בלאט 5 פון 6

נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 12:58 pm
דורך הקטן
מי אני האט געשריבן:ובכלל איז די בּיג בּענג נישט בעצם שולל קדמות - עס איז נישט שולל סייקליק מאדעלן (מכל וכל).

מען קען זיך דינגען אויב דאס הייסט קדמות - זיכער נישט אריסטו'ס קדמות

נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 2:43 pm
דורך מי אני
יא יא.

מען קען אפשר זאגן אז עפ״י די ערשטע, צווייטע, און פערטע דרכים וואס דער רמב״ם ברענגט אראפ אין מו״נ ח״ב פי״ד במה שהכריח אריסטו לזה קען עס בעצם אפשר מעמיס זיין אפילו בדבריו. והיינו, בדרך א׳ אז עס קען נישט זיין אז תנועה וזמן זאלן נתחדש ווערן לגמרי בלי תנועה וזמן הגורמים לה, ובדרך ב׳ אז אויף חומר איז בעצם די זעלבע פראבלעם. עפ״י די צוויי קען מען בעצם מעמיס זיין סייקליק מאדעלן בדבריו אז דאס הייסט נאך אלס זיין קדמות ווייל אויף עפעס א לעוועל איז דאך תנועה זמן וחומר אלס דא שמהם נתהוה די נעקסטע סייקל. ענליך איז לגבי די פערטע דרך פון נמנע, אפשרי, ומחוייב ע״ש. אולי.

די דריטע דרך זיינער לגבי תנועת הגלגלים שאין להם היפך וממילא הפסד, שטימט פארשטייט זיך נישט מיט זיין געדאנק פון קדמות לגבי די גלגלים. אבער מיט די פטאלעמישע קאסמאלאגישע מאדעל איז ער בסתם אזוי מופרך, בלי הדיון בקדמות.

נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 3:12 pm
דורך הקטן
יא, אין א רמב״ם קען מען מעמיס זיין בדבריו וואס דו ווילסט, וואס האט דען די רמב"ם פארשטאנען צי א שטיקל רמב"ם?

וואו אלט איז בכלל די סייקליק מאדעל טערי?
און וויפל סייענטיסטען האלטן היינט אזוי ?

איז דאס נאר פין איינשטיין אדער איז שוין דא אנדער פין פריער (אויסער די רמב"ם און אריסטו ) וואס ברענגען אזא טעאריע?

נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 3:14 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נאר דו מעגסט מעמיס זיין אינעם רמב״ם?

נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 3:33 pm
דורך מי אני
איך בין מעמיס בדברי אריסטו וואס דער רמב״ם ציטירט/פּערעפרעיזט. יחי ההבדל.

מיינענדיג, אז עפ״י אריסטו׳ס פארמולאציע על קדמות בעצם/גרידא (אָן זיין גרייזיגע קאסמאלאגישע מאדעל פון גלגלים וואס איז מופרך בלא זה) וואלט ער געקענט מסכים זיין מיט די סייקליק מאדעלן.

נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 4:59 pm
דורך הקטן
מי אני האט געשריבן:איך בין מעמיס בדברי אריסטו וואס דער רמב״ם ציטירט/פּערעפרעיזט. יחי ההבדל.

פארשטייט זיך, און דאס זעלבסט איז אדער יא אדער ניין
יעקב מעקסוועל האט אויך א מהלך וואס ער איז מעמיס אין אריסטו, נו שוין


מה נעשה, איך קען נאר דעם אריסטו וואס דער רמב"ם פּערעפרעיזט - אדער גאר ציטירט

מיין שאלה: איז באקאנט אזאלעכע וואס האבן מעמיס געווען א "בורא עולמות ומחריבן" טעאריע איידער איינשטיין?

נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 6:47 pm
דורך מי אני
עס איז נישט קיין נפק"מ צי יא צי ניין. דו האסט געזאגט (טאקע אין איינגערינגעלט) אז "בּיג בּענג איז שולל קדמות העולם". אויף דעם איז די אנטווארט אז ס'איז נישט מוכרח אז דאס איז עס שולל [אפילו לפי אריסטו, טאמער נעמט מען ארויס זיין קאסמאלאגישע מאדעל וואס איז שוין ממילא מופרך געווען ע"י קאפּערניקוס ועוד נאך אסאך פאר'ן אויפקום פונעם בּיג בּענג טעאריע].

וממילא איז עוואלוציע טעקניקעלי אויך נישט קיין סתירה לזה - אין די סייקל זענען די פאראמעטערן, געזעצן, קאנדישאנס וכו' דערפון געווען אויסגעשטעלט אויף עיבּיאודזשענעסיס און עוואלוציע (אויף עכ"פ איינע פון די פלאנעטן).

נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 7:26 pm
דורך הקטן
בּיג בּענג האט געטוישט די קאנסענסעס איבער קדמות העולם, עס-וואו-נא-איט!

נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 8:47 pm
דורך אישתישבי
הקטן האט געשריבן:בּיג בּענג האט געטוישט די קאנסענסעס איבער קדמות העולם, עס-וואו-נא-איט!


פארוואס?
פאר דער ביג בענג איז דאך אויך עפעס געוועהן.

נשלח: זונטאג אפריל 25, 2021 12:12 am
דורך מי אני
עובדיה האט געשריבן:באמת האט דער רמב"ם אויך געהאלטען אז בריאת יש מאין איז פון די עקרי הדת, ווי מ'זעהט אז ער רעכענט עס אפ' פון די יג' עיקרים, און פון די חמשה הנקראים מינים, נאכדעם וואס ס'איז נישט דא קיין הכרח משנה צו זיין פון די פשטות הפסוקים. די זעלבע שרייבט ער בנוגע תחיית המתים, אז מוואלט ווען געקענט מפרש זיין די פסוקים דלא כפשוטן, נאר ס'פעהלט נישט אויס, און דאך רעכענט ער עס למעשה פון די יג' עיקרים.

דער עיקרים שרייבט (מאמר א פי״ב):
אבל האמנת החדוש יש מאין, אף על פי שהיא אמונה צריך כל בעל תורה להאמינה, כמו שצריך להאמין כי משה בקע צור ויזובו מים והגיז את השלו והוריד את המן, מכל מקום איננו עקר מעקרי התורה האלקית. ולזה לא מנאו הרמב"ם ז"ל עם עקרי התורה, ואף על פי שכתב בספר המדע פרק ג' מהלכות תשובה כי חמשה הם הנקראים מינים, ואחד מהן האומר שאינו לבדו ראשון וצור לכל, והוא מבואר כי האומר שיש חומר ראשון קדום הנה הוא כאומר שאינו לבדו ראשון, כי החומר הראשון הוא ראשון כמוהו לפי דבריו, ועם כל זה שקרא מין מי שלא יאמין החדוש יש מאין, לא מנאו בעקרים, לפי שאיננו עקר שלא תצוייר תורה אלקית זולתו.

אין אנהויב פרק חלק אין פי׳ המשניות ביים פערטן יסוד שרייבט דער רמב״ם וז״ל, והוא שנאמין כי זה האחד האמור הוא קדמון בהחלט וכל נמצא זולתו בלתי קדמון בערכו אליו עכ״ל. אפשר קען מען אריינלערנען אז די ״בערכו אליו״ איז נישט שולל בריאת יש מיש מחומר קדמון. דאס איז ענליך צו וואס דער רלב״ג אין מלחמות ה׳, וואס האט טאקע אנגענומען אזוי, זאגט (מאמר ו ח״א פי״ח):
ואולם הספק השלישי [שכבר יחשב שאם היה בכאן דבר קדמון זולתי השם יתברך שיהיה אלוק כמהו] הוא חלוש מאד וזה שלא יחויב, כשהונח זה הגשם קדמון, שיהיה במדרגת השם יתברך עד שיהיה אלוק כמוהו, וזה שאין האלקות לשם יתברך מצד הייתו קדמון ושאר הדברים אינם כן, כי אם היה אפשר שיהיו כל הדברים קודמים, היה גם כן השם יתברך הוא האלוק מצד הנהגתו שאר הדברים ונותנו להם הנמוס והסדר אשר ימצא להם. ובכלל הנה השם יתברך הוא האלוק מצד עוצם מדרגתו שיושפע ממנה מפני עוצם חכמתו ויכלהו מה שימצא מטוב הסדר והיושר בנמצאות. ואולם הגשם הקדמון אין בו דבר מזה, אבל הוא בתכלית מההעדר ומהטוב בעצמותו, וכבר ימצא שכל מה שקנה יותר מהטוב הוא יותר נכבד, ולזה היה האדם יותר נכבד מהבעל חיים והבעל חיים יותר נכבד מהצמח. ובהיות הענין כן, והיא מבואר כי זה הגשם הוא בתכלית מן החסרון, ואולם השם יתברך הוא בתכלית מן השלמות, הנה אם כן הוא מבואר שאין לזה הגשם השתתפות באלקות כלל, כי הוא יותר רחוק מכל דבר מהשלמות. ובכאן הותר זה הספק ההלציי. והנה הטוב קנו הנמצאות מהשם יתברך, והרע קנו מפני ההתחלה הזאת החמרית מצר חחסרון אשר לה בעצמותה בטבע, וזה מבואר ממה שקדם, ולזת הסכימו רבותינו זכרונם לברכה שהתחלת טוב הוא זולת התחלת הרע, אמרו אין דבר רע יורד מלמעלה, ומה שזה דרכו לא יתכן שיתואר באלקות בשום פנים, וזה מבואר מאד, עד שהאריכות בביאורו מותר.
(ועיין כאן.)

נשלח: זונטאג אפריל 25, 2021 6:54 am
דורך עובדיה
דער אברבנאל אין ספר ראש אמנה פרק טז איז מאריך אין דעם, אז בכלל עיקר ד' איז נכלל בריאת יש מאין הגמור דוקא.

נשלח: זונטאג אפריל 25, 2021 1:15 pm
דורך מי אני
יעצט טרעף איך דאס אז דער רמב״ם האט דאס טאקע שפעטער בפירוש צוגעלייגט צום פערטן עיקר/יסוד דארט אין פי׳ המשניות:
9E72CA84-AF99-4BB7-91AF-3CDEE23319DC.jpeg

דאס איז אויך א שטיקל פירכא צו דר. ליִאוֺ סטראַוּס׳ס טעזע איבער די עסאטערישע אפלערנונג פונעם מורה אז דער רמב״ם האט בעצם יא געהאלטן פון קדמות.

***

דער אור ה׳ (מאמר ג ח״א כלל א פ״ג) ציטירט דעם אויבן-דערמאנטן רלב״ג:
ולא יחויב מהיות הגשם קדמון שיהיה אלוק. שאין האלקות מצד היותו קדמון, אבל מצד עצם מדרגתו, ששפע ממנו הטוב והסדר במציאות. אבל הגשם ההוא הוה בתכלית החסרון והעדר הטוב בעצמותו. ולפי שכל מה שקנה מהטוב יותר, הוא יותר שלם. ולזה היה החי יותר שלם מהצומח, והאדם מהחי, הוה זה הגשם החסר מכל חסר, רחוק מאד מהאלקות.


***

אגב, בנוגע סייקליק מאדעלן דאס שרייבט דער רלב״ג אין מלחמות ה׳ (מאמר ו ח״א פ״י) לגבי דעם אז ״זמן״ איז מחודש ומהנבראות הייבט אָן דעם פרק:
ואחר שהתבאר לנו מהדברים הנמצאים בשמים שהשמים הם הווים בהכרח, הנה ראוי שנחקור אם הזמן הווה או בלתי הווה. וזה כי מזה נעמוד אם היה בכאן עולם אחר עולם, וזה אל לא תכלית , כמו שיאמינו קצת הקודמים. וזה שאם היח מחויב בשמים שיהיו הווים, ובזמן שיהיה קדום, הנה יהיה שם בהכרח עולם אחר עולם, וזה אל לא תבלית. ואם לא היה מחויב בזמן שיהיה קדום, הנח לא יחויב מזה הצד שיהיו בכאן עולמות אחד אחר אחד אין תכלית למספרם. ואם היה בלתי אפשר בזמן שיהיה קדום, הנה יהיה בלתי אפשר שיהיו בכאן עולמות אחד אחר אחד אין תכלית למספרם.
(דער אור ה׳ ציטירט אים אויך דארט אין מאמר ג ח״א כלל א פ״ג ע״ש.)

***

עס איז טאקע נישט די נידון דא אבער עס איז מן המותר ארויסצוברענגען אז די בּיג בּענג איז בוודאי נישט קיין ראיה צו בריאת יש מאין; אויב עפעס איז עס מער א ראיה צו בריאת יש מיש [די מעגליכע סינגולעריטי].

נשלח: מוצ"ש יוני 12, 2021 10:57 pm
דורך מי אני
אבונצר.jpg


***

דער רלב"ג אין מלחמות ה' (מאמר ו ח"א פ"ג) מאכט אוועק סייקליק יוניווערסעס, וכמובן מאכט דאס דער רמב"ם אליין [פאר זיך, נישט בנוגע אריסטו] אויך אוועק (מו"נ ח"ב פ"ל, בנוגע המדרש של בונה עולמות ומחריבן).

נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 12:19 am
דורך berlbalaguleh
מי אני: סוכ"ס. די אלע פארצייטישע גרויסע ידענים און פילאזאפן האבן געגלייבט במציאת הבורא.

ס'איז מיר א חידוש אז ס'האטציך נאך קיינער נישט געטראפן וואס זאלל קענען משלב זיין סיי די טעאריע (און מציאות) פון ..."קריעישן"... מיט די טעאריע פון עוואלושן. ווייל, לפי האמת האט דער אייבישטער אריינגעגעבן א כח אין די בריאה אז ס'זאלל זיך ווייטער ענטוויקלען. נאר נישט לויט די טעאריע פון דארווין. וואס לויט איהם איז דער פראצעס פון אנטוויקלונג א מהלך פון ביליאנען יארן. און אז זאכן זענען געווארן פון זיך אליינס. לאגיש גערעדט איז דאך דאס דער גרעסטער אבסורד.

דארווין איז געווען א חכם און א סייענטיסט. אבער ערגעץ אין מיטן וועג האט ער זיך טועה געווען און גערעדט א סאך נארישקייטן...!

נשלח: דאנערשטאג יולי 08, 2021 7:16 am
דורך מי אני
דאס איז וואס דר. וויליאם לעין קרעיג זאגט אין די קאנטעקסט פאר זיין קאלאם ארגומענט פאר טעאיזם:
Twentieth-century cosmology has witnessed a long series of failed attempts to craft plausible models of the expanding universe that avert the absolute beginning predicted by the standard model. While such theories are possible, it has been the overwhelming verdict of the scientific community than none of them is more probable than the big bang theory. There is no mathematically consistent model that has been so successful in its predictions or as corroborated by the evidence as the traditional big bang theory. For example, some theories, such as the oscillating universe or the chaotic inflationary universe, do have a potentially infinite future but turn out to have only a finite past. Vacuum fluctuation universe theories cannot explain why, if the vacuum was eternal, we do not observe an infinitely old universe. The no-boundary universe proposal of Hartle and Hawking, if interpreted realistically, still involves an absolute origin of the universe even if the universe does not begin in a singularity, as it does in the standard big bang theory. Recently proposed ekpyrotic cyclic universe scenarios based on string theory or M-theory have also been shown not only to be riddled with problems but to imply the very origin of the universe that its proponents sought to avoid. There is no doubt that one who asserts the truth of [the universe began to exist] rests comfortably within the scientific mainstream.

נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 5:32 pm
דורך מי אני
עובדיה האט געשריבן:דער אברבנאל אין ספר ראש אמנה פרק טז איז מאריך אין דעם, אז בכלל עיקר ד' איז נכלל בריאת יש מאין הגמור דוקא.

ער חזר'ט דאס אויך איבער אין אנהויב פון זיין שמים חדשים. עס ווערט צוגעברענגט/געדרוקט אין מו"נ ח"ב פי"ט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 8:30 pm
דורך עובדיה
מי אני האט געשריבן:אין אנהויב פרק חלק אין פי׳ המשניות ביים פערטן יסוד שרייבט דער רמב״ם וז״ל, והוא שנאמין כי זה האחד האמור הוא קדמון בהחלט וכל נמצא זולתו בלתי קדמון בערכו אליו עכ״ל. אפשר קען מען אריינלערנען אז די ״בערכו אליו״ איז נישט שולל בריאת יש מיש מחומר קדמון. דאס איז ענליך צו וואס דער רלב״ג אין מלחמות ה׳, וואס האט טאקע אנגענומען אזוי, זאגט (מאמר ו ח״א פי״ח):
ואולם הספק השלישי [שכבר יחשב שאם היה בכאן דבר קדמון זולתי השם יתברך שיהיה אלוק כמהו] הוא חלוש מאד וזה שלא יחויב, כשהונח זה הגשם קדמון, שיהיה במדרגת השם יתברך עד שיהיה אלוק כמוהו, וזה שאין האלקות לשם יתברך מצד הייתו קדמון ושאר הדברים אינם כן, כי אם היה אפשר שיהיו כל הדברים קודמים, היה גם כן השם יתברך הוא האלוק מצד הנהגתו שאר הדברים ונותנו להם הנמוס והסדר אשר ימצא להם. ובכלל הנה השם יתברך הוא האלוק מצד עוצם מדרגתו שיושפע ממנה מפני עוצם חכמתו ויכלהו מה שימצא מטוב הסדר והיושר בנמצאות. ואולם הגשם הקדמון אין בו דבר מזה, אבל הוא בתכלית מההעדר ומהטוב בעצמותו, וכבר ימצא שכל מה שקנה יותר מהטוב הוא יותר נכבד, ולזה היה האדם יותר נכבד מהבעל חיים והבעל חיים יותר נכבד מהצמח. ובהיות הענין כן, והיא מבואר כי זה הגשם הוא בתכלית מן החסרון, ואולם השם יתברך הוא בתכלית מן השלמות, הנה אם כן הוא מבואר שאין לזה הגשם השתתפות באלקות כלל, כי הוא יותר רחוק מכל דבר מהשלמות. ובכאן הותר זה הספק ההלציי. והנה הטוב קנו הנמצאות מהשם יתברך, והרע קנו מפני ההתחלה הזאת החמרית מצר חחסרון אשר לה בעצמותה בטבע, וזה מבואר ממה שקדם, ולזת הסכימו רבותינו זכרונם לברכה שהתחלת טוב הוא זולת התחלת הרע, אמרו אין דבר רע יורד מלמעלה, ומה שזה דרכו לא יתכן שיתואר באלקות בשום פנים, וזה מבואר מאד, עד שהאריכות בביאורו מותר.
(ועיין כאן.)

די זעלבע נקודה שרייבט ר' יוסף אירגאס אין ספר שומר אמונים ויכוח שני אות כ"ג, צו פארענטפערן שיטת הרמ"ע מפאנו אז בחי' רצון העליון איז "אין סוף" און "קדמון ואין לו התחלה" אזוי ווי דער בעל הרצון אליין כביכול, וואס דער רמ"ק שרייבט אז דאס איז בכלל מאמין בקדמות ובשניות. וז"ל ספר שומר אמונים:
לעניות דעתי נראה שיש להשיב על קושיות הרמ"ק ז"ל, דקושית השניות לא קשיא, כי אין האלהות מצד היותו קדמון, כי אם מצד עוצם מעלתו, שהוא הממציא ומקיים כל הנמצאים, והכל צריכין אליו, והוא אינו צריך לזולתו. וכיון שכן המאמין בקדמות הרצון, לא יאמין בשניות חס וחלילה, שהרי הכל מודים שבעל הרצון מחוייב המציאות מעצמו.

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 4:27 pm
דורך הקטן
הקטן האט געשריבן:עוולוציע (און ביג-בענק) איז שולל קדמות העולם


עוולוציע ציזאמען מיט קדמות העולם פירט צי אן Infinite Regress...

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 5:27 pm
דורך מי אני
יתכן, ואולי איז עס א טרוּאיזם - עס איז אַנטעריארלי אינפיניט איז עס דאך אן אינפיניט ריִגרעס. די שאלה איז צי עס איז "ווישׁאָס" - איז עס מעטאפיזיש אוממעגליך? אין אונזער קאנטעקסט: זענען אקטועלע אינפיניטיס (מעטאפיזיש) אוממעגליך? און אז יא, ווערט דאס טאקע גערעכענט ווי אן אקטועלע אינפיניטי ממש [איז עס ביינאזאם]?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:30 pm
דורך מי אני
דר. ענדרוּ גלאָק שרייבט:
In an excellent analysis of Duran [Efodi] and Maimonides, Menachem Kellner attributes to Duran the belief that resurrection of the dead is logically dependent upon creation and that is why Maimonides did not include the latter as one of the dogmas of Judaism. He then criticizes Duran for not recognizing that if such is the case creation should be the dogma and not resurrection of the dead. Without attempting to interpret what Duran really meant, it seems to me that Kellner is mistaken because believing in creation does not logically obligate one to believe in resurrection. If resurrection is “logically dependent” on creation it must be in a different sense altogether. Perhaps a belief in resurrection (and miracles in general) logically entails a belief in creation (or at least a denial of eternal necessity) and the affirmation of eternal necessity would then obligate one logically to deny miracles. This is my opinion and also that of Seymour Feldman. See his article on creation in Encyclopedia Judaica. If that is the case, then Maimonides’ omission of creation from his list of dogmas makes perfect sense. See M. Kellner, Dogma in Medieval Jewish Thought (New York: Oxford University Press, 1986), p. 58

Re: שיעורים אקעגן עוואלושן פון החכם הרב אביגדור מיללער ז"ל

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 4:07 pm
דורך פרנס החודש
אישתישבי האט געשריבן:ווי עס זעהט אויס איז גאר שווער צו גלייבן בראשית ערשטע פאר פרקים כפשוטו, ווי אויך פרשת נח. פין לך לך און ווייטער איז יא שייך צו גלייבען כפשוטו?

ווי אויך, איז אזוי וויכטיג דער גיין מיט קאפ אין וואנט און זאגן אז עוואלוציע איז א טעות וכו' צו קענען ווייטער אנגיין מיט אידישקייט? אדער איז שייך צו זיין א מודה בעוולוציע און נאכאלץ זיין א שומר תורה ומצוות?

פארוואס האט דער ליבאוויטשער, וואס האט געלערנט אין קאלעדזש און לכאורה געוויסט דער אמת, געמוזט גיין מיט דער שווערע מהלך פין אנלייקענען עוועלאציע?
דאס איז אן אור אלטע פראגע וואס איך האב אויפן ליובאוויטשער: פארוואס האט ער זיך קיינמאל נישט מסביר געווען . ער פלעגט זאגן ראיונות אבער האט קיינמאל נישט מרחיב בדיבור געווען איבער זיינע השקפות. די פראגע איז איבער דעם לויבאוויטשער און נישט עוואלושען.

די מערסט גענוצטע טענה ביי אונזערע עקסטטרעמיסטן איז: דו מיינסט אז אונזערע גדולים האבן דאס נישט געוויסט? די פראגע איז אויב האבן זיי געוויסט און געהאט ענטפערס פארוואס האט קיינער נישט געשריבן איבער דעם?

ווען מען זעט וואס פאסירט ווען איינער ווי אביגדור מיללער באציעט זיך יא צו אזויכע פראגעס, פארשטייט מען פארוואס די אנדערע זענען שטום. זיינע טענות הערן זיך זייער שיין פאר א חדר אינגל אבער פאר אן ערוואקסענער מענטש וואס זוכט ענטפערס איז עס זייער זויער.

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 1:34 pm
דורך מי אני
דר. וואָרען זאב האַרווי שרייבט בנוגע די מדרש בב״ר (א ט) איבער׳ן וויכוח צווישן רבן גמליאל און א פילוסוף, אז בחז״ל איז נישטא די מושג פון דייקא בריאת יש מאַיִן; עס קען זיין מוקדם נאר אז ג-ט האט עס ״באשאפן״ מוקדם:
IMG_4815.jpeg

Re: שיעורים אקעגן עוואלושן פון החכם הרב אביגדור מיללער ז

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 2:35 pm
דורך דיכטער
יישר כח. נישט אייביג קען איך מיך באגענוגן מיט א פשוט'ן לייק.

כ'גלייב נישט איך קען דיך עפעס 'מחדש' זיין אבער דאך וויל איך צולייגן אז איבער דעם שרייבט דער רמב"ם אין מו"נ אז פון דער סיפור הבריאה אליין אין פרשת בראשית קען מען נאכנישט ארויסדרונגען חידוש און עס וואלט נאך געקענט גיין אין איינקלאנג מיט קדמות העולם.
דער מו"נ איז אין ח״ב פכ״ה. קרעדיט: @מי אני.