הפצת אמונה

מחשבה, השקפה ועיון
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: הפצת אמונה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

בין הזמנים קומט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מפיץ אמונה האט געשריבן:כ'זעה אז מיין אונטערנעמונג צו ענטפערן יעדע שאלה באזונדער, איז געווען אומגעראכטן, כ'האב נישט געוואוסט אז כ'גיי דא ווערן באפאלן מיט אלע קושיות.

אבער לאמיר ענטפערן א תשובה כללית, וואס וועט פארענטפערן אלע אדער כאטש רוב שאלות.

1). מ'איז דא אריינגעפארן צו די שאלה איבער קדמות הזוהר, און מ'האט עס אראפגעלייגט כאילו איך האב געזאגט אז עס איז מעיקרי הדת, און אז איך קום דא סטראשען. וועל איך נאכאמאל און ווידער אמאל זאגן וואס כ'האב שוין געזאגט דא עטליכע מאל.
ביטע קוקט צוריק וואס איך האב אלס געשריבן, כ'האב נישט געזאגט אז איינער איז מחוייב צו אננעמען דעת הגרח"ק אדער הגריש"א אין די נושא, כ'האב נאר אריינגעווארפן בסוגריים, אז עס זענען דא אנדערע וואס האלטן אז עס איז מעיקרי הדת, אבער איך זאג קלאר אז איך האלט נישט אזוי, ביי מיר איז הגר"י קאפח געווען פונקט אזא מאמין ווי הגרי"ש אלישיב, און אפילו איינער וואס לייקנט אפ די גאנצע קבלה (נישט נאר קדמות הזוהר) ווערט נאך אלס באטראכט ביי מיר ווי א מאמין כל זמן ער גלייבט אין די י"ג עיקרים.

2). אמונה פשוטה איז אקעגנזאץ צו אמונה ע"פ חקירה, דערפאר איינער וואס האט ספיקות, קען נישט זאגן אז ער גלייבט באמונה פשוטה (כ'זאג עס נישט אלס א חיסרון, כ'זאג עס אלס א פאקט, פשוט טייטש פון אמונה פשוטה מיינט: "איך בין א נאר און איך גלייב", אדער לכל הפחות "לבי אומר לי אז עס איז אמת"). און כ'האב שוין כמה פעמים געפרעגט מה נשתנה אלע אנדערע אידאלאגיעס וואס איהר האט נישט קיין פראבלעם אז איינער גלייבט אין זיי באמונה פשוטה אן קיין חקירות, און פונקט דא מיט די אמיתות התורה, האלט איהר אז איינער וואס גלייבט דערין באמונה פשוטה איז עפעס א חסרון?


זעט אויס אז אונזער נאז [מ]פיצ'ער האט פארגעסן פון רבי יהושע'ס ווערטער צו רבן גמליאל: האיך יכול החי להכחיש את החי. אבער כדי דער עולם זאל וויסן מיט וועם מ'האנדלט, ברענג איך אראפ ווערטער פון זיין ערשטע תגובה, וירא הקהל וישפוט:
מפיץ אמונה האט געשריבן: צום אלעמען ערשט, וויל איך מקדים זיין, פאר די וועלכע טענה׳ן אז זיי זענען ״נאר״ אויפגעקלערט, זיי גלייבן אין די י״ג עיקרים, אבער זיי זענען מפקפק אין די קדמות הזוהר (למשל). וויל איך קלאר מאכן, אז עס וועט נישט נעמען לאנג ביז איהר וועט זיך טרעפן אפגעזעקלט פון אלעם, (אויב האלט איהר נאכנישט דארטן - רחמנא לישזבן). די מינוט וואס א איד איז מטיל ספק אין אמונה פשוטה, אדער ער פראבירט זיך איבערקליגן, אין לדבר סוף, ותוצאותיו מי ישורנה.

יעצט ליינט איבער זיינע צוויי אויבנדערמאנטע פונקטן, און זאגסט מיר צו מיר האנדלן דא מיט א... [פילט אליינס אריין דעם טיטל].
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]יישר כח גדול ונורא צו הרב מפיץ פארן באלייכטן די שטיבל מיט זיינע דברים קילורין לעיניים. דאכציך זייט די שטיבל שטייט איז נאך נישט געווען קיינער וואס איז געווען אזוי קלאר מיט די אמונה און עס אזוי שיין צולייגט ווי דו. עס איז מיר נישט קיין שום ספק אז ווער עס וועט ליינען זיינע רייד מיט דארשט אן קיין ליצנות וועט אים אויפגעלאכטן ווערן די אמונה אין זיינע אויגן. מיך אליינס זענען שוין עטליכע הארבע ענינים וואס איך מוטשע מיך שוין דערמיט א לאנגע צייט יעצט אויסגעקלארט געווארן נאכן ליינען דיינע ראציאנאלע און פעסטע תגובות. תחזקנה ידיכם! עס זעהט זיך אן אז איר האט אסאך עקספיריענס אין דער פעלד. דיין אנוועזנהייט איז מיים קרים פאר די גאנצע שטיבל.

יעצט אז מ'האט שוין פארענטפערט די אמונה בה' און מעמד הר סיני לאמיר גיין צו די נעקסטע טעמעס.
1) תורה מסיני, ספעציפיש תורה שבע"פ עד סוף כל הדורות.
2) די האלעקאוסט.

יישר כח פון פאראויס. די זכות זאל אייך ביישטיין.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

וואס יא ?!

שליחה דורך ירא שמים »

ערנסטערהייט רבותי וואס איז טאקע די תי' ?,
אויף אמונה פשוטה וואו ר' מפיץ זאגט הרגשה בלב קען מען דאך זאגן איינרעדעניש ,
ווידער אז מגייט מיט ראציאנאל מוכיח זיין איז אויך דא קשיות ,
כמיין סבלייבט נישט איבער קיין עצה נאר פונ'ם מהר"ם חגיז זאגן אזוי וויל איך און פארטיג ( וואס דאס איז גוט פאר איינער וואס וויל ),
נישט אזוי [tag]שיטה מקובצת[/tag] ? איינער האט א בעסערע עצה ?
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: הפצת אמונה

שליחה דורך chaims »

גערעכט איך פלעג אמאל האלטען אז אמונה איז תלוי אין שכל אבער היינו האלט איך אז עס איז ריין הרגש
נישט אז דאס מאכט עס נישט מער אדער ווייניגער אבער מיט לאגיק איז לכאורה נישט שייך מוכיח צו זיין
וכן קיבלתי מאיש חשוב מאוד מאמין גדול

I can't believe I just said that...
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: הפצת אמונה

שליחה דורך דעת תורה »

דאס שטייט אין חזו"א, אמונה אדער כפירה איז א חילוק פון א נטיה דקה בלב.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: הפצת אמונה

שליחה דורך ירא שמים »

[tag]chaims[/tag]דו גיבסט מיר גערעכט אבער דו זאגסט עפעס אנדערש איך האב גערדערט פון רצון און דו פון רגש סאיז א חילוק ,
ולהבקיאים בחסידות חב״ד יודעים שמוחין למעלה ממדות אבל רצון למעלה ממוחין כבין גערעכט [tag]ונבנתה העיר[/tag] ?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ירא שמים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: הפצת אמונה

שליחה דורך ירא שמים »

דעת תורה האט געשריבן:דאס שטייט אין חזו"א, אמונה אדער כפירה איז א חילוק פון א נטיה דקה בלב.
אז בוסט צוגעקומען צו אמונה מיטן שכל בלייבט עס ווייטער א הארץ זאך סאיז נאר אז די שכל האט עס אריינגעזעצט אין הארץ ווייל די הארץ איז דער וואס נעמט עס אהן די נושא דא איז אבער וואוזוי קומט מען צו צודעם לכתחילה.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ירא שמים האט געשריבן:ערנסטערהייט רבותי וואס איז טאקע די תי' ?,
אויף אמונה פשוטה וואו ר' מפיץ זאגט הרגשה בלב קען מען דאך זאגן איינרעדעניש ,
ווידער אז מגייט מיט ראציאנאל מוכיח זיין איז אויך דא קשיות ,
כמיין סבלייבט נישט איבער קיין עצה נאר פונ'ם מהר"ם חגיז זאגן אזוי וויל איך און פארטיג ( וואס דאס איז גוט פאר איינער וואס וויל ),
נישט אזוי [tag]שיטה מקובצת[/tag] ? איינער האט א בעסערע עצה ?

ירא שמים אויב ביסטו אינטרעסירט אין א ערנסטע שמועס אויף די נושא, זיי מעיין אין די אשכול וואס איך האב צוגעצייכנט, דארט זענען די ענינים געווארן זייער שיין אויסגעשמועסט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: הפצת אמונה

שליחה דורך ירא שמים »

געוואלדיג כהאב נישט קיין כח און קיין נערוון דורכצוגיין פופצן בלעטער , זאג מיר נאר בקיצור נמרץ בנוגע צי וואס איך האב געפרעגט.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: הפצת אמונה

שליחה דורך ירא שמים »

אויב עפעס די אשכולhttp://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=4049
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ירא שמים האט געשריבן:געוואלדיג כהאב נישט קיין כח און קיין נערוון דורכצוגיין פופצן בלעטער , זאג מיר נאר בקיצור נמרץ בנוגע צי וואס איך האב געפרעגט.

וואס מיינסטו, דו האסט נישט געדולד צו ליינען אוט איך האב יא געדולד צו שרייבן... :lol:
ערנסט גערעדט עס נעמט ארום כמעט יעדע נקודה פון אמונה און שמועסט דאס אויס שיין צווישן די אריות שבחבורה, טעמו וראו כי טוב.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לעצטענס געטראפן א מציבה, וכה כתוב שם:

[center]פ. נ.

מים עמוקים ידלם איש תבונה
פרץ שערי ק"ש בדעה שנונה
יעמוד מחשבתו הטובה נפשו לחוננה
צדיק מצרה נחלץ מחברינו להתגוננה


ה"ה רבינו הגאון הגדול המכונה 'המפיץ',
אשר שחל"ח ונעקד"ה באדמות זרים לא לו, בארצות הקאווע שטיבל. הי"ד.

ת.נ.צ.ב.ה.[/center]
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

גיב איבער די אינפארמאציע פאר יונה לאנדא :lol:
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:לעצטענס געטראפן א מציבה, וכה כתוב שם:

[center]פ. נ.

מים עמוקים ידלם איש תבונה
פרץ שערי ק"ש בדעה שנונה
יעמוד מחשבתו הטובה נפשו לחוננה
צדיק מצרה נחלץ מחברינו להתגוננה


ה"ה רבינו הגאון הגדול המכונה 'המפיץ',
אשר שחל"ח ונעקד"ה באדמות זרים לא לו, בארצות הקאווע שטיבל. הי"ד.

ת.נ.צ.ב.ה.[/center]

געוואלדיג האט געשריבן:גיב איבער די אינפארמאציע פאר יונה לאנדא :lol:

ביי דעם ציון איז זייער מסוגל צו לאכן... :לאךהויך: :דמיונות: :לאךהויך: :דמיונות: :לאךהויך:
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

נאכאמאל אויפגענימען שיין א נייער ניק :o
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאצקע ציקער האט געשריבן:נאכאמאל אויפגענימען שיין א נייער ניק :o

ס'ווענדט זיך אסאך צו דער נייער ניק שרייבט שיין און צום זאך.
אן אויבער-חכם וואס איז קלוגער פון יעדן, אבער שרייבט נישט צום זאך, באקומט צום סוף א מציבה.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: הפצת אמונה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס איז נישט נאר ווייל ער האט געשריבען נערישקייטען. איינער וואס קומט צו זיין א חלק פונ'ם שמועס מיט זיין אייגענארטיגע שטאנדפונקט איז שיין אויפגענומען. איינער וואס קומט מיט זיין נאז אין דער לופט, גרייט צו ראטעווען די ק''ש בלאנדזשער'ס מיט זיין בעסערע פארשטאנד און הויפענע'ס 'גדולים' איז דער וואס קומט שפייען אויף אלטע ניק'ן, וואס זענען נישט ווייניגער ווי נייער. און דרך אגב, אדנירם איז אויך גאנץ ניי דא און קוק וויפיל לייק'ס ער האט און ווי ער ווערט אנגענומען
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
בן חכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 26, 2015 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך בן חכמוני »

קריסטאפער קאלאמבוס אנטדעקט אמעריקע. ער מיט זיין מאנשאפט שפאצירן מאכטלאז אראפ פון זייערע שיפן, פאלן צו די קניען און מיט טרערן פון פרייד קושן די ערד פון די נייע וועלט וואס האט זיך פאר זיי אנטפלעקט.

אלע וועלטליכע קעניגרייכן שיקן געשווינד אהין עקספעדיציעס מיט שיפן און מיליטערלייט; יעדער וויל דאך זיין דער וואס וועט זיך פארזיכערן דאס שענסטע טייל פונעם נאר-וואס אנטדעקטן קאנטינענט.

הונדערטער יארן שפעטער, א גרופע אויפגעקלערטע פיליזאפיקער און נאציאנאליסטן קערן זיך ארויף אויפן אויבערפלאך און צושטויסן דעם גאנצן מושג פון א קעניג. זיי דערקלערן זיך זעלבסטשטענדיג פונעם ענגלישן טראן און אנערקענען פונדאמענטאלע אומרירבארע רעכטן פאר יעדע בר נש. נאך בלוטיגע קאמפן ערצייגן זיי די ערשטע רעגירונג אונטער א קאנסטיטוציע.

נאך א יובל יארן שטייט דאס יונג לענדל פריש פאר קריג, דאסמאל צוליב איר איינזעהעניש אין די אומרעכט פון קנעכטשאפט. אין אן אויסקלארענדע מאמענט דערקלערט דער פרעזידענט פונעם לאנד קריג קעגן זיינע אייגענע ברודער, געווינט און שטופט דורך אן אמענדמענט צום קאנסטיטוציע וואס פארבאט קנעכטשאפט און פארבאט די קלענערע שטאטן פון אוועקנעמען געוויסע רעכטן פון סיי וועם.

דאס איז די אנהייב היסטאריע פון אונזער גאסט-לאנד, די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, געשילדערט אין קורצן.

דער סקעפטיקער וואס זאגט אז די גאנצע געשיכטע הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס, זאגט גארנישט. ער איז פונקט ווי דער פלאצקע וואסער טרעגער וואס פראקלאמירט אז ער קען מאכן איינס מיט איינס דריי. ביידע זאגן עפעס מיט זייער מויל אבער זאגן באמת גארנישט. די וועלט האט זיך נישט אנגעהויבן ווען דער סקעפטיקער איז געבוירן געווארן. עס איז נישט נאר די עלטער זיידע פונעם סקעפטיקער וואס פארציילט אים אז ער איז 90 יאר אלט און ער געדענקט נאך פלוני אלמוני וואס האט געזעהן וואשינגטאן; עס זענען דא נאך עטליכע מיליאנען זיידעס וואס פארציילן וואס זיי האבן מיטגעלעבט, זייערע קינדער זענען אין די רעגירונג וואס ער האט אויפגעשטעלט, זענען דן אין זיינע ווערטער ארויף אדער אראפ: מציאות! מענטשהייט איז איין לאנגע קייט ארויף ביז איר אנהייב. אונז היינט, הגם אונז זעה מיר נישט וואשינגטאן צו קאלאמבוס פאר די אויגן, לעבן מיט מיט זיי! זיי האבן אנגעהויבן די אמעריקאנע רעגירונג, עס איבערגעלאזט פאר זייערע קינדער און זיי פאר זייערע, פאר זייערע, פאר זייערע א.א.וו. ביז היינט.

און ניין. עס איז אפי' נישט פשט אז עס ליגט ענדערש אויפן סקעפטיקער אויפצעווייזן אז גאנץ געזעלשאפט זאגט ליגנט; דעס איז אויך אמת, אבער עס איז סאך טיפער און פשוט'ער. מיין זיידע האט מיר דערציילט פון זיין זיידע וואס האט פארציילט פון זיין זיידע והלאה, מיין שכן'ס זיידע האט אויך דערציילט פון זיין זיידע וואס האט דערציילט פון זיידע און ארויף, מיין זיידע איז מעיד אויף זיין זיידע, און זיין זיידע אויף מיין זיידע, און אזוי ציט זיך גאנץ מענטשהייט פון איר גרינדונג. זאגן אז זיי זענען אלע ליגנערס איז כמעט ווי זאגן "ווייז מיר אויף דו לעבסט"! איי, איך לעב דאך פארנט פון דיין נאז? "נע! דו מיינסט נאר.. עכט לעבסטע נישט". אזא שפיל איז גאר גוט פאר קינדער, אבער דארף ווען נישט תופס מקום זיין ביי ערוואקסענע מענטשן.

די זעלבע מיט יודישע היסטאריע. אונזער היסטאריע איז זייער ענליך צו אמעריקע'ס.

אדם הראשון טרעפט זיך אויף די וועלט. ער קוקט זיך אום און זעהט א הערליכע פאנאראמע ארום אים. ביימער פון וועלכע עס שפראצן נארהאפטיגע פרוכטן, טייכן פון וועלכע עס פליסן ציכטיג ריינע קאלטע וואסער, נייע באשאפענע פייגעלעך טשיפטשען אים פון די לופטן; עס הערשט א געשמאקקייט.

יארן שפעטער, זיינע אייניקלעך פארשפרייטן זיך איבער די וועלט. אלע זוכן די שענסטע און בעסטע, קריגערייען ברעכן פון צייט צו צייט אויס און דער פארלירער ציט זיך זוכן א צווייט פלאץ.

נאך א טויזענט מיט נאך יאר קומט אן אברהם אבינו און מאכט א מהפיכה. "ס'דא א באשעפער אויף די וועלט", פראקלאמירט ער. גאנצע מלוכות פארן און רודערן, עס איז די געשפרעך פון טאג. נמרוד פראבירט אים צו עלימינירן, אבער ליידט בזיונות ווען די פייער שעדיגט נישט אברהם'ן.

אברהם האט א קינד ביי די הונדערט מיט זיין אלטע ווייב, ער שטעלט אויף א פאמיליע און עס וואקסן שוין אויף צוועלף געבענטשטע קינדערלעך. זיי מאכן אייגענע פאמיליעס און פארמערן זיך אין די גרויסמאכט מצרים. דער קעניג דארט האלט עס נישט אויס און ער דערנידערט די בני יעקב צו טירד-קלעס סיטיזענס און באפעלט אריינווארפן זייערע קינדער אין ים אריין. זיינע פלענער צופאלן, אבער און צום סוף זינקט ער אין די טיפענישן פונעם ים סוף.

און דא קומט (להבדיל) דער פערצנטער אמענדמענט, דער באשעפער - אין וועם די זיידע אברהם האט יארן צוריק אנערקענט - וויל זיך בכבודו אנטפלעקן פאר זיינע אייניקלעך און זיי איבערגעבן את המעשה אשר יעשון. כלל ישראל גרייט זיך מיט די פאסיגע צוגרייטונגען און האט די זכיה צו 'זעהן' פני כבודו יתברך. זיי הערן אלע בענאזאם דעם מעכטיגן איבערמענטשליכע שטימע אויסשרייען "אנכי ה' אלקיך", זיי ציטערן פאר זייער לעבן און בעטן ביי משה רבינו ער זאל איבערנעמען אויף וואס דער באשעפער ענטפערט "מי יתן והיה לבבם זה ליראה אותי כל הימים".

דאס אלעס איז עינינו ראינו! עינינו טייטש "אונזער" אויגן. אונזערע אויגן האבן עס געזעהן, און נישט נאר צוליב דרשות חז"ל אז די נשמות זענען דארט געווען. היסטאריע איז continuous. עס לעבט די גאנצע צייט ווי איין לאנגע קייט וואס פארבינדט אלע באים אחריהם און וואס מאכט דער ביים סוף דער זעלבע ערשטער.

ליארעמט אבער דער בן החכם, "וואס איז אנדערש די מעשה מיט ישוע הנוצרי? ער האט אויך געמאכט מופתים פארנט פון פולע"! א פיינע פראגע, אבער נישט אויף צו וועגן דעם שליידערן דעם קאפ אין וואנט און ציען א מאדנע מסקנא וואס מען קען פונקט אזוי נוצן אפצולייקענען נאצי דייטשלאנד'ס גרויליגע, הימל-שרייענדע פארברעכנס.

די ריכטיגע תירוץ אויף די פראגע איז אז עס הייבט זיך נישט אן. ווער לייקענט אז ישוע האט געמאכט מופתים און מסית געווען מאסן צו אמונה בשיתוף? אדרבה, אין מיין גמרא שטייט די מעשה. נישט ממש מיט אלע דעטאלן ווי עס שטייט ביי זיי, אבער גענוג ארויסצוהאבן דעם פיקטשער. פאקטישע פאסירונגען קען קיינער נישט לייקענען ווי פריער ערקלערט און אויך טוט קיינער פראבירן עס צו לייקענען.

איי פארוואס נעם איך נישט אויב אזוי אן זיינע 'נביאות'? זייער סימפל. צוויי שפיצן: א) מופתים זענען נישט קיין ראיות. די יודן אין מדבר האבן נישט געגלייבט געהעריג אין משה רבינו ביז מתן תורה. א בפירושע פסוק פאר מתן תורה ווי דער אויבערשטער זאגט פאר משה אז נאך מתן תורה "גם בך יאמינו לעולם". מופתים זענען שוואכע באווייזן, ווארום זיי קענען מעגליך זיין אחיזת עינים. פליעט ער ארויף אין הימל, איז וואס? זענען דא עטליכע 'מעדזשישענס' וואס באווייזן דעם קונץ היינט צוטאגס. ב) אונז האב מיר וועגן דעם טאקע 'געזעהן' קודשא בריך הוא אליין, און אונז האמיר אים געזעהן דערקלערן משה רבינו נביא ה'. צו איבערקומען זיין ווארט דארף מען נאך א התגלות ממנו יתברך. און אויף איינער וואס קומט זאגן אז ער איז א נביא האט משה רבינו - ע"פ ה' - אוועקגעשטעלט אז ער ווערט נאר באגלייבט אויב ער איז מוחזק אלץ אן ערליכער מאן און ער קומט מחזיק זיין תורת משה. ישוע איז געווען א טעקסט בוק נביא שקר! די געשיכטע אז ער האט זיך דערקלערט גאט'ס זון איז אמת און ער האט זיך מיט דעם זעלבסט אריינגעשטעלט אלץ נביא שקר. גאט'ס זון? עפרא לפומיה. צענדליגע מאל ווערט אין די תורה קלארגעשטעלט אז געטליכקייט איז נאר דא אין איינעם, איך זאל נאך אננעמען זיינע חזיונות אלץ אמת? און ווי ער האט געטוישט פילע מצוות, אלעס קעגן וואס מיינט א נביא אמת און אלעס וואס די תורה ווארנט אין ראה מ׳זאל נישט גלייבן כי מנסה ה' אלקיכם אתכם.
די זעלבע מיט דעם איסלאמישע משוגע'נער. נעמט די גאנצע תורה אין דרייט עס אויס וויאזוי ער וויל. נאר א נאר אדער איינער מיט אן אגענדע קען אננעמען זיין ווערסיע אלץ אמת.

און אפשר האט משה רבינו געסטעידזשד די גאנצע מתן תורה? אלעס איז בלויז געווען א שפיל און אחיזת עינים? דאס קומט ווידער צוריק צו די פוינט אז אונז האמיר 'געזעהן' דעם אויבערשטן. זעהן דעם אויבערשטן איז נישט קיין מציאות. א גאט איז אינדרויסן פון מציאות אדם אז ער זאל קענען געזעהן ווערן. משה רבינו אליין זאגט כי לא ראיתם כל תמונה. נאר וואס? וואס אונז האב מיר דארט יא מיטגעהאלטן איז געווען אן אלטימעיט אנערקענונג אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, ער האט איר באשאפן און ער פירט איר. די געטליכע אנטפלעקונג דארט האט נישט געלאזט קיין ספיקות אין קיינעם וואס דארט האט זיך אפגעשפילט און דאס וואס אונזער היסטאריע - וואס איז אונזער מציאות - פארציילט אונז.

און, סתם שכל, וועים האט אזא געלונגענע כישוף מאכער דא פראבירט צו געפעלן? וויפיל מאל האבן אים די מאסן שיעור נישט געלינטשט? ביי די מרגלים, ביי קרח. קרח פארפירט און משה וויינט. לייג אים אוועק! נאאא.. בוקר ויודע ה'. אלעס דעם אויבערשטן. נעם די הנהגה אליין! פארוואס גייסטו אריין אין א מדבר שממה ווען דו קענסט פירן א ריזן מלוכה? און נאך אלעם בלייבט ער ליגן אין מדבר. ס'מאכט פלעין נישט קיין סענס.

כן נראה לי, און נישט אז אמונה איז פלעין א פילינג ארויף אדער אראפ.
The heart has its reasons of which reason knows nothing.
Pascal -
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: הפצת אמונה

שליחה דורך ירא שמים »

אמונה אין משה שטייט שוין פאר מתן תורה ויאמן העם אין מצרים נאך אין ביי קריעת ים סוף ויאמינו בה׳ ובמשה עבדו .
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רמב"ם הל' יסוה''ת פ"ח ה"א
משה רבינו לא האמינו בו ישראל מפני האותות שעשה שהמאמין על פי האותות יש בלבו
דופי שאפשר שיעשה האות בלט וכשוף אלא כל האותות שעשה משה במדבר לפי הצורך
עשאם לא להביא ראיה על הנבואה היה צריך להשקיע את המצריים קרע את הים והצלילן
בתוכו צרכנו למזון הוריד לנו את המן צמאו בקע להן את האבן כפרו בו עדת קרח בלעה
אותן הארץ וכן שאר כל האותות ובמה האמינו בו במעמד הר סיני שעינינו ראו ולא זר
ואזנינו שמעו ולא אחר האש והקולות והלפידים והוא נגש אל הערפל והקול מדבר אליו ואנו
שומעים משה משה לך אמור להן כך וכך וכן הוא אומר פנים בפנים דבר ה ' עמכם ונאמר
לא את אבותינו כרת ה ' את הברית הזאת ומנין שמעמד הר סיני לבדו היא הראיה לנבואתו
שהיא אמת שאין בו דופי שנאמר הנה אנכי בא אליך בעב הענן בעבור ישמע העם בדברי
עמך וגם בך יאמינו לעולם מכלל שקודם דבר זה לא האמינו בו נאמנות שהיא עומדת
לעולם אלא נאמנות שיש אחריה הרהור ומחשבה
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

משה חזרט אלעס איבער אין זאגט איר האט אלעס געזען
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

diff האט געשריבן:משה חזרט אלעס איבער אין זאגט איר האט אלעס געזען

דו פרעגסט? דו זאגסט? דו ענטפערסט? זיי זיך מסביר איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארשפארט