בלאט 3 פון 8
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 2:58 pm
דורך nescafe
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ניין כ'האב געמיינט גראדע, סיי בעולם הזה סיי בעולם הבא ווי איך בין
געב אונז ביטע צו פארשטיין,וואס דו מיינסט א חסיד פונעם רבין בעולם הבא
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 3:05 pm
דורך קאווע טרינקער
א איד איז אמאל ארויפגעקומען אין עולם העליון.
מ'פרעגט אים: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
ער שיטס אויס אין א געלעכטער, און זאגט:
כ'האב געמיינט אז דא איז דער עולם האמת!!!.... דא איז מען אויך פארנומען מיט שטותים?!
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 3:11 pm
דורך מנשה לוסטיג
ביי די קרייזן ווי ס'געווארן נשתכח, האט מען בכלל פארגעסן די עצם זאך וואס ס'איז נשתכח געווארן אליין. ביי אונז איז גארנישט פארגעסן געווארן, און ביי אונז דארף מען נישט ערקלערן וואס מיינט נצחיות, די וועלט איז א פרוזדור, וואס מ'איז עוסק אויף די וועלט דאס איז מען עוסק אויף יענע וועלט.
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 12:24 am
דורך yoim ze mchibod
satmar marz"al
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:52 pm
דורך בן תימא
נאכן אדורך בליקן דער פארום האב איך מחליט געוועהן בעסער נישט זאגן
ווייל כ'בין א פארברענטע חסיד ... אין דא וועט דער עולם נישט פארנעמען אזעלכע זאכן.....
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:26 pm
דורך [NAMELESS]
בן תימא האט געשריבן:נאכן אדורך בליקן דער פארום האב איך מחליט געוועהן בעסער נישט זאגן
ווייל כ'בין א פארברענטע חסיד ... אין דא וועט דער עולם נישט פארנעמען אזעלכע זאכן.....
מ'פארנעמט נישט??? קוק ווי מנשה ליסטיג ברענט מיט שטאלץ פאר זיין רבי, אז ס'איז א מחיה צו קוקען!!
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 10:04 am
דורך קרעקער
אין סקווער מיינט א פארברענטע חסיד עפעס אנדערש.....
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 11:12 am
דורך שמואל הלוי
אין סקווירא איז דער פארברענטער נישט קיין חסיד
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 11:31 am
דורך יואליש
אויפגעוואקסן בני יואל, מיין מקוה קארטל ווערט געטשארדזשד חודש'ליך אין א סאטמארע שול ווי מ'טראגט נישט מיטן עירוב, כ'נוץ התאחדות ציקער, מיינע טעכטער דאווענען פאר די רעבעצין'ס געזונט, מיין בחור זאגט 'קוק ימ"ש' מיט שטאלץ, און מיין פרוי איז אויפגעקלערט און הערט "חזק" אנשטאט קול מבשר.
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 11:37 am
דורך שמואל הלוי
יואליש האט געשריבן:מיינע טעכטער דאווענען פאר די רעבעצין'ס געזונט
וועלכע רעבעצין?
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 11:44 am
דורך יואליש
שמואל הלוי האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:מיינע טעכטער דאווענען פאר די רעבעצין'ס געזונט
וועלכע רעבעצין?
ס'האט זיך געטוישט מערערע מאל זינט כ'האב זיי אויסגעהערט דאווענען ס'לעצטע מאל.

Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 2:19 pm
דורך משה געציל
יואליש האט געשריבן:אויפגעוואקסן בני יואל, מיין מקוה קארטל ווערט געטשארדזשד חודש'ליך אין א סאטמארע שול ווי מ'טראגט נישט מיטן עירוב, כ'נוץ התאחדות ציקער, מיינע טעכטער דאווענען פאר די רעבעצין'ס געזונט, מיין בחור זאגט 'קוק ימ"ש' מיט שטאלץ, און מיין פרוי איז אויפגעקלערט און הערט "חזק" אנשטאט קול מבשר.
מאך זיכער אז דיין ווייבס הערן חזק, לייגט נישט צוגרינד דעם גאנצען פאדעמענט...
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 3:30 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווער איז גאט?
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: מוצ"ש אפריל 28, 2012 11:11 pm
דורך ברוין
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ווער איז גאט?
מיין טאטע. פארוואס פרעגסטו?
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: מוצ"ש אפריל 28, 2012 11:26 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווייל איינער האט געזאגט עפעס אז ער גלייבט נישט אין די היינטיגע רבי'ס, וויל איך וויסן, פון ווי ער ווייסט צו גלייבן אין די אמאליגע יא, און אפשר טאר מען גארנישט גלייבן..
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: מוצ"ש אפריל 28, 2012 11:33 pm
דורך ברוין
מנשה'לע לאמיר אנפאנגען פון אונטן ארויף. ווען דיין רבי הייסט עסן חזיר פאלגסטו?
ווען פאנגט מען אן צו ניצן שכל ווס רבי
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: מוצ"ש אפריל 28, 2012 11:36 pm
דורך מנשה לוסטיג
פון מיר איז נישט קיין ראיה, ווייל ער לאזט נישט האבן קיין אינטערנעט אויך נישט.
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 4:41 pm
דורך א איד
מנשה לוסטיג האט געשריבן:פון מיר איז נישט קיין ראיה, ווייל ער לאזט נישט האבן קיין אינטערנעט אויך נישט.
זיי מיר מסביר וואס וועסטו זאגן טויטערהייט, אז איך בין א סקווירא'ער?
וועסטו דאך הערשט כאפן שלעק, מילא דעם אויבערשטן האסטו נישט געפאלגט, אבער דעם רבין???
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 4:55 pm
דורך מנשה לוסטיג
אבער ס'איז אזוי געשמאק צוזיין א סקווערע - פאר מיר, אז.. כ'האב עס ליב.. און אז איך האב עס ליב איז עס געשמאק.
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 4:56 pm
דורך א איד
אויף יענער וועלט איז נישטא די תענוגים פון די וועלט
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 5:13 pm
דורך שמואל הלוי
מנשה לוסטיג האט געשריבן:פון מיר איז נישט קיין ראיה, ווייל ער לאזט נישט האבן קיין אינטערנעט אויך נישט.
וואס איז די חילוק צווישן דיר און ר' חיים אהרן?
דו טוסט קעגן דיין רבינ'ס רצון, און ר' חיים אהרן האט אויך געטוהן קעגן זיין רצון, מאי בינייהו?
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 5:16 pm
דורך מנשה לוסטיג
אבער דאס וואס איך שפיר אזוי געשמאק, איז נישט ווייל ס'איז פונקט וואס איך וויל, גראדע איז עס פונקט פארקערט.
אין סקווער קען מען נישט פארברענגען 'ברבים' מיט א ווייב.
אין סקווער קען מען נישט שווימען, שפילען, און פארפירן אין צענטער [מ'קען אבער ס'איז מאדנע]
אין סקווער איז דא תקנות וואס שטערן די תענוגי עולם הזה וואס זענען פארקערט פון חסידיש.
אבער ווען איינער ווי איך, וואס איז שוין אריבער אין לעבן די נסיון, פון זען אז קיינער העלפט נישט נאר דער אייבירשטער, מ'קען זיך אויף קיינעם נישט פארלאזן, האב געשפירט אז די איינציגע נחמה און חיזוק, תענוג רוחני און שטופ'קראפט אין די שווערע צייטן אין די וואקלדיגע צייטן, אין צייטן ווען מ'דארף א ריקנביין, אין צייטן ווען מ'שפירט ווערדלאז אין רוחניות. איז די בעסטע ווען מ'איז אינעם שטראם פון אט דעם חסידות [קען זיין אנדערע חסידים שפירן עס ביי זייער רבי אויכעט], דאס איז דויערהאפטיג, דאס האט מיך געראטעוועט בעבר, פון פיזישע און גייסטישע נפילות, און דאס גיבט מיר די כח טאג טעגליך.
איז וואס עפעס זאל איך אויסהערן מענטשן וואס האבן מיר גארנישט צוגעגעבן אין לעבן, פון די אלע מעריצים וואס לאכן און קיצלען זיך אויף מיינע מאמרים און קליפס, האב איך קיין סאך ניצן נישט נאר די פאר'חאניאקטע חסידים האבן מיר געגעבן הארץ און נשמה, אויפריכטיגע הדרכה, די אלע בעלי רחמנים ארום האבן מער ווי א קריטיק צו א קרעכץ גארנישט צוגעגעבן צו מיין הצלחה.
ממילא, וואס עפעס זאל איך צוהערן די ליצני הדור'ס דיעות, אויב נאכן זיין אין די פרעמד אלץ בחור אפאר יאר, נאכדעם נאכן חתונה זייענדיג זיבן יאר אינדרויסן פון סקווער, האב איך איינגעזען, אז זהו! דא איז א מקור חיוני, וואס דאס געבט נאר צו צום נשמה לעבן, און דאס נעמט מען אוודאי מיט מיט זיך..
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 5:18 pm
דורך א איד
דעמאלטס פארוואס פאלגסטו נישט דיין רבין?
שריי נישט אויף יענעם ווען ער פאלגט נישט!
און געב נישט גערעכט ווען מ'טוט עפעס פאר יענעם, עס קומט זיך דיר די זעלבע פעטש!