א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:די יודן וואס זענן שוין געווען אין אזא שפלות און געדעיט, אנדערש ווי 99% ערליכע יודן, אוודאי האט מען זיי נישט געשטערט און מחזק געווען זיךצו פירן בקדושה, אבער צו זאגן אז דאס איז געווען די נארם? דאס קומט מחוסר ידיעה, אפשר אין מארמאראש איז געווען א גרעסערע פראצענט אבער אויך ווייניגער ווי האלב
דא אין אמעריקע איז געווען א בחור וואס איז געפארן מיט די טרעין צו די ארבעט, און געטראפן דארט יעדן טאג א היימיש מיידעל, און די שידוך איז געווארן צווישן זיי, אבער די עלטערן האבן מסכים געווען און סאטמאר רב ז"ל איז געווען מסדר קידושין, זיי האבן אויפגעשטעלט א הערליכע שטוב
אויך איינער פון די משב׳ק ביי סאטמאר רב איז באפריינדעט געווארן מיט א מיידעל וואס פלעגט ברענגען עסן און ארויסהעלפן אין שטוב, זייענדיג א טאכטער פון איינע פון די מקורבים און זיי האבן חתונה געהאט
אבער דאס זענן אחד מני אלף, און אזוי איז געווען אינדערהיים אויך, נאריש צו זאגן אז דאס איז געווען נארמאל
בד"וו, פארוואס בין איך מער טראלל פון דיר, די מאכסט אוועק יעדן חוץ דעם אהבת ישראל, איך מאך (אויב עפעס) נאר אוועק דעם אהבת ישראל
אויך האסטו געמישט יוצרות, דא רעדט מען פון הוצאת ז"ל נישט פון דעיטן, האט דאס דער אהב"י מתיר געווען אדער אוועקגעמאכט די איסור? אדרבה איך ווער היינט א וויזניצער
קריך ארויס פון דיין באבעל
איך האב נישט באמערקט די תגובה ביז יעצט.
די אהבת ישראל האט נישט געהאט קיין אנדערע תורה ווי איך און דו. די אהבת ישראל האט זיך געפירט לויט די תורה זעלבסט, און נישט מיט די צוגעלייגטע זאכן צו די תורה. דארפסט נישט ווערן קיין וויזניצער, דארפסט פשוט
ארויסקריכן פון דיין באבעל און לאמיר עפענען א חומש און אריינקוקן אין די תורה. די תורה זאגט גארנישט וועגן די אלע זאכן וואס רבי יואל ראטה און דער מוהראש האבן אראפגעלייגט אלץ א יסוד און ממש פארדרייט די יסודות פון אידישקייט. ממש עולם הפוך! ווי למשל ער זאגט פאר די בחורים אז “דאווענען גמרא” איז גענוג. בשעת דאס איז אונזער יסוד. פארדעם זענען אונז די קלוגסטע, רייכסטע פאלק אויף די וועלט, די אידן האבן געגעבן פאר די וועלט חכמה, סייענס, און מעדיצין, ווייל זיי האבן selected “תלמידי חכמים”, פאר דורי דורות!!! זיי האבן חתונה געהאט מיט תלמידי חכמים- דאס מיינט “געלערנטע מענטשן” - נישט מענטשן וואס דאווענען גמרא!!!
ס'איז אלץ געוועהן בחורים וואס האבן נישט געהאלטן ביים לערנען, און די רבנים פאר אונזערע צייטן, און יואלי ראטה האבן נישט אזוי געטוהן! נאר די אמאליגע רבנים האבן זיי ארויסגעשיקט ארבעטן אויף די פעלדער, און זיי געזאגט זיי זאלן יעדן טאג דאווענען און אביסל לערנען. יואלי ראטה האט מורא ארויסצושיקן די בחורים ארבעטן, און ער לאזט זיי נישט האבן קיין סמארטפאון, און רעדט זיי איין באבע מעשיות וועגן די יסוד אין אידישקייט וואס איז לא דובים ולא יער. אלעס ווייל ער האט מורא צו פארלירן קאנטראל איבער זיי. אז ער שיקט זיי ארבעטן גייען זיי דאך נישט זיין אינטער זיין רשות מעהר, גרויסע טשענס אז זיי וועלן “קלוג ווערן” און נישט וועלן מיר דינען די געטשקע.
כ’האב קיין ספק נישט אז אזא קלוגער, הייליגער מענטש ווי רבי נחמן מברסלב ווען ער טרעפט היינט רבי יואל ראטה וואלט ער געוועהן די ערשטע צו זאגן אז ער איז א פשוטע “קולט פירער”, פארקויפט נישט גארנישט פאר די בחורים, נישט קיין תורה, נישט קיין חסידות, נישט קיין נארמאלקייט, נישט קיין לימודי חול, ניטאמאל האבן זיי א סדר הלימוד אין לימודי קודש! ניטאמאל קיין נארמאלע מגידי שיעורים (עכ”פ ביז ממש לעצטענס ווען כהאב אריינגעקוקט דערינען, קען זיין ער האט שוין געטוישט), בקיצור א פשוטע “בעביסיטינג סערוויס”!
זיין זיידע האט כאטש פארקויפט תורה, ער קען דאס אויך נישט, ער האט א פשוטע וועג צו קאנטראלירן מענטשען און זיי אויסנוצן. און ער פארדרייט די יסודות פון אידישקייט. “והגית בו יומם ולילה” מיינט מתוך “יגיעה ועמל”. דאס איז אונזער יסוד שביסודות “כי הם
חיינו ואורך ימינו ובהם נהגה יומם ולילה” - דאס איז אונזער “חיות” אונזער “Sustenance”- נאר מיט חכמה האבן אונזערע עלטערן געקענט איבערלעבן פאר דורי דורות אין גלות, אין א פרעמדע לאנד צווישן די קריסטן. ווייל זיי האבן פארקויפט חכמה, זיי האבן געקענט רעכענען - זיי זענען געוועהן די באנקיר, די דאקטער וכו'.
חכמה ביי אלע אידן איז די עיקר און יסוד! יעדע פרייע אידישע מאמע האקט אין קאפ אריין פאר אירע קינדער פון אלץ קינד נאך “דו גייסט זיין די גרעסטע דאקטער/לויער/סייענטיסט אויף די וועלט”. אונזערע “אויסגעשארפטע גמרא קעפ”- דאס איז אונזער טריק - און אונזער יסוד!
קומט צו גיין איינער שלא קרא ולא שנה, קען נישט קיין תורה, נישט קיין נגלה נישט קיין נסתר, און מאכט פון די עיקר די טפל און פונעם טפל די עיקר.
אנטשולדיגט מיר אלע! כהאב געהערט גענוג טעיפס ווי רבי יואל ראטה רעדט פון עניני קדושה און סאיז ממש א גרויל! ער רעדט פון די נושא מיט א פארגרעבטקייט ענדליך צו נחום ראזענבערג. ווער פון די פריערדיגע רבנים און צדיקים האבן גערעדט אזוי? זיכער נישט רבי נחמן מברסלב, זיין זיידע דער בעש"ט און זיינע תלמידים. שווער צוגלייבן אז אפילו רבי יואל ראטה’ס רבי - דער מוהראש האט גערעדט אזוי, ווי ווייט איך האב געהערט, אדרבה איז דא טעיפ ווי דער מוהראש שרייט “רייבן, רייבן, רייבן” - א גרויל!
א צווייטע זאך וואס איך וויל רעדן מיט דיר איז וועגן “דיינע עבירות” ביסט דאך ביזי אז דו קענסט ווערן א וויזניצער און פטור ווערן פון עבירות.
אין די תורה שטייט “מדבר שקר תרחק” - שרייבסט מיט א פרעכהייט און א חוצפה אז איך מאך אוועק יעדן איינעם? קענסט מיר זאגן ביטע וועם פונקטליך איך האב אוועקגעמאכט? אפענע שקרים וכזבים! איך קען דיר יעצט אויפמישן גאנצע תגובות ווי איך שרייב די גרויסקייט פון די ברך משה, רבי יואל פון סאטמאר, רבי אהרן מבעלזא, די קלויזנבורגער רב, ר' שלמה באבובער, ר' נפתליטשע באבובער, די ריזשינער, די פיסאצנער רבי, רבי דוד משה טשורטקובער, רבי מאיר שפירא, מנחת אלעזר, די קאפישניצער רבי'ס, די סקולענע רבי'ס, רבי יעקב יוסף מסקווירא, ריבניצער וכו' וכו'
און פון די אנדערע זייט ווייז איך דיר תגובות ווי איך שרייב נעגעטיוו קעגן די וויזניצער רבי'ס, די ישועות משה און די תורת מרדכי.
ביסט ביזי מיט מיינע עבירות, זאגסט קענסט וועגן א וויזניצער און פטור ווערן פון דיינע עבירות? קוק דיך אין שפיגל, ביסט א שקרן!
רעדנדיג פון די אהבת ישראל און בחורים וואס טוהן גארנישט מיט די צייט האב איך מיך דערמאנט א גוט ווארט פון די אהב”י.
א בחור איז אמאל געקומען צום אהבת ישראל מיט א קוויטל און געבעטן א ברכה אז ער זאל באפרייט ווערן ווען ער גייט זיך שטעלן צו די מיליטער.
פרעגט אים די רבי, לערנסט אין ישיבה? זאגט ער ניין! גייסט ארבעטן? ניין! שטודירסט עפעס? ניין! מיט וואס באשעפטיגסט זיך? זאגט ער, רבי איך זיץ אינדערהיים און איך טוה גארנישט. זאגט אים די אהבת ישראל “גיין לאנגווייליג און גארנישט טוהן מיטן טאג איז דאך די שווערסטע ארבעט אויף די וועלט, דער אייבישטער זאל העלפן זאלסט אזוי נושא חן זיין ביי די מיליטער ווי דו האסט נושא חן געוועהן ביי מיר”…
וואו נעמט מען נאך אזעלכע קלוגע ערליכע מענטשן?