בלאט 4 פון 4
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 10:28 am
דורך בן תמליון
איך מיין מען מוז מאכן א ספעציעלע פרייז/טיטול פאר גאלד פאר זיין נאבעלן אקט.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 10:42 am
דורך גאלד
בן תמליון האט געשריבן:איך מיין מען מוז מאכן א ספעציעלע פרייז/טיטול פאר גאלד פאר זיין נאבעלן אקט.
א שיינעם הערצליכן דאנק, גלייב מיר בכל לבי ובכל נפשי מיין גרעסטע פרייז איז צו זעהן די רעזולטאטן פון דעם בריוו, אלעס אנדערש איז מהיכי תיתי,
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 11:05 am
דורך יאסעלע וואסער טרעגער
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:02 pm
דורך אךשמח
מיינער א נאנטער ידיד און אן אלטער גוטער פריינט וואס איז אן אנגעזעענער מיטגליד אויף א וואטסעפפ גרופע האט געכאפט די בילדער וואס איז דא ארויפגעשווימען און איך האב עס געזען נאך פאר דער אשכול איז נולד געווארן, אבער איין טעות האט מיר זייער געוואונדערט און איך בין געווען זיכער אז מען וועט עס בקרוב מתקן זיין, נעמליך, דער בריוו אויף צוויי זייטן וואס איז אין ערשטן תגובה אינעם אשכול איז נישט דער אריגינעלער בריוו וואס המנוח נחמן ע"ה האט געשריבן, נאר איז נאכגעשריבן געווארן ווייל דער אריגינעלער האט ער געשריבן מיט א פענסיל און עס איז זייער ליכטיג.
מען מעג מיר יעצט דיסלייק'ן אז איך האב עס נישט אהערגעברענגט פריער, אבער איך האב קיין ספק נישט געהאט אז מען וועט עס פאררעכטן, אבער יעצט זעענדיג אז די גרויסע נייעס נעטווארקס זענען פארנומען נאר מיטן נאכברענגען דעם קאפירטן האב איך זיך געאיילט עס צו אויסבעסערן.
ביז עטליכע מינוט האף איך עס ארויפצופעיסטן, אבער נאכאמאל, עס איז זייער אומקלאר.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:12 pm
דורך גאלד
אויב דער תוכן איז דער זעלבער איז נישט קשה
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:12 pm
דורך אךשמח
אט איז דער אריגינעלער בריוו מיט זיין אייגענער שריפט.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:16 pm
דורך אךשמח
גאלד האט געשריבן:אויב דער תוכן איז דער זעלבער איז נישט קשה
עס איז דער זעלבער, און נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט.
כבוד הרב גאלד,
אייער ארבעט איז א געוואלדיגער, און איר מוזט באמת זיין א גאלדענער מענטש און ווייזט אז אויב וויל מען קען מען אנקומען זייער ווייט. אנדערע וואלטן געקלערט, נע, איך פלאג זיך אן, ווער ווייסט אויב עס וועט בכלל ערגעץ וואו אנקומען? א שאד די ארבעט. אבער דו האסט נישט אזוי געטראכט, נאר געטון צו דער זאך!
זאלט איר האבן פיל הצלחה אין אלע אייערע באשעפטיגונגען.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:17 pm
דורך בן תמליון
אן ארטיקל אינעם ענגלישן פארווערטס שרייבט דעברע נוסענבוים-כהן איבער אירע שטענדיקע דערווייטערנדע געפילן פון אירע חסידישע אידישע שוועסטער אין וויליאמסבורג, מיט זייערע צניעות שיקאנען און אלע אנדערע זאכן. זאגט זי דער בריוו האט אלעס געטוישט ביי איר.
דער לעצטער זאץ אינעם ארטיקל איבערגעזעצט:
נחמן גלויבער'ס בריוול ווייזט מיר, חאטש אונזערע אנדערשנע ווערדן און וועגן פון אנטאהן, חאטש די גאר אנדערע וועגן מיר באציען זיך צו די וועלט, זענען מיר עכט נאר מאמעס און זונען, טאטעס און טעכטער, מענטשן וואס פרובירן צו ליב האבן און זיין געליבט. אז צום סוף באלאנגען מיר צום זעלבן אידישן פאלק, און מענטשהייטhttp://blogs.forward.com/sisterhood-blo ... z2MsWub0o6
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:40 pm
דורך לעמאן דזשוס
הרב אךשמח, ווער האט נאכגעשריבן דעם ארגינעלן?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:48 pm
דורך [NAMELESS]
און די צווייטע דף און די ערשטע זענען די זעלבע שריפט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 9:58 pm
דורך בן תמליון
דער יידיש פארווערטס ברענגט איצט אויך דעם אינהאלט פונעם בריוו און לייגט צו אפאר ווערטער וואס איז געשריבן דא אין דעם אשכול "חסידישע שמועסן אויפן אינטערנעט".
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 9:50 am
דורך [NAMELESS]
בן תמליון האט געשריבן:דער יידיש פארווערטס ברענגט איצט אויך דעם אינהאלט פונעם בריוו און לייגט צו אפאר ווערטער וואס איז געשריבן דא אין דעם אשכול "חסידישע שמועסן אויפן אינטערנעט".
זיי ברענגען די ווערטער פון נוי יארק אז ער קען גארנישט צולייגען חוץ טרערן
http://yiddish.forward.com/articles/168 ... -s-letter/
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 12:01 pm
דורך גאלד
דער ארטיקל איז פון דעם באקאנטן פרומע פרוי עליסאן דשאסעפס, וואס האט זינט 2007 זיך גענומען א מיסיע אין לעבן צו אויפקלערן די דרויסענדיגע וועלט דורך איר בלאג JEWINTHECITY.COM, איבער מיספארשטענישן פון אלטרע ארטאקסישע אידן און אפשלאגן פאלשע בילבולים וואס ווערן געפיטערט דורך די מידיע אד"ג,
דער ארטיקל צילט צום פונקט אלעס וואס איך האב געקלערט אליינס צו שרייבן, זייער שיין זייער ווארעם און רירענד,
ליינט דא:
http://www.jewinthecity.com/2013/03/nat ... mar-hasid/