פרוכט זאפט האט געשריבן: ↑
א איד א ת"ח האט מיר געזאגט אז די גאנצע מושג אז ביאלא רבי שרייבט אין די צוואה "איך בין ממנה פלוני" זאל ווערן רבי האט נישט קיין שום זין. א רבי אדער רב קען נישט "ממנה זיין" ווער ס'זאל אים איבערנעמען, ער קען בעטן די קהילה אז זיי זאלן פליז ממנה זיין פלוני, און אויב זיי ווילן קענען זיי אים פאלגן.
משום כבודו פון א ריכטיגע ת"ח און בנש"ק א מנהיג העדה ומחבר ספרים, וועל איך פראבירן צו מסביר זיין אויף א איידעלן אופן.
ער איז געווען אזוינס וואס מ'רופט א "מין טיפ" מענטש, ער האט געטוהן זאכן וואס איז נישט אפשר "קלאסיש" אבער "לאגיש" אויסגעהאלטן, לדוגמא ער האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט די אלטע רעבעצין שטיינווארצל, זי איז געווארן נישט געזונט, און אנגעהויבן ליידן אויף אלצהיימער'ס אדער עפעס אנדערע מיני מחלות וואס מ'איז שוין נישט ביי זיך, ער האט איהר אהיימגעשיקט קיין אמעריקא, זאל די משפחת שטיינווארצל קינדער און אייניקלעך זיך מטפל זיין מיט זייער באבע, וואס'זשע דארף ער, א עלטערע איד, זיך מטפל זיין מיט א פרוי וואס דערקענט שוין סיי ווי נישט קיין מענטשן, און ער איז שוין אויכעט נישט געווען ביי די כוחות.
איצטער אזא הנתהגות זעהט מען נישט יעדן טאג, ווייל ס'איז נישט קלאסיש, ס'פאסט נישט וכו', וואס וועט דער גאס זאגן וכדו', ער האט אבער געטוהן וואס איז לאגיש, א געשעפט האט ער מיט די גאס, מה יאמרו הבריות. ער האט מער גארנישט פון איר אלס א רעבעצין, פארוואס זאל ער אלס אן עלטערע איד זיך דארפן מטפל זיין מיט איהר און אויסהאלטן די הוצאות פון א העלפער אדער נוירס בלע"ז, צוריקגעשיקט דעם רעבעצין צו אירע קינדער און פארטיג.
דאס וועט אפשר באלייכטן אביסל די גאנצע התנהגות זיינע בנוגע די צוואה, איך זאג נישט ס'איז זיכער אזוי, איך זאג עס בדרך אפשר, אולי זו הפשט.