בלאט 1 פון 1

ספר יונה היה ונברא, או משל היה

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 10:54 pm
דורך מיימון
אויף דעם פורום עצור כאן חושבים האב איך אקארשט געזען א שמועס איבער דעם ספר יונה וואס מען ליינט יום כיפור, איינער איז דארט מציע א מאדנע פארשלאג אז נאך דעם וואס עס שטייט ויונה ירד אל ירכתי הספינה וישכב וירדם דארף מען צולייגן "ויחלום" און נאך די מעשה מיטן פיש זאל שטיין "ויקץ"...

האב איך זיך דערמאנט פון צוויי מראי מקומות דערוועגן איינס איז עפעס א מאדנע ספר תשובת אד"כ וואס ברענגט אזוי בשם א ספר פלג חיים וואס האט לכאורה קיינמאל נישט עקזיסטירט. איך האב נישט קיין מושג ווער עס איז דער מחבר און וואס איז זיין ציל (א צווייטער בשמים ראש?).

א צווייטער מקור איז וואס איך האב לעצטנס געזען מאכנדיג פארש ארבעט פאר מיין פראיעקט פון חכמות חיצוניות. איבער א געוויסן ר' זרחיה חן פון איטאליע וואס האט אויסגערופן קריטיק אפילו צווישן די מעריצי הרמב"ם צוליב זיינע ראדיקאלע שטעלונגען ווי צב"ש אז ספר יונה איז בלויז א משל

און צום לעצט פארשטייט זיך מיין פעיוואריט אוצר השמות שמועסט שיין איבער דעם ענין

Re: ספר יונה היה ונברא, או משל היה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 1:17 am
דורך קל וחומר
ע"פ דרך הטבע קען מען נישט לעבן אין דאס בויך פון א פיש, ווארום עס איז דארט קיין אקסעגין ניט פארהאן, מידעך זיין אז ס'געשען א נס און ער האט געהאט אן אקסעגין טאנק, השתא דאתית להכי וואלט ער נישט געדארפט אריינגיין אין א פיש, אלא על כרחך אז ס'געווען א חלום.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 1:36 am
דורך רביה''ק זי''ע
די תורה קענסטו זאגן אויף אסאך מעשיות פון די תורה, און אויך פון אלע אנדערע רעליגיעס.

גראדע אין אזא פאל וואלט אן אקסידשען טאנק גארנישט געהאלפן, ער וואלט צומאלן געווארן פון די עסיד אין די פיש'ס מאגן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 2:14 am
דורך גדליה
כמיין מקען זאגן אז די חלק פון די פיש איז געווען במראה הנבואה, כעין מה שכתב הרמב"ם על שאר עובדות מוזרים בתנך, ראה רמב"ן ריש וירא
מיט דעם ווערט אויך פארשטענדליך פארוואס אין די תפילה פון יונה ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט איבער'ן דג
ועל דרך האמת יש לומר אז סאיז כדאי צו פארוויקלען די גאנצע טיפע מעסעזש פון יונה אין אזא מאדנע מעשה, ווייל די פשוטע מענטשן האבען הנאה פון א שיינע פאני פאנטאסטישע מעשה און דאס פארקירעוועט זייער אטענשאן אזוי אז נאר די וואס דארפן פארשטיין זאלען פארשטיין, והמשכיל יבין.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 8:06 am
דורך ונתנהתוקף
וכבר אמר החכם, דער וואס פארשטייט פארשטייט.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 06, 2018 10:41 pm
דורך berlbalaguleh
קל וחומר האט געשריבן:ע"פ דרך הטבע קען מען נישט לעבן אין דאס בויך פון א פיש, ווארום עס איז דארט קיין אקסעגין ניט פארהאן, מידעך זיין אז ס'געשען א נס און ער האט געהאט אן אקסעגין טאנק, השתא דאתית להכי וואלט ער נישט געדארפט אריינגיין אין א פיש, אלא על כרחך אז ס'געווען א חלום.

קל וחומר: לאמיך דיר עפעס זאגן. דו גייסט אויפ'ן דרך פון די ..."ביבל קריטיקער"... (די פסעוודא-אינטעלעקטואללן ווי שבת אחים זז"ג. וועללן מסתמא אויפווייזן אז דער בעל עגלה איז אן עם הארץ און ער ווייסט נישט אז מ'ספעללט בייבל מיט צוויי יוד'ן. אט דערפאר זענען זיי פסעוודא-אינטעלעקטואללן. ווייל זיי ווייסן נישט אז אויף דויטש זאגט מען עס ארויס ביבל. און די אריגינאלע קריטיקירער פון די תוה"ק זענען געקומען פון דויטשלאנד. די רעפארמערס און אנדערע אפיקורסים ומינים.). ווייל דו האסט 2 ברירות. אדער גלייבן די ווערטער וועלכע שטייען געשריבן אין תנ"ך ככתבם וכלשונם. אדער קענסטו זיי לייגן אונטער א מייקראסקאפ. און אפפרעגן אפילו קבלת התורה און יציאת מצרים אויכעט...וא"כ אין לדבר סוף. זעמיר אויף איין מדריגה מיט די אלע מינים ואפיקורסים. האטציך אלעס אויפגעהערט...!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 5:15 am
דורך אגרות צפון
בכת"ה דו וואלסט אנגערופן די רמב"ם א ביבל קריטיקירער?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 12:08 pm
דורך berlbalaguleh
אגרות צפון: דער רמב"ם איז אין א געוויסן זין געווען א..."ביבל קריטיקער"...אבער ער האט געוואוסט וואס יא אנצונעמען און וואס נישט. משא"כ די קלאסישע ביבל קריטיקער זענען געווען א טייל פונ'ם רעפארמיסטישן שטראם אין דייטשלאנד. און זיי האבן אפגעפרעגט די גאנצע תורה. זייער קריטיק איז נישט געקומען מכח אן אמת'ע אינטערעס צו פארשטיין און צו וויסן. זייער קריטיק איז געקומען ווייל זיי האבן געהאלטן אז די גאנצע תורה איז (ח"ו) פאלש...זיי האבן געזוכט זיך צו דערנענטערן און נאכצומאכן דאס קריסטענדום. און אין די זעלבע צייט האבן זיי (מעטאפאריש) געשפיגן אויף די תורה און די אידישע אמונה...!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 1:51 am
דורך מיימון
יעקב רייפמאן האט גאר א מדרש וואס האלט אז עס איז נאר א משל דא

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 12:50 am
דורך מיימון
יעצט האב איך געטראפן א מאמר פון דעם חוקר ההשכלה משה פלאי אויף דעם ענין פון ספר יונה דא

דא איז דער פעידזש פון משה פלאי וואו אלע זיינע מאמרים זענען אוועילעבל אנליין, זייער אינטערעסאנט פאר ווער עס איז אינטערעסירט אין מחקר ההשכלה.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 4:04 pm
דורך מי אני
אגוסטין האט טאקע געשריבן:
[left]The last question proposed is concerning Jonah, and it is put as if it were not from Porphyry, but as being a standing subject of ridicule among the Pagans; for his words are: "In the next place, what are we to believe concerning Jonah, who is said to have been three days in a whale's belly? The thing is utterly improbable and incredible, that a man swallowed with his clothes on should have existed in the inside of a fish. If, however, the story is figurative, be pleased to explain it. Again, what is meant by the story that a gourd sprang up above the head of Jonah after he was vomited by the fish? What was the cause of this gourd's growth?" Questions such as these I have seen discussed by Pagans amidst loud laughter, and with great scorn[/left]

ער גייט מיט די נוצרישע מהלך פון טייפּאלאגיע.

ומענין לענין באותו ענין עפ״י חקרי הביקורת איז די משל דערין פאר די אודיענץ און תקופה פאר וועמען עס איז געשריבן געווארן נאך טיפער. פון דר. דזשעימס קרענשׁאָ:
B9EFE72C-B361-4545-AD94-76E5A92DFF41.jpeg

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 6:25 pm
דורך תוהו ובוהו
מיימון האט געשריבן:אויף דעם פורום עצור כאן חושבים האב איך אקארשט געזען א שמועס איבער דעם ספר יונה וואס מען ליינט יום כיפור, איינער איז דארט מציע א מאדנע פארשלאג אז נאך דעם וואס עס שטייט ויונה ירד אל ירכתי הספינה וישכב וירדם דארף מען צולייגן "ויחלום" און נאך די מעשה מיטן פיש זאל שטיין "ויקץ"...

האב איך זיך דערמאנט פון צוויי מראי מקומות דערוועגן איינס איז עפעס א מאדנע ספר תשובת אד"כ וואס ברענגט אזוי בשם א ספר פלג חיים וואס האט לכאורה קיינמאל נישט עקזיסטירט. איך האב נישט קיין מושג ווער עס איז דער מחבר און וואס איז זיין ציל (א צווייטער בשמים ראש?).

פירוש ר"י אבן כספי על יונה
ודע עוד כי יש סברות בכל הספור הזה, רוצה לומר מכאן עד ויקא את יונה אל היבשה (יונה ב׳:י״א), כי יש שאומרים, שהיה כלו בהקיץ, ויש אומרים שהיה כלו בחלום ובמראה נבואה ובאור כל זה אוצר י״י יבוא. אבל אפרש הענינים כמשמעם.

לכאורה מיינט ער אז דאס גאנצע סיפור איז בחלום און ער איז בכלל נישט ארויף אויף קיין שיף, אנדערש ווי דער אנגעבליכער 'פלג חיים' אז ער האט גע'חלום'ט אינעם שיף.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 6:26 pm
דורך תוהו ובוהו
קל וחומר האט געשריבן:ע"פ דרך הטבע קען מען נישט לעבן אין דאס בויך פון א פיש, ווארום עס איז דארט קיין אקסעגין ניט פארהאן, מידעך זיין אז ס'געשען א נס

אבן עזרא יונה ב
אין כח באדם לחיות במעי הדגה כפי שעה, ואף כי זה המספר, רק במעשה נס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 7:18 pm
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די תורה קענסטו זאגן אויף אסאך מעשיות פון די תורה, און אויך פון אלע אנדערע רעליגיעס.

גראדע אין אזא פאל וואלט אן אקסידשען טאנק גארנישט געהאלפן, ער וואלט צומאלן געווארן פון די עסיד אין די פיש'ס מאגן.


אבוויעסלי, ארבעט נישט די עסיד ווי געהעריגע בליטש. סיי ווייל בליטש פארברענט נישט מאכלים אזוי שנעל, און סיי פון די אנדערע זייט ווייל בליטש הרג'ט אוועק די גוף פון א מענטש, און עסיד נישט. קען זיין ס'האט ווייס געמאכט די שווארצע הויזען און אויס געברענט לעכער, אבער צום עצם גוף, מאיזה סיבה, טבע אדער נס, שפילט עס אנדערש, פונקט אזוי ווי די עסיד פארברענט נישט די בויך גופא.

קרעדיט: ר' אביגדור מילער.

Re: ספר יונה היה ונברא, או משל היה

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:36 pm
דורך חתן בחור
די סיבה פארוואס די בויך זעלבסט ווערט נישט פארברענט פונעם עסיד, איז וויבאלד די בויך פראדעצירט כסדר מיוקאס (שליים?) וואס לאזט נישט די עסיד צוקומען צו די פלייש פונעם בויך.

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2022 2:45 pm
דורך מי אני
דער רמב״ם במו״נ (ח״ב פל״ב) שרייבט:
אבל הפתיים מעמי הארץ א״א זה אצלינו, ר״ל שינבא אחד מהם, אלא כאפשרות הנבא חמור או צפרדע
ופירש השם טוב שם:
רומז זה לאתון בלעם ולדג יונה כי אלו לא התנבאו אבל היה במראה הנבואה, או היה על צד התעוררות שראה האתון דבר מפחד בלתי שיראה מלאך ודג יונה התעורר בגזרת השם.
והאפודי פירש:
ירמוז זה לאתון בלעם ולדג יונה שאי אפשר כפשוטו ושהכל היה במראה הנבואה.
וידוע מש״כ הרמב״ם להלן בפמ״ב אודות אתון בלעם.

אויף דעם שרייבט הרב דר. מלך שפירא:
[left]Both Efodi and Shem Tov understand the last words as an allusion to Balaam’s ass and the fish that swallowed Jonah (and to whom God spoke), and understand both stories to have happened in dreams. Maimonides is, of course, explicit about the Balaam episode, and Efodi and Shem Tov see no difference between this and the Jonah story. Interestingly, Efodi says this elsewhere as well, but as Lawrence Kaplan has pointed out it was censored from the 19th century edition of the Guide that remains the standard edition (full details will be found in my forthcoming book).
But the reason why that passage was censored was not because of the Jonah reference. After all, no less a figure than the Vilna Gaon saw the Jonah story as an allegory. The problem with the censored passage, and the reason it had to be taken out, was because there Efodi writes
that according to the Rambam the Akedah also only happened in a dream.

According to R. Mazuz, Efodi and Shem Tov misunderstood Maimonides here, and if he was alluding to what they claim, he would have written fish, not frog[/left]

דער הרב מאיר מאזוז האלט אז דער רמב״ם איז מרמז דא צו דעם אוממעגליכקייט אז מוחמד זאל האבן געווען א נביא.

Re: ספר יונה היה ונברא, או משל היה

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2022 3:19 pm
דורך כרם זית
דאס וואס הרב מלך שפירא שרייבט אז דער גר''א האט אפגעלערנט ספר יונה (נאר) אלס א משל, ווייס איך נישט ווי ריכיטיג עס איז. מסתבר אז דער גר''א האט עס מסביר געווען בדרך משל וויבאלד רמז איז איינער פון די דרכי הפרד''ס. פינקט ווי קיינער וועט נישט זאגן רז דער רמ''א האט געהאלטן אז ספר אסתר לא היה ולא נברא, וויבאלד ער איז מסביר די ספר בדרך משל (אויך גראדע אז עס גייט ארויף אויף נשמה וגוף פינקט ווי די נמשל וואס דער גר''א ניצט אין יונה).

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 1:06 pm
דורך מי אני
מיימון האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 10:54 pm אויף דעם פורום עצור כאן חושבים האב איך אקארשט געזען א שמועס איבער דעם ספר יונה וואס מען ליינט יום כיפור, איינער איז דארט מציע א מאדנע פארשלאג אז נאך דעם וואס עס שטייט ויונה ירד אל ירכתי הספינה וישכב וירדם דארף מען צולייגן "ויחלום" און נאך די מעשה מיטן פיש זאל שטיין "ויקץ"...
דער נרבוני שרייבט על מו״נ ח״ב פי״ז:
והבן אמרו ״ואילו בלע אחד ממנו [צפור היה הצפור ההוא מת לשעתו בהגיעו באיצטומכה וכל שכן בבטן התחתון!]״ ואין להקשות מיונה איך עמדו בדג ים, היא יותר [קשה] מן ההקאה ליבשה? גם כי כבר הקדים ואמר (יונה א ה) ויונה ירד אל ירכתי הספינה וגו׳.