן שטאמען פון מאנקיס?

וואס פארשטייסטו נישט מיין טייער קינד? איך רעד פון מיין משפחה, און ער רעדט פון זיין...