נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 6:44 pm
ס'איז מיר נישט אויסגעקומען קיין צייט מראשית אחרית צו באווארענען כמה וכמה נקודות וואס ס'האט זיך פארצויגן דא אינעם אשכול
ערשטענס איז מיין כוונה נישט געווען מיט עפענען דעם אשכול צו מאכן הלצות ובדיחות, כ'האב בעצם געוואלט מלקט זיין אלע לייכטע פסקים מיט וואס איך האב מיך אלס באגעגנט און ס'איז פארשטענדליך א גרויס תועלת מחמת כמה סיבות, קודם כל לידיעה בעלמא איז אויך נישט קיין מילתא זוטרתא, זאת ועוד אחרת אז ווער ס'דארף אמאל נוצן א געוויסע קולא ויש לאל ידו אליין מברר זיין די סוגיא על בוריין צוזען אם יש מקום להקל זאל ער האבן די געלעגנהייט דאס צוטאן.
נאך א וויכטיגע נקודה וואס איך האב אינזין געהאט דערביי אז ס'איז פארהאן יחידים און געוויסע קהילות וואס מאכן אסאך גערודער און זענען זייער פארנומען אראפרייסן רבנים גדולי תורה פון אנדערע קרייזן אז זיי זענען זיך נישט מתנהג כהלכה און זיי זענען מגלה פנים בתורה מחמת אסאך פון די פסקים להקל וואס כ'האב אראפגעברענגט און כ'האף בעז"ה ווייטער אראפצוברענגן און רעדן אלס ווי זיי זענען די איינציגסטע וואס האלטן זיך צום שו"ע און אלע אנדערע זענען נעבעך קאליע געווארן, האב איך געוואלט מיט דעם ארויסברענגן די איראניע ווי די זעלבע חברה פירן זיך און בארעכטיגן גענוג איך נאך קולות וואס איז זייער שווער מיישב צוזיין מיט די הלכה.
ווייטער דאס וואס מהאט ארויפגעברענגט מקולי ב"ש ומקולי ב"ה רשע, ריכטיג, מיין כוונה איז נישט דא מעודד צוזיין אז מ'זאל נאכטון אלע קולות נאר אז מ'זאל טאקע נעמן און באטראכט די כללי פסיקה , ווי אויך איינער וואס איז א בר הכי און קען אליין מלבן זיין די סוגיא און זעהן אז די פסק איז א לעגעטימער פסק זאל ער טוען כטוב בעיניו
ממילא בעט איך זייער אז מ'זאל נישט דא שרייבן סתם הלצות אדער נארישקייטן ס'איז פארהאן א שמייכעל אפטיילונג דערפאר.
ווי אויך ווער ס'געדענקט נאך אינטערסאנטע פסקים איז העפליך געלאדענט אנטיילצונעמן און מוסיף זיין כיד ה' הטובה עליו אבער נעמט און באטראכט אז ערכאות, מאסקאווי קאטשקעס, צומת הגידין וכדומה, זענען נישט קיין קולות וואס איז פארבינדן מיט קיין שום קהילה היות ס'ווערט קאטאגאריש אפגעלייקנט די מינדעסטע שייכות צו די ענינים
צום לעצט וויל איך זיך מתנצל זיין אז היות רובא דרובא שרייב איך פון זכרון, קמא קמא דמטי לידי און איך האב נישט געהאט קיין צייט איבערצוקוקן צו כ'האב אלעס געשריבן ריכטיג וויל איך דאס צו וויסן געבן אז איך ערווארט אז כ'האב געמאכט מערערע גרייזן צו מיט מקורות אזוי אויך איז דא געוויסע פסקים וואס מערערע רבנים האבן גע'פסקנ'ט און איך בין נישט אנגעקומן צו שרייבן נאר איין נאמן, כ'האף מיט די צייט צו פאררעכטן .