בלאט 1 פון 2
קינדערלעך, it's english time!
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2019 10:01 am
דורך שליח
אויב ווילט איר אייער קינד זאל קענען רעדן, הערן, ליינען און שרייבן א גוטן ענגליש, (צוליב חובת האב בבנו ללמדו אומנות, אדער צוליב די אנדערע פארשטענדליכע סיבות), קענט איר זיך נישט פארלאזן אויף די מוסדות החינוך. פון רוב היימישע מוסדות קומען ארויס קינדער, אפילו פארשטענדליכע און פאלגזאמע, וועלכע קענען נישט קיין איינס פון די. און אפילו ווען די לימודים וואלטן יא געווען אויפן ריכטיגן ניווא, הייבן זיי זיך אבער אן צו שפעט. אפגעזען ווי ריכטיג די
קריטישע פעריאד היפאטעזע איז און וואס פונקטליך ליגט דערין, איז אבער קלאר אז וואס שפעטער מ'לערנט זיך א שפראך אלס שוואכער זענען די שאנסן צו רעדן פליסיג און מיטן ריכטיגן אויסשפראך.
מילא ליינען און שרייבן, לערנט זיך נאך א גוט קעפל אליינס אויס מיט די צייט, ארויסגייענדיג אויף דער גרויסער וועלט. אבער רעדן איז פיל שווערער, כמעט מעוות לא יוכל לתקון. סיי צוליבן פארשפעטיגן דעם קריטישן פעריאד, און סיי ווייל ליינען קען מען ביחידות אבער רעדן דארף מען פראקטיצירן מיט א צווייטן, און וויפיל אינטעליגענטע native speakers זענען דען גרייט צו רעדן מיט איינעם וואס זיינע oral language skills זענען אומאנטוויקלט? בעיניהם זעט ער דאך אויס ווי אן אידיאט!
יש יועצים אז די עלטערן זאלן רעדן ענגליש אינדערהיים, נישט יעדער איז אבער גרייט דערצו. אויך קען דאס ברענגען אז די קאמיוניקאציע צווישן זיי און די קינדער זאל ווערן געקינצלט און פארהאקט, און וואס איז אויב די עלטערן אליינס רעדן אומריכטיג, מיט א שווערן אקצענט?
א פריוואטער לערער קען זיין א פלאן, דאס ווענדט זיך אבער אין די עלטערן'ס געלט און די קינדער'ס צייט.
פיל גרינגער איז ווען די קינדער זענען געבענטשט מיט די מידה פון נייגעריגקייט, זיי לעכצן צו דערגיין און זיך לערנען נייע זאכן. דאן דארפט איר זיי נאר צושטעלן די מעגליכקייטן, און זיין גרייט ארויסצוהעלפן מפעם לפעם. קויפט גרינגע ביכער צום ליינען, און קינדערישע טעיפס צום הערן, און לאזט זיי זיך אן עצה געבן.
דאס בעסטע וואלט געווען ווען די ביכער און אודיאו גייען צוזאמען, און מ'הערט א קול ווען ס'קומט אריבערצומישן. איז פארהאן אזאנס?
אבער באזונדער ביכער און אודיאו איז אויך עפעס. בעסער איז אויב זענען די מעשיות שוין באקאנט מער-ווייניגער, דאס קינד זאל זיך קענען קאנצענטרירן אויף די שפראך. אבער סיי וואס, מיט א קינדערישע שפראך און תוכן (נישט
צי קינדעריש), וברוח היהדות, איז מיר אינטערעסאנט. וואס זענט איר ממליץ?
כ'וועל דא דערמאנען אז א גוגל זוכעניש האט מיר געברענגט צו
www.jewishbedtimestories.com, וואס קוקט אויס גאנץ פיין. אויך איז כדאי צוצוצייכענען צו
librivox.org, וואו מ'קען אראפנעמען, גענצליך אומזיסט, טויזנטע (סעקולערע) אוידיאו-ביכער אין צענדליגע שפראכן. אבער רוב פון זיי זענען מסתמא נישט געאייגנט פאר חרדישע אינגע קינדער, ובנוסף לזה זענען א חלק פארגעליינט מיט אומריכטיגע pronunciation און שרעקליכע אקצענט.
און פאלגנד איז א רשימה וואס איינער האט מיר צוגעשיקט.
[left]If you're subscribed to Amazon Music Unlimited, there are lots of Jewish story tapes and song tapes for kids.
[*] Abie Rotenberg
- The Golden Crown
[*] Shimmy Shtauber
- The Lost Treasure (sequel to Golden Crown)
- Boruch Learns About Purim
- Boruch Learns About Sukkos
[*] Moshe Yess:
- Still More Stories My Zaidy Told Me
[*] Professor Green and the Simcha Machine
[*] Rabbi Mayer Erps:
- Captured!
- The Great Plan
- Rags and Riches
- The Three Piece Puzzle
- The Ungrateful Guest
- We Will Never Change
[*] Rabbi Yitzy Erps
- Hershele at the Chanukah Lights
- The Swindler
[*] Rabbi Yoel Ferber:
- Lessons Learned in Moscow
- Itzikel 1 and 2 (1 also in Yiddish)
[*] The Marvelous Middos Machine
- Episodes 2 & 3
- Song Tape
[*] Shmuel Kunda:
- When Zaidy Was Young - Tale 3
[*] It's Chazal Time - 4 volumes
[*] Rabbi Jake
[*] Suki & Ding:
- Safety
- Shhh! It's Lashon Hara
- Torah Island (volumes 1-4)
- Yanky Strudle
[*] Uncle Moishy:
- About 17 albums
[*] Morah Music:
- The World Around Us
- Music & Movement 1, 2, 4, 5
- Mommy & Me
- Snap, Clap N' Tap
- Chassidishe Moments
- Mitzvos Midos and Manners
- Around the Year
- Veshinantom Levanecha
[*] Rabbi Mordechai Dubin:
- I Made This World For You
- Let My People Go
- Al Shelosha Devarim
[*] My First Sing-Along Siddur
[*] Reuven Dovid Miller
- about 18 stories from The Maggid Speaks
[*] The Story Experience with Nachman Seltzer
[*] Sheya Mendlowitz
- Tovy the Taxi
[*] Zalman Goldstein
- My First Niggunim 1 & 2
[*] Lchaim Kinder (Yiddish)
- Der Ruiger Idel
- Farbrengen #5
[*] Lchaim Kindergarden
- Purim Lider (Yiddish)
[*] Matis Green (Yiddish)
- Elul In Berditchev
- A Maaseh Mit a Nigun
[*] Rabbi Yoel Klein (Yiddish)
- Machen Freindshaft
- Report Card
- Chanukah
- Purim
- Heilige Teg
- Sukkos
- Sefira
- Shavuos
- Seder Nacht
[*] Torah Tots:
- 12 Pesukim
- Nes of You and Me
- Road to Totsland
- Sh-sh-sh
[*] Hillel Kapnick:
- Once Upon a Story - Chanukah[/left]
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2019 12:28 am
דורך נולד מאוחר
פונקט יעצט האב איך געזוכט ממש דאס.
א דאנק!
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 5:01 pm
דורך שליח
א שיינעם דאנק, [tag]אבטולמוס[/tag]!
לתועלת רבים האב איך ארויפגעשטעלט די פולע ליסטע אויף דרייוו.
https://drive.google.com/open?id=1FtrNd ... Ns_e3TYwxCאגב, פאר ערוואקסענע וואס ווילן זיך לערנען די ריכטיגע אויסשפראך, איז ראטזאם אויסצוהערן audio-books (געקליבן פון librivox.org) מיט
workaudiobook. דארט קענט איר באהאלטן און ווייזן subtitles, אריינרעדן און איבערהערן (צו פארגלייכן אייער מבטא מיטן פארציילער), און נאך.
Re: ענגלישע ביכער און אודיאו פאר קינדער
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 8:29 pm
דורך נעגעל וואסער
ווער עס האט א פראבלעם מיט דינאזארס זאל מוחל זיין אין לייענען דיין ארטיקל אין פה-סח..
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 8:58 pm
דורך כוכב
זייער א וויכטיגע און אינטערעסאנטע נושא (אשכול וואלט געמעגט האבן א קריעטיוורן אדער מער ציענד קעפל, וואלט איך שנעלער אנגעקומען צו דעם אשכול, אזא סארט קעפל גיט אין דעם פאל א פארפירערישע אנדייטונג כאילו ס'איז עפעס א טויטע אשכול מיט אפאר לינקס צו א סייט ווי מקען דאונלאודן ביכער.)
מדי דברו בו איז מיר שיין פארענטפערט געווארן פארוואס הכוכב הגדול קען ליינען א געשמאקן ענגליש אבער ווען ס'קומט צו עפענען ס'פיסקל און פארפיגן א שמועס אין ענגליש, דעמאלט איז, שוין, בעסער אז מ'רעדט נישט (פאן אינטענדעד). פשט איז א ווייל א היימיש יונגל האט נישט ווי צו פראקטיצירן די ענגלישע שפראך וכותי' ולא מטעמי', נישט ווייל איינער וועט אים אנקוקן ווי אן אידיאט, ברענג מיר שוין דעם איינעם און זאל ער מיך אנקוקן וויאזוי ער וויל. פראבלעם איז דער איינער איז נישט צום געפינען, מיט וועמען גענוי דארף איך צו רעדן ענגליש?! בלייבט מען טאקע א כבד פה אין די בעסיק וויסנשאפט וואס א יומען ביאינג א מדבר דארף האבן זיך צו קענען אויסדרוקן בשפת המדינה און זיין טייל פון דער ציוויליזירטע אומ-אנאלפעבעטישע געזעלשאפט.
Re: ענגלישע ביכער און אודיאו פאר קינדער
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 9:00 pm
דורך נעגעל וואסער
אלס קינד בין איך אויפגעוואקסן מיט ביכלעך פון איניד בלייטן. זי האט געשריבן א ים פון ביכלעך - ארום 600 אין טאטאל - סיי פאר קלענערע קינדער ווי אויך פאר גרעסערע.
עס ליגט מיר נאך אין די ביינער די פענטעסי מעשיות אירע, וואס איך פלעג איבער לייענען צענדליגע מאל אלס קליין קינד, ווען איך דארף זאגן א בעדטיים סטארי פאר מיינס א קינד נעם איך איינס גראד ארויס פון מיין זכרון.
אצינד זעה איך אז אירע אש ליגט אין גאלדערס גרין, לאנדאן, הארט נעבן די אידישע געגענט. אז איך וועל אמאל באזוכען אהין, אפשר וועל איך דארט לייגן א בלום לכבודה, זי האט זיכער א גרויסן חלק און מיר אויסלערנען לייענען ענגליש, און פאר אזאנא געשמאקע זכרונות פון די קינדישע יארן.
מער איבער איר לייען דא:
https://en.wikipedia.org/wiki/Enid_Blyton
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2019 5:46 am
דורך שליח
ייש"כ [tag]כוכב[/tag] פאר די טיפ. is it better now?
למען האמת, א היימיש קינד האט טאקע נישט געהאט וואו צו פראקטיצירן די ענגלישע שפראך, ביז ווען דער אינטערנעט האט געלעזט אויך דעם פראבלעם. שוין פארהאן היינט סייטס געשטעלט אויף דעם, צוצושטעלן conversation partners פאר די וואס לערנען זיך. פאלגנד איז א טיילווייזע ליסטע:
italki.comconversationexchange.combusuu.comspeaktalkchat.comspeaking24.comspeak-english-today.comא
קורצע איבערבליק אויף טייל פון די סייטס.
א קינד וואלט איך נישט געלאזט שמועסן מיט פרעמדע ערוואקסענע אויפן אינטערנעט, אבער פאר ערוואקסענע קען עס גוט זיין. דער פראבלעם איז, ווי Groucho Marx האט שוין געזאגט, I Don't Want to Belong to Any Club That Will Accept People Like Me as a Member. איך וויל נישט שמועסן מיט אזעלכע וואס האבן נישט קיין פראבלעם צו שמועסן מיט אידיאטן. אבער בעיקר איז עס ונהי בעינינו כחגבים. פאר אן אנגעליינטער מיט א הויכע און רייכע שפראך שטערט זייער ווען ער הערט זיך רעדן קינדעריש, ווייל די סאפיסטיקירטע ווערטער און פאסיגע אויסדרוקן קומען נישט ארויס, נאר די וועלכע צייגן אים ווי א simpleton.
אבער אפשר דארף מען פשוט ארבעטן אויף די מידות.
איך וועל נאכאמאל אהערלייגן מיין ערשטע פראגע
שליח האט געשריבן:דאס בעסטע וואלט געווען ווען די ביכער און אודיאו גייען צוזאמען, און מ'הערט א קול ווען ס'קומט אריבערצומישן. איז פארהאן אזאנס?
די סיבה פארוואס איך פרעג איז, ווייל איינס פון מיינע קינדער האט זיך אליינס געלערנט ליינען (אידיש) דורכן אויסהערן "חנה'לע דאנקט די מאמע", "שבת אונזער חשוב'ע גאסט", און אנדערע אזעלכע ביכלעך פון קינדער שפיל, וואו מ'הערט א פייף ווען מ'דארף מישן. דאס זעלבע קינד, ליינענדיג גרינגע ענגלישע ביכלעך, קען איבערזאגן די מעשה אבער נישט פארטייטשן אלע איינצלנע ווערטער און אוודאי נישט ארויסזאגן ריכטיג. ענגלישע ביכלעך מיט אודיאו אויפן זעלבן שטייגער ווי קינדער שפיל וואלט געווען ממש ווי געגאסן.
Re: קינדערלעך, it's english time!
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2019 10:34 am
דורך החוקר
שליח האט געשריבן:ייש"כ [tag]כוכב[/tag] פאר די טיפ. is it better now?
זיכער אזוי! איך האב הערשט יעצט צו ערשטן מאל געעפענט דעם אשכול. אינמיטן ליינען האב איך געכאפט אז דאס איז מסתמא די אשכול וואס האט געהייסן עפעס 'אודיאו ביכער' (געדענק איך נישט פונקטליך), איא?
Re: קינדערלעך, it's english time!
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2019 10:40 am
דורך החוקר
שליח האט געשריבן:די סיבה פארוואס איך פרעג איז, ווייל איינס פון מיינע קינדער האט זיך אליינס געלערנט ליינען (אידיש) דורכן אויסהערן "חנה'לע דאנקט די מאמע", "שבת אונזער חשוב'ע גאסט", און אנדערע אזעלכע ביכלעך פון קינדער שפיל, וואו מ'הערט א פייף ווען מ'דארף מישן.
פון וועלכע יארגאנג קינד רעדסטו? מיינער קען אויך גאנץ פיין ליינען אידיש פאר זיין יארגאנג, אבער איך רעד זיך איין אז ער האט א פיין קעפל (איך בין פארט א טאטע), און אז ער איז שטייט גוט. דיינע רייד האט מיך געמאכט קלערן אז אפשר דארף איך אים שטופן צו ליינען שווערערע אידיש.
Re: קינדערלעך, it's english time!
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2019 11:59 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נעגל וואסער - זייט ווען איז גאלדערס גרין אידיש?
מיין קינדער האבן טאקע שטארק ליעב magic tree house און זיי קענען זיך אויס אין אמעריקאנער היסטאריא פיהל בעסער ווי מיר, וואס איז נישט אויפגעוואקסען דא אין לאנד.
לדעתי טון די היינטיגע קאמיק בוקס אסאך שטערן די ווילונג פון קינדער צו ליינען. אבער למעשה קענען זיי פארשידענע זאכען פון נ"ך פון די ביכער. עס מאכט זיך אז איך זאג זיי מעשיות, און זאגאר הלכות, וואס זיי קענען פון די ביכער. (איך האב יעצט געלערנט מסכת פרה מיט מיין ניין יעריגע, און ער האט געוואוסט פון די ׳חלון של רבים׳ אין די לעצטע פרק, נאר פון די ביכער)
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 5:49 pm
דורך מונטסורי
יישר כחכם [tag]שליח[/tag] פארן ארויפברענגען די וויכטיגע נושא.
ס׳איז מיר נישט בייגעפאלן ביז היינט צו נוצן אודיא ביכער און כ'האף עס דורכצוטון און זען וואס עס קען זען רעלעוואנט פאר מיינע קינדער.
ביינונז איז מען זיך נוהג צו גיין יעדע עטליכע וואכן צום לאקאלן לייברערי מיט די קינדער וואו זיי קענען זיך אויסוועלן קינדער ביכער פאר זייערע טעגליכע בעדטיים סטאריס וואס ווערט דערציילט דייקא אין ענגליש. שמועסן מיט די קינדער אין ענגליש איז טאקע נישט כדאי אויב קומט עס אויפן חשבון פון א געשמאקע שמועס, אבער מען קען, אמווייניגסטענס אין אנפאנג, באגרעניצען אזוינע ענגלישע קומיוניקאציעס צו ספעציפישע צייטן ווען עס איז יא געאייגענט, צב״ש ביים שפילן א געים אדער ביים געבן אינסטרוקציעס וכדומה, צוביסלעך מיט די צייט קען מען זיך טרעפן אפטער קומיוניקירן מיט די קינדער אין ענגליש.
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקען אז דאס אויפוואקסען און א שטוב וואו מען רעדט צוויי שפראכן טוט פאזעטיווערהייט אפעקטירן קאגניטיוו אנטוויקלונג (
זע א שנעלע גוגל זוך דערוועגען)
אויך וואטש איך מיט מיינע קינדער אלטע סעזאנען פון סעסעמי סטריט וואס זענען עוועילעבל אויף PBS און עמעזאן פריים. אויסער די ענגליש שבו איז עס אויך גוט פאר אלפעבעטען און נומערן רעקאגניציע ביי אינגע קינדער, פריע מאטעמאטיק, און נאך. אנדערע שטודיעס אויסגעצויגען אויף די זעלבע קינדער דורכאויס מערערע יארן (longitudinal studies) האבן געוויזען נאך פארשידענע סאציאלע און אקאדעמישע בענעפיטען פאר צענערלינגען וואס האבן געוואטשט סעסעמי סטריט אלץ אינגע קינדער. זע די פאלגענדע לינק פאר מער איבער די שטודיעס
https://en.wikipedia.org/wiki/Sesame_Street_researchא ספעציעלע בענעפיט פאר היימישע קינדער איז די דייווערסיטי פון די אקטיארן און קינדער וואס שפילן אויס א גרויס חלק פון די סצענעס, ס'איז שווער צו זען וויאזוי א היימיש קינד זאל אויסוואקסען א איגנאראנטע ביגאט בשעת'ן וואטשטען אויף א רעגולערען פארנעם וויאזוי א היספאנישע טאטע און מאמע לייגן שלאפען זייערע זיסע קינדערלעך, האבן ליב זייער חיה'לעך, אדער וויאזוי א שווארצע מיידעלע פוצט זיך די ציין וכו' וכו'
די חיסרון פון סעסעמי סטריט איז די כשרות דערפון און ס'איז ראטזאם איבערצוקוקן עטליכע עפיזאדן ביפאר מען זעצט זיך אראפ מיט די קינדער צו זען אויב מען איז באקוועם דערמיט. די יארגאנג פאר די שאו איז צוויי ביז זעקס יאר בערך.
נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 6:01 pm
דורך שליח
החוקר האט געשריבן:פון וועלכע יארגאנג קינד רעדסטו? מיינער קען אויך גאנץ פיין ליינען אידיש פאר זיין יארגאנג, אבער איך רעד זיך איין אז ער האט א פיין קעפל (איך בין פארט א טאטע), און אז ער איז שטייט גוט. דיינע רייד האט מיך געמאכט קלערן אז אפשר דארף איך אים שטופן צו ליינען שווערערע אידיש.
איך האף אז די נושאים וועלן ברייט אויסגעשמועסט ווערן אינעם
פריש-געגרונדעטן אשכול, (וואס איז באשאפן געווארן טאקע צוליב די שאלות, כדי נישט צו פארקריכן פונעם שמועס דא), אבער לאמיר דערווייל ענטפערן בקיצור:
1. איינמאל דאס קינד ליינט שוין, (דאס מיינט, ער האט שוין געכאפט דעם געדאנק פון געשריבענע שפראך און ער האט שוין ארויס די מעכאניקס דערפון), דארפט איר זיך נישט צופיל קימערן מיט זיין יארגאנג. ווילאנג עס גייט נישט אויפן חשבון פון עפעס וויכטיגערס, און ער איז נישט אונטער דרוק, קען מען אלעמאל גיין ווייטער. סיי מיט ליינען שווערערע מאטעריאל און סיי מיט בעסער אפליינען, ווי עס וועט דארט אויסגעשמועסט ווערן בעז"ה.
2. שטופן איז נישט כדאי. בעסער איז צוצושטעלן די מעגליכקייט (ווי למשל קויפן די שווערערע ביכער אלס מתנה) און ציען זיין אינטערעסע מיט פארשידענע מיטלען. בעסער זאל ער ענדיגן ליינען 5 מינוט צו פרי (ווען ער גלוסט אויף נאך) ווי 1 מינוט צו שפעט.
3. האלטן אז ער האט א פיין קעפל איז נישט שלעכט, בפרט ווען עס איז אמת. אבער ווען איר רעדט צו אים ברענגט ארויס וואס ער טוט, נישט וואס ער איז. ע"ע growth mindset. (דאס פאדערט א שמועס פאר זיך).
נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 7:08 pm
דורך הוגה
מיינע קינדער האבן יונגערהייט געליינט ביכער וואס האבן אויך געהאט אודיאו ווערסיעס. די ביכער זענען נישט געמאכט בעצם צו ליינען און הערן אויף אמאל, אבער כ'בין זיכער אז מ'וועט דיר נישט ארעסטירן דערפאר. מיינע קינדער האבן אבער געטון ביידע, געליינט דעם בוך און אן אנדערע מאל אויסגעהערט דעם אודיאו בוך. זיי האבן אלע אנטוויקלט שטארקע וואקאבולאר אין אידיש און אין ענגליש, סיי ביים שרייבן און סיי ביים רעדן. איך געדענק נישט אלע ביכער אבער דריי נעמען פון book series דערמאן איך מיר יעצט כרגע פאר פארשידנארטיגע age'ס.
Amelia Bedelia
Mrs. Piggle Wiggle
Diary of a Wimpy Kid
.
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 10:51 pm
דורך נולד מאוחר
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 8:50 am
דורך שליח
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2020 10:30 pm
דורך מיימון
רבותי, איך זוך הילף. לאור די בקשה פונעם הייליגן ווינער רב אז מען זאל לערנען מיט די קינדער ענגליש אין די דאזיגע טעג זוך איך צו פארשאפן עפעס לערן מאטריאל פאר מיין אינגל צו אנהייבן ענגליש. מיין זון איז כתה ב' ער קען נישט קיין מלה ענגליש, איך האב שוין געקויפט אביסל קיוריעס דזשארדזש וכדומה אבער עס איז גוט צו קוקן די בילדער ער לערנט זיך גארנישט אויס. יעצט זוך איך עפעס ערנסטע לערן מאטריאל אזוי ווי מען לערנט אין די קלאסן. איך האב געפרעגט מיין טאכטער אויב זי האט נאך אירע ביכער פון ערשטן קלאס אבער זי האט עס שוין נישט. איך זוך שוין א שעה אויף גוגל אן ערפאלג.
אויב עמיצער קען מיר צואווייזן עפעס א בוך צו קויפן, וואס האט פשוט'ע איין קלאנג ווערטער ווי cat, hat וכדומה, מיט שרייבן עקסערסייזעס וכולי, אויף א קלאס אויסשטעל (נישט קיין מעשה ביכל) אויף א גאר פשוט'ן און גרינגן פארנעם וועט עס זיין למצוה גדולה.
קינדערלעך, it's english time!
נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2020 12:04 am
דורך מי אני
ווי אזוי דו לייגסט אים אראפ איז ער ביי די לעוועל פון סטאַרטערס (איך נעם אן אז די בעיסיק קאנסאנענט גרעפים-פאָנים קאנעקשאן, ווי אויך די שאָרט-וואַוועל סאַוּנדס, קען ער יא). איך וואלט מציע געווען דר. סוּס׳נס ביכער [די קעט אין די העט וכו׳]. מיינע תלמידים ביי דעם לעוועל האבן דאס אין אלגעמיין ליב געהאט און אריינגעלייגט עפאָרט דאס צו ליינען. דאכט זיך מיר אז עס האט אביסל לאָנג-וואַוועל סאַוּנדס [סיילענט/מעדזשיק איִ], וואס דו קענסט נוצן אויף אים דאס אויסצולערנען. לערן אים אויך אויס פארדעם די דייגראפס פון ch, sh, th, און די בוך וועט אים זיין א חזרה דערצו. עווענטועל נוצען די ביכער אויך וואַוועל דיפטאנגס [ou, ai וכו׳] און זיי קענען אויך אריינפירען דערצו.
ביי דעם קען מען נוצן עלקאָנין בּאַקסעס. דהיינו, ווי אזוי איך פארשטיי האט ער שויןפאָנימיק עווערנעס קענענדיג עברי. איז ביי דעם קען מען אים זאגן אז ארום יעדע זאך וואס מאכט/פון דעם קומט ארויס איין סאַוּנד/פאָניִם זאל מען ארומרינגלען, אפגעזעהן צו עס קומט ארויס פון איין אות אדער צוויי.
אויך דארף מען אים אויסלערנען מעיקרא א ליסטע פון sight words [צב״ש why, you, the] וואס ער זאל זיך איינחזר׳ן און קענען דיקאָדן אטאמאטיש, וויבאלד דאס זענען יסודות׳דיגע ווערטער וואס קומען פאר גאר אפט און שטימען נישט אלעמאל ״עפ״י כללי הדיקדוק״. ס׳דא ליסטעס דערויף אנליין: צב״ש די דאלטשע סייט וואָרד ליסטע.
אגב, ביכער פון די סארט זענען אסאך מאל קלאסיפיצירט (אין די בּעק) מיט א לעוועל (אין ABC). איינמאל מ׳כאפט וואו דאס קינד האלט, קוקט מען אויף די לעוועל פונ׳ם בוך (אין א לייברערי וכו׳) און מען נעמט אים ארויס די ביכער געאייגענט פאר זיין לעוועל און צוביסלעך רוקט מען אים האפענטליך ארויף נאך א לעוועל אא״וו. ועיין ערך וויגאטצקי׳ס זוֺין פון פּראַקסימעל דעוועלאָפּמענט. דאס איז אויך כולל גיבן פאר׳ן קינד אויף אויסצולערנען עפעס וואס איז נישט צו שווער פאר זיין לעוועל וואו ער האלט ער זאל ווערן פרוסטרירט, אבער נישט צו גרינג פאר זיין לעוועל ער זאל נישט ווערן לאנגווייליג.
איך פארשטיי אז דו האסט געזוכט מער א טעקסטבוך סארט (און אזוי קען מען גיין על הסדר און גיין מיט יוּניטס: אויסלערנען יעצט ou און יעצט ai וכדומה) און דאס האט טאקע נישט קיין שרייבן עקסערסייזעס, אבער איך וואלט מציע געווען (עס זעהט אויס ווי דו האסט נערווען זיך אפצוגיבן מיט זיין עדיוקעישאן) אז דו זאלסט אליין נאכדעם צושטעלן (למשל) פיר שאלות (אין א גרינגע ענגליש) אויף די מעשה. צוויי זאלן זיין ליטעראל [פשוט פשט אין וואס האט פאסירט אין א חלק פון די מעשה] און צוויי זאלן זיין אינפערענשאל [וואס איז געווען די מאטיוואציע פון א כאראקטער פון די מעשה ביי א געוויסע פונקט וכדומה; זאכן וואס שטייט נישט ממש בפירוש]. דאס העלפט אים אויף די קאמפריהענשאן פון פארשטיין די ענגליש וואס ער האט געליינט אין די קאנטעקסט פון א נערעטיוו, און נישט בלויז דאס דיקאָדן און קענען (נאר) ריכטיג פאָנעטיש ארויסזאגן דאס געשריבענע ווארט.
צו בארייכערן זיין וואקעבולאר, פון די (נייע אומבאקאנטע פאר אים) ווערטער אינ׳ם בוך וואס ער האט געליינט, קען מען מאכן (למשל) פיר קלוֺיז סענטענסעס. דאס זענען זאצן וואס פעהלט א ווארט און דאס קינד דארף בוחר זיין פון א בּענק פון ווערטער פון אונטן (איך האב עס געטוהן מיט תלמידים, זיי האבן הנאה געהאט דערפון און געווען מער אינטרינסיקלי מאָטיוועיטעד פאר דעם אלס א ״היימיש-געמאכטע״ געים).
ס׳איז א דבר פשוט, אבער ס׳קען זיין וויכטיג צו באטאנען, אז ווען א קינד האלט זיך ביים אויסלערנען ליינען זאל מען אים נישט מאכן ליינען עקספּאַזיטאָרי טעקסטן [כגון פאקטן, סייענס ביכער וכדומה] (חוץ טאמער ער אליין וויל); זיי זאלן זיין נאראטיוו [מעשה סארט] טעקסטן. דאס איז הגם אסאך מאל קען מען פיהלן אז מ׳וויל ״שיסן צוויי פייגלעך מיט איין שאס״ - ער זאל זיך שוין אין איין וועגס אויסלערנען סייענס וכו׳ אויך. דאס איז נישט גוט ווייל סיי א נאראטיוו איז מער אינטרעסאנט פאר׳ן קינד און סיי אן עקספּאַזיטאָרי טעקסט, לגבי קאמפּרעהענשאן, איז אן אנדערע סארט געליינעכץ.
איך האף אז דאס העלפט עטוואס/אביסל.
נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2020 1:45 am
דורך מיימון
יישר כח פאר די דעטאלירטע ענטפער. אבער איך האלט נאך נישט דארט בכלל. איך זוך דוקא נישט קיין מעשה ביכל אויב מעגליך. איך וויל עס מאכן א ערנסטע לימוד וואס זאל טראגן דעם כאראקטער פון לערנען. איך מיין אזוי גייט עס ענדערש. א מעשה דערציילן איז פארברענגען דאס איז נישט ערנסט. איך זוך א ביכל מיט abc. חזרה. שרייבן. אריינפילן. דערנאך (אדער גלייך גיין צו) גאר קורצע ווערטער מיט איין וואקאל. נאכאמאל נישט קיין מעשה נאר 4 ווערטער אויף א בלאט מיט א בילד. דאס קינד דארף עס איבערשרייבן וכולי. מער שפעטער אפשר א קורצע זאץ. בקיצור בעיסיק ממש פאר בראשית ברא. איך האב געזוכט ולא מצאתי. אויב דו ביזט א טיטשער זאג מיר נאר א נאמען פון א ביכל וואס ווערט גענוצט און כ'וועל עס קויפן. דזשאסט דעט.
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2020 10:03 am
דורך [NAMELESS]
מיימון האט געשריבן:יישר כח פאר די דעטאלירטע ענטפער. אבער איך האלט נאך נישט דארט בכלל. איך זוך דוקא נישט קיין מעשה ביכל אויב מעגליך. איך וויל עס מאכן א ערנסטע לימוד וואס זאל טראגן דעם כאראקטער פון לערנען. איך מיין אזוי גייט עס ענדערש. א מעשה דערציילן איז פארברענגען דאס איז נישט ערנסט. איך זוך א ביכל מיט abc. חזרה. שרייבן. אריינפילן. דערנאך (אדער גלייך גיין צו) גאר קורצע ווערטער מיט איין וואקאל. נאכאמאל נישט קיין מעשה נאר 4 ווערטער אויף א בלאט מיט א בילד. דאס קינד דארף עס איבערשרייבן וכולי. מער שפעטער אפשר א קורצע זאץ. בקיצור בעיסיק ממש פאר בראשית ברא. איך האב געזוכט ולא מצאתי. אויב דו ביזט א טיטשער זאג מיר נאר א נאמען פון א ביכל וואס ווערט גענוצט און כ'וועל עס קויפן. דזשאסט דעט.
איך האב באשטעלט פון
Brain Quest זייער Pre-K ווארק-בוק פאר מיין 5 יעריג כיתה א' אינגל. איך האב עס נאכנישט באקומען מילא קען איך נישט זאגן מיין פערזענליכע עקספיריענס. אבער פון די אנליין ריוויוס זעהט אויס אז עלטערן זענען צופרידן.
די ווארק-בוק שטעלט פאר א פולע Pre-K קוריקולעם מיט בלעטער זיך צו לערנען שרייבן וכדו'. (עס קען זיין אוט אף סטאק ביי אמאזאן, פרוביר ביי אנדערע סייטס.)
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2020 10:07 am
דורך [NAMELESS]
[tag]מי אני[/tag] עס זעהט אויס ווי איר האט א פראפעסיאנאלע צוגאנג צו די נושא. איר קענט אפשר אנצייכענען א ביכל, אדער אן אנדערע רעסורס וואס קען ארבעטן מיט אייער מהלך?
קינדערלעך, it's english time!
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2020 11:10 am
דורך מי אני
אזוי ווי כ׳האב גע׳ענטפערט אין אישי באקום איך (די סארט) ריסאָרסעס פון די עידזשענסי/חדר. פאר די סאביעקט נוץ איך, אבער אלס סאָפּלעמענט, די פאַניקס ביכער פון די קאָמפּאַני ספּעקטרום. איך האב (ביזדערווייל) געהאט א גוטע עקספיריענס דערמיט. אבער איך מוז מיך מתנצל זיין אז איך האב (נאך) נישט גענוצט די בוך ביי די לעוועל [K].
איך פרוביר געוואָר צו ווערן וואס די אפיציעלע ביכער וואס מיינע תלמידים אין די יארגאנג נוצען זענען פונקטליך (און וואו זיי צו באשטעלן וכו׳). ווען איך וועל געוואָר ווערן וועל איך אי״ה לאזן וויסן.
אגב, וואלט איך געוואלט צולייגן אז מ׳קען נוצן (אלס סאָפּלעמענט) בּלאַק אדער פוֺים לעטערס/אותיות אויף צו העלפן דאס קינד צאמשטעלן די אות מיט׳ן סאַוּנד. דהיינו, דאס קען העלפן דאס קינד סיי דערקענען און קונה זיין דעם אות בכלל, ווי אויך דאס עס צאמשטעלן מיט׳ן סאַוּנד וואס קומט דערמיט, דורכ׳ן פיזיש אנכאפען דאס אות בשעת מעשה; דאס רופט זיך קינעסטעטיק לערנען (ס׳דא קינדער וואס די מאדעליטי איז מער געאייגענט פאר זיי). דאס איז בפרט נוצבאר ווען זיי האלטן ביים לעוועל וואו מ׳וויל זיי זאלן צאמשטעלן אותיות און בּלענדן די סאַוּנדס.
ווי אויך איז סתם אזוי ראטזאם צו בעהטן די קינדער צו טייטלען בשעת זיי ליינען (בפרט אז זיי זענען ביי בעיקר די דיִקוֺידען לעוועל). דאס העלפט דאס קינד פאָקוּסירן זיינע וואָרד-עטעק סקילס צום ווארט וואס ער טוהט דיִקוֺידען. ביי עברי/לימודי קודש איז דא אזא מושג, אבער בעיקר פון א רוחניות׳דיגע הייליגע פערספעקטיוו.
איך האף דאס העלפט עפעס.
קינדערלעך, it's english time!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 2:34 pm
דורך דורש אמת
נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 3:03 pm
דורך אבשלום בן מעכה
יעדע שטיק צייט וועקט זיך די נושא נאכאמאל אויף, אבער למעשה...