בלאט 5 פון 8

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 6:13 pm
דורך שמעקעדיג
אוי וויי. זאלעך גיין קויפן באטעריס?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:47 pm
דורך לעמיל
שמואליק א אופדעיט ביטע

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 4:05 pm
דורך שמואל הלוי
שיינע וועטער'ס וועט אנהאלטן ביז סוף וואך, שבת און אנפאנג קומענדיגע וואך וועט זיין קעלטער, מיט א רעגן אדער א שניי אינמיטן די וואך.

ועכשיו אסתגר בזה.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 7:30 pm
דורך sunbar
היינט איז געווען א הערליכע וועטער. א שאד אז עס וועט אנהאלטן נאר נאך איין טאג...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:43 am
דורך קליגער איד
sunbar האט געשריבן:היינט איז געווען א הערליכע וועטער. א שאד אז עס וועט אנהאלטן נאר נאך איין טאג...

פריי דיך וויפל מען גיט דיר

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:50 am
דורך שמעקעדיג
די וואך קומט א קעלטערע וואך (אין די פערציגער), מיט א שטיקל שניי-שטורעם געשאצט אויף דינסטאג.
א וואך דערנאך, ערב חנוכה, זאגן זיי צוריק מער א ווארימע וועטער (אין די פופציגער).

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 10:54 pm
דורך שמעקעדיג
מארגן געפאלט אויס א שניי, אבער שמואל הלוי איננו!
שמואל, אייכה????

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:23 am
דורך שמואל הלוי
ווער שרייט דא אזוי הויעך מיין נאמען?

אה! דו ביסט עס שמעקי ידידי.

זאגסטו אז מארגן געפאלט אויס א שניי? נו איז וואס? וועט שנייען אביסעלע, וועט אפשר זיין א אינטשעלע אדער גאר א צווייערל אין טייל געגענטער ספעציעל אין די צפון מערב סובארס און אין צפון ניו דזשערזי, ס'קען אפשר זיין אפילו אביסעלע מער, אבער נישט קיין ספעציעל גרויסע זאכן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:08 am
דורך שמואל הלוי
היינט נאכט וועט זיין אין אפסטעיט ניו יארק א קלענערע שניי וואס וועט זיך טוישן צו האגל און רעגן, אין ניו יארק סיטי וועט זיין שניי פלעיקס אין די לופט וואס וועט זיך תיכף צולאזן ביים לאנדן אויף דער ערד, און שפעטער וועט זיך עס טוישן צו רעגן.

א ווינטער וועטער אדווייזער איז אין קראפט פאר ראקלענד און אראנדזש קאונטיס פון היינט נאכט 7:00 ביז מארגן צופרי 7:00.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:10 am
דורך שמואל הלוי
מיטוואך נאכמיטאג און ביינאכט ביז דאנערשטאג קען מעגליך זיין א גרעסערע שניי ספעציעל אין די העכערע חלק פון אפסטעיט ניו יארק, אבער אין ניו יארק סיטי וועט זיין א גרויסע רעגן מיט ווינטן.

מאר דיטעלס וועט אי"ה נאכפאלגן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:18 am
דורך לעמיל
שמואליק וועלכם בעק חדש ימינו כקדם

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:25 am
דורך ישמעאל הכהן
שמואל הלוי האט אויסגעלאזט די ווינט דירעקציע היינט נאכט וועט דער ווינט בלאזן פון צפון מעריב דאס טייטש אז אויב וואקט איר אראפ ליע עוו צו ניי ווילעמסבורג זאלט איר האלטן דעם שירעם מער גענויגט צו שטוהל'ס דריי גוד

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:27 am
דורך boxcover
ישמעאל הכהן האט געשריבן:שמואל הלוי האט אויסגעלאזט די ווינט דירעקציע היינט נאכט וועט דער ווינט בלאזן פון צפון מעריב דאס טייטש אז אויב וואקט איר אראפ ליע עוו צו ניי ווילעמסבורג זאלט איר האלטן דעם שירעם מער גענויגט צו שטוהל'ס דריי גוד

לאל, שקועך כהן פארן פאררעכטן די לוי'ס רייד...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:41 am
דורך שמואל הלוי
אקעי; ס'קומט היינט א שניי, הממ... וואס זאג איך א שניי? נע איך מיין אז איך מאך א טעות, פון צפון וועסטשעסטער ארויף ביז די קעטסקילס וועט זיין מער אויף די האגל'דיגע זייט ווי אויף די שנייאיגע, אבער פון די קעטסקילס און ווייטער וועט יא זיין מער אויף די שנייאיגע.

עכ"פ ווי ס'הייסט יעצט וועט אין ניו יארק סיטי הבירה תחת ממשלת בלומבערג יר"ה אויך זיין א שטיקל שנייעלע בעסער געזאגט א שטיקל האגעלע, אבער שפעטער נאכמיטאג וועט אלעס פארוואסערט ווערן, ווען ס'וועט גיסן עמער'ס מי גשמים באזאם מיט א רוח מזרחית וואס וועט אביסל אויפשאקלען די פארשלאפענע ווינטער'דיגע בוימער.

אין מאנסי וועט שוין זיין א אנדערע מעשה, דארט וועט זיין פארפרוירענס במשך היינט נאכמיטאג, ס'וועט זיך אנזאמלען גענוג צו קענען שאוולען אביסל. אבער שפעטער ביינאכט וועט אויך אין מאנסי דערגרייכן די מי גשמים און פארוואסערן די ווייסע סחורה.

ארויפציר אין אראנדזש קאונטי וועט זיין א חתיכה הראויה להתכבד שניי און אייז, און ווער רעדט פון נאך ארויפציר אין אפסטעיט ניו יארק.

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:53 pm
דורך לעמיל
אזלכע קאלטע וועטערס און קיינער אופדעיט נישט??? איי געס די עולם איז ביזי טרינקען הייסע קאווע

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 3:06 pm
דורך קאווע טרינקער
לעמיל האט געשריבן:אזלכע קאלטע וועטערס און קיינער אופדעיט נישט??? איי געס די עולם איז ביזי טרינקען הייסע קאווע

יא, א באנדע קאווע טרינקער

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 3:09 pm
דורך לעמיל
קאווע טרינקער האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:אזלכע קאלטע וועטערס און קיינער אופדעיט נישט??? איי געס די עולם איז ביזי טרינקען הייסע קאווע

יא, א באנדע קאווע טרינקער

ובראשם מר' קאווע טרינקער :lol:
מר' קאווע ווען גייט איר נאך אמאל אויף וואקציע? מיר בענקען נאך אייערע סעקרעטארען

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 3:24 pm
דורך קאווע טרינקער
זעה דא
לכאורה קומענדיגע וואך

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 3:49 pm
דורך שמעקעדיג
זייט שמואל הלוי איז געווארן ביזי, ווערן מיר נישט אפדעיטעד :roll:

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 4:00 pm
דורך לעמיל
שמואליק
מיר דארפען דיך דא!

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 10:48 am
דורך קלאר
די נייע וועטער ביורא

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 5:21 pm
דורך שמואל הלוי
היינט נאכט קומט א מעין דמעין פון "סענדי".

שלאקס רעגענעס אינאיינעם מיט שטארקע ווינטן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 5:26 pm
דורך לעמיל
שושו ושמחו בשמחת השטיבל
שמואליק איז צוריק גיימער שוין וויסען די וועטער