בלאט 1 פון 2

פארוואס איך בין יא געטאנצן ל"ג בעומר תשפ"א

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 5:36 pm
דורך סעגאל
שטייענדיג אונטערן רושם פינעם נעכטיגן טאג וועל איך פראבירן אפשרייבן וואס איז געווען ביי אונז, איך ווייס עס איז דא אסאך דא וואס האלטן אנדערש, איך וועל שרייבן וואס איך האלט.

מיר זענען א חבורה וואס האלט זיך שטארק צוזאמען, מיר פלעגן כמעט יערליך פארן קיין מירון. פאריאר איז דאך נישט מעגליך געווען צו פארן. אפילו דא איז נישט מעגליך געווען צו פראווען. די יאר האבן מיר געפלאנט צו פראווען ביי אונז אין שטיבל. נעכטן נאכט דארף איך נישט זאגן אז קיינער איז נישט געווען אין די גיסטע צו טאנצן. נאכן זאגן תהלים לרפואת אלע געשעדיגטע האט מען גערעדט אז אפשר פאסט נישט צו טאנצן די יאר. עס האט אויסגעזען אז מען וועט שוין אהיימגיין פאר די נאכט. און דאן האב איך מיר דערמאנט א מעשה.

*****

מזל טוב, די שמחה איז גרויס! מען האט א שידוך געטון. מען באשטימט א יום החופה. די גאנצע משפחה גרייט זיך, און דאן האט עס פאסירט..

עס קומט די נייעס אז דער טאטע איז שרעקליך קראנק. די חתונה ווערט אפגעשטופט ווייל די מאמע איז א גאנצן טאג אין שפיטאל. ענדליך ווערט ער בעסער. מען באשטימט א פרישע יום החופה. ענדליך קומט דער טאג שוין אן. אבער אויפן וועג צו גיין צום חתן צו בענטשן און צו טראגן צום חתונה, האט א קאר אריינגעהאקט אינעם טאטן. ווען הצלה איז אנגעקומען איז שוין נישט געווען וואס צו טון.

האט מיר דער חתן געזאגט נאך דעם, דו וועסט מיר אנקוקן מאדנע אבער איינס פין די זאכן וואס האבן די מערסטע געשטערט איז אז קיינער כמעט האט נישט געוואלט טאנצן, איך פארשטיי אז זיי זענען טרויעריג, איך בין אויך געווען. די תורה זאגט אבער אז איך דארף זיין פרייליך און אז איך דארף פרייליך מאכן מיין כלה, שטיי נישט ביי מיין חתונה און וויין! טריי מיך כאטש צו מאכן פרייליך.

****

היינט איז די חתונה פון רשב"י (יומא דהילולא). עס איז טאקע געשען א שרעקליכע זאך אבער צושטער מיר נישט מיין חתונה.
וועגן דעם האב עכ"פ פראבירט צו טאנצן.

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 6:20 pm
דורך מפיל קינד
איך וואלט ארויסגעגאנגען פון זאל וויינען אינדרויסן.

און אויב דו האסט טאקע געטאנצן ווייל האסט געשפירט אז דאס איז ר' שמעון'ס חתונה, שיק איך דיר שוין א קוויטל אין אישי.

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 6:22 pm
דורך אישתישבי
אז דער חתן גייט אהיים איז נישטא קיין חתונה.

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 6:34 pm
דורך מפיל קינד
העניך האט געשריבן:און א חתן וואס האלט אז מ'דארף אים משמח זיין אין אזא צייט איז א סעלפישער און קאלטבלוטיגער בעיבי.

ביטע זיי נישט אזוי שארף. מען האט נאר חתונה איינמאל אין לעבן, און א חתן מעג וועלן אז מ'זאל אים נישט באוויינען זיין חתונה.

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 6:45 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 6:55 pm
דורך real fake news
און לאמיר נישט פארגעסן אז מרעדט נישט דא פון פורים אדער שמחת תורה (אדער סתם א יו״ט) וואס איז באשטימט געווארן אלץ ימי שמחה.
מרעדט דא פון א יו״ט וואס איז נישט מער ווי 500 יאר אלט און סהאט קוים עפעס שוואכע מקורות, אבער סווערט הייליגער ווי גאנץ יידישקייט.

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 7:06 pm
דורך מפיל קינד
500 יאר אלט?

אין ארץ ישראל איז די יו"ט אפשר 150 יאר אלט. אין מאראקא און טוניזיע איז עס שוין געווען א יו"ט 500 יאר צוריק. זיי האבן אנגעהויבן די מצב אין מירון אויך.

אין די חסידישע מקומות אין אייראפע איז עס געווען אן ערנסטע טאג, אן קיין ריקודים ומחולות. רבי'ס האבן געפירט ווארימע ערנסטע טישן און מ'האט מתפלל געווען. (אלע ניגוני ל"ג בעומר פון חסידישע חצרות פון אייראפע זענען ווארימע ניגונים נישט לעבעדיגע, והלא דבר הוא).

די גאנצע שמחה אין מירון וואס איז היינט דא האבן געציילטע אשכנזים אנגעהויבן. אדמור"י רוזין האבן עס געהאט בקבלה און געציילטע אנשי ירושלים האבן דאס אנגעהויבן.

האדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל איז נישט געפארן קיין מירון ל"ג בעומר, ווי רוב אנדערע אדמורי"ם. תולדות אברהם יצחק פלעגט יא פארן מיט הרמ"א פריינד, און נאך זיין פטירה האט ער אנגעהויבן צו צינדן במקומו על גג המערה.

בערך תש"ס האט תולדות אהרן אויך אנגעהויבן צו פארן און ביז א יאר-צוויי האט זיך אנגעהויבן זיין הדלקה. און צוביסלעך האט זיך אנגעהויבן די מצב בחצרות החסידים.

שפעטער האט זיך עס אריבערגעכאפט קיין מאנראו, און פון דארט קיין סקווירא, באבוב 45, און היינט אויב איינער טאנצט נישט נאך אזא טראגעדיע צושטערט שוין חתונות...

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 7:07 pm
דורך אנטוישטער יונגערמאן
real fake news האט געשריבן:און לאמיר נישט פארגעסן אז מרעדט נישט דא פון פורים אדער שמחת תורה (אדער סתם א יו״ט) וואס איז באשטימט געווארן אלץ ימי שמחה.
מרעדט דא פון א יו״ט וואס איז נישט מער ווי 500 יאר אלט און סהאט קוים עפעס שוואכע מקורות, אבער סווערט הייליגער ווי גאנץ יידישקייט.


דער חתם סופר איז געווען קעגן די פייערונג אין מירון

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 1:28 am
דורך מפיל קינד
ס'איז טראגי-קאמיש אז פונקט באבוב 45 און סקווירא, וואס האבן נישט געקענט אויפגעבן דעם הייליגן פייער בשעת עס גיסט זיך אידיש בלוט פון 45 קרבנות, האבן ביידע געקענט מבטל זיין די שושן פורים טישן פאר 15 יאר צוריק ווען בנציון דאננער איז אוועק...

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 1:35 am
דורך אישתישבי
מפיל קינד האט געשריבן:500 יאר אלט?

אין ארץ ישראל איז די יו"ט אפשר 150 יאר אלט. אין מאראקא און טוניזיע איז עס שוין געווען א יו"ט 500 יאר צוריק. זיי האבן אנגעהויבן די מצב אין מירון אויך.

אין די חסידישע מקומות אין אייראפע איז עס געווען אן ערנסטע טאג, אן קיין ריקודים ומחולות. רבי'ס האבן געפירט ווארימע ערנסטע טישן און מ'האט מתפלל געווען. (אלע ניגוני ל"ג בעומר פון חסידישע חצרות פון אייראפע זענען ווארימע ניגונים נישט לעבעדיגע, והלא דבר הוא).

די גאנצע שמחה אין מירון וואס איז היינט דא האבן געציילטע אשכנזים אנגעהויבן. אדמור"י רוזין האבן עס געהאט בקבלה און געציילטע אנשי ירושלים האבן דאס אנגעהויבן.

האדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל איז נישט געפארן קיין מירון ל"ג בעומר, ווי רוב אנדערע אדמורי"ם. תולדות אברהם יצחק פלעגט יא פארן מיט הרמ"א פריינד, און נאך זיין פטירה האט ער אנגעהויבן צו צינדן במקומו על גג המערה.

בערך תש"ס האט תולדות אהרן אויך אנגעהויבן צו פארן און ביז א יאר-צוויי האט זיך אנגעהויבן זיין הדלקה. און צוביסלעך האט זיך אנגעהויבן די מצב בחצרות החסידים.

שפעטער האט זיך עס אריבערגעכאפט קיין מאנראו, און פון דארט קיין סקווירא, באבוב 45, און היינט אויב איינער טאנצט נישט נאך אזא טראגעדיע צושטערט שוין חתונות...


די ווייסט נישט וואס די רעדסט.

דער מנהג איז זייער אלט 400-500 יאר.

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7 ... 7%90%D7%99

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 1:44 am
דורך שמעון וואלף
העניך האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:און לאמיר נישט פארגעסן אז מרעדט נישט דא פון פורים אדער שמחת תורה (אדער סתם א יו״ט) וואס איז באשטימט געווארן אלץ ימי שמחה.
מרעדט דא פון א יו״ט וואס איז נישט מער ווי 500 יאר אלט און סהאט קוים עפעס שוואכע מקורות, אבער סווערט הייליגער ווי גאנץ יידישקייט.

און רעד פון די הדלקות אליין וואס זענען קוים עטליכע יאר אלט, אבער האבן געמוזט אנגיין טויט אדער רויט. אין פאל פון באבוב-45 איז דער גאנצער הדלקה מנהג ליטערעלי עטליכע טעג אלט, אבער האט חלילה נישט געטארט אפגעשטעלט ווערן ווייל דער רבי האט זיך שוין געזען מיט'ן פאקל אין דער האנט.

האבן זיי געטאנצן מיט מוזיק?

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 1:47 am
דורך מפיל קינד
ליידער יא.

Re: פארוואס איך בין יא געטאנצען ל"ג בעמר תשפ"א.

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 2:57 am
דורך אונטער חכם
חתם סופר האט געשריבן:.
ווער איז דער אא''ז?

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 5:54 am
דורך berlbalaguleh
מפיל קינד האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:און א חתן וואס האלט אז מ'דארף אים משמח זיין אין אזא צייט איז א סעלפישער און קאלטבלוטיגער בעיבי.

ביטע זיי נישט אזוי שארף. מען האט נאר חתונה איינמאל אין לעבן, און א חתן מעג וועלן אז מ'זאל אים נישט באוויינען זיין חתונה.

ביי אונ אין די משפחה איז געווען אן ענליכער מצב. מיין פעטער (דער זיידע פון די כלה) איז ל"ע אוועק אין טאג פון די חופה פון זיין אייניקל. און די רבנים האבן געפסקנ'ט אז די גאנצע חתונה, אריינגערעכנט די חופה זאלל אנגיין אומגעשטערט. נאכדעם האטציך די מאמע פו די כלה געזעצט שבעה...!

Re: פארוואס איך בין יא געטאנצען ל"ג בעמר תשפ"א.

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 9:55 am
דורך א חסיד פון ווילנא
א בפירושע גמרא און הלכה, מעבירן את המת מלפני הכלה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 11:20 am
דורך ישעיה
אונטער חכם האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:.
ווער איז דער אא''ז?

פון וויקיפידיע
רבי דוד אביו של ר' יוחנן מרחמסטריווקא (ה'תרל"ב 1872 - י"ג בתמוז ה'תשי"א 1951). נישא לשפרה, בת רבי אברהם יהושע העשיל טברסקי מסקווירא. סגנון הנהגתו היה עממי. נטמן בבית הקברות סנהדריה בירושלים.

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 11:37 am
דורך real fake news
אישתישבי האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:500 יאר אלט?

אין ארץ ישראל איז די יו"ט אפשר 150 יאר אלט. אין מאראקא און טוניזיע איז עס שוין געווען א יו"ט 500 יאר צוריק. זיי האבן אנגעהויבן די מצב אין מירון אויך.

אין די חסידישע מקומות אין אייראפע איז עס געווען אן ערנסטע טאג, אן קיין ריקודים ומחולות. רבי'ס האבן געפירט ווארימע ערנסטע טישן און מ'האט מתפלל געווען. (אלע ניגוני ל"ג בעומר פון חסידישע חצרות פון אייראפע זענען ווארימע ניגונים נישט לעבעדיגע, והלא דבר הוא).

די גאנצע שמחה אין מירון וואס איז היינט דא האבן געציילטע אשכנזים אנגעהויבן. אדמור"י רוזין האבן עס געהאט בקבלה און געציילטע אנשי ירושלים האבן דאס אנגעהויבן.

האדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל איז נישט געפארן קיין מירון ל"ג בעומר, ווי רוב אנדערע אדמורי"ם. תולדות אברהם יצחק פלעגט יא פארן מיט הרמ"א פריינד, און נאך זיין פטירה האט ער אנגעהויבן צו צינדן במקומו על גג המערה.

בערך תש"ס האט תולדות אהרן אויך אנגעהויבן צו פארן און ביז א יאר-צוויי האט זיך אנגעהויבן זיין הדלקה. און צוביסלעך האט זיך אנגעהויבן די מצב בחצרות החסידים.

שפעטער האט זיך עס אריבערגעכאפט קיין מאנראו, און פון דארט קיין סקווירא, באבוב 45, און היינט אויב איינער טאנצט נישט נאך אזא טראגעדיע צושטערט שוין חתונות...


די ווייסט נישט וואס די רעדסט.

דער מנהג איז זייער אלט 400-500 יאר.

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7 ... 7%90%D7%99

דאס אז גאנץ כלל ישראל פייערט לג בעומר איז אפשר הונדערט יאר אלט,
500 יאר צוריק איז מסתם געווען 20 מענטשן אין מירון און אלע זענען געווען מקובלים.

Re: פארוואס איך בין יא געטאנצען ל"ג בעמר תשפ"א.

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 3:06 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
העניך האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:א בפירושע גמרא און הלכה, מעבירן את המת מלפני הכלה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

דאס מיינט אז אויב ס'איז דא א חתונה אין שטאט און א לויה גייט דארפן דורכגיין די גאס וואו די חתונה קומט פאר, זאל מען נישט צעשטערן די חתונה נאר ארומגיין דורך אן אנדערן וועג. דאס האט זערא מיט א זמן ווען כלל ישראל איז איינגעהילט אין טרויער נאך א שרעקליכע טראגעדיע וואס מ'האט כמעט נישט געהערט אזוינס אין שלום-צייטן פאר הונדערטער יארן, אז מ'זאל נישט קענען אפשטעלן א "מנהג" וואס איז קוים געבוירן געווארן, און דארף צו זיין א קשר מיט אותו מקום ווי די שרעקליכע טראגעדיע איז פארגעקומען.
ניין, עס מיינט אז אויב די כלה׳ס טאטע/מאמע איז אוועק שטופט מען אפ די לווי׳ כדי נישט צושטערן די שמחה, עיין שם בגמרא ומפרשיו

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

Re: פארוואס איך בין יא געטאנצען ל"ג בעמר תשפ"א.

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 3:29 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
העניך האט געשריבן:אגב, ס'איז כדאי זיך צו מתבונן זיין אין דעם פרט: די אדמו"רים וואס פירן נאר טישן אום ל"ג בעומר האבן אלע פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין צייט פאר מוזיק און פייערונגען און האבן אלעס מבטל געווען. אבער די אדמו"רים וועלכע האבן זייער איין-מאל-א-יאריגע איווענט פון מאכן א הדלקה האבן זיך נישט געקענט ברענגען דאס איינצוזען. ודו"ק.
און וואס אמז מיט די מג"א וואס מהר"א האט אראפגעברענגט וועגן מבטל זיין שמחה בל"ג בעומר?, אפשר האבן די אנדערע נישט געוויסט/געדענקט דעם מג"א?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 3:32 pm
דורך פארווע חסיד
העניך האט געשריבן:אגב, ס'איז כדאי זיך צו מתבונן זיין אין דעם פרט: די אדמו"רים וואס פירן נאר טישן אום ל"ג בעומר האבן אלע פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין צייט פאר מוזיק און פייערונגען און האבן אלעס מבטל געווען. אבער די אדמו"רים וועלכע האבן זייער איין-מאל-א-יאריגע איווענט פון מאכן א הדלקה האבן זיך נישט געקענט ברענגען דאס איינצוזען. ודו"ק.

ברוך שכיוונתי
זייער א ריכטיגע נקודה.

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 5:27 pm
דורך לבונה זכה
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:אגב, ס'איז כדאי זיך צו מתבונן זיין אין דעם פרט: די אדמו"רים וואס פירן נאר טישן אום ל"ג בעומר האבן אלע פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין צייט פאר מוזיק און פייערונגען און האבן אלעס מבטל געווען. אבער די אדמו"רים וועלכע האבן זייער איין-מאל-א-יאריגע איווענט פון מאכן א הדלקה האבן זיך נישט געקענט ברענגען דאס איינצוזען. ודו"ק.
און וואס אמז מיט די מג"א וואס מהר"א האט אראפגעברענגט וועגן מבטל זיין שמחה בל"ג בעומר?, אפשר האבן די אנדערע נישט געוויסט/געדענקט דעם מג"א?


און וויינען מיט גראבע קולות קבל אלפי ישראל אינמיטן ל"ג בעומר, דאס שטימט יא מיטן מגן אברהם?

Re: פארוואס איך בין יא געטאנצען ל"ג בעמר תשפ"א.

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 10:56 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
העניך האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:א בפירושע גמרא און הלכה, מעבירן את המת מלפני הכלה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

דאס מיינט אז אויב ס'איז דא א חתונה אין שטאט און א לויה גייט דארפן דורכגיין די גאס וואו די חתונה קומט פאר, זאל מען נישט צעשטערן די חתונה נאר ארומגיין דורך אן אנדערן וועג. דאס האט זערא מיט א זמן ווען כלל ישראל איז איינגעהילט אין טרויער נאך א שרעקליכע טראגעדיע וואס מ'האט כמעט נישט געהערט אזוינס אין שלום-צייטן פאר הונדערטער יארן, אז מ'זאל נישט קענען אפשטעלן א "מנהג" וואס איז קוים געבוירן געווארן, און דארף צו זיין א קשר מיט אותו מקום ווי די שרעקליכע טראגעדיע איז פארגעקומען.
ניין, עס מיינט אז אויב די כלה׳ס טאטע/מאמע איז אוועק שטופט מען אפ די לווי׳ כדי נישט צושטערן די שמחה, עיין שם בגמרא ומפרשיו

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

עיינתי בש"ס ווילנא וראיתי כדבריי בגמרא ומפרשיה. איזה דפוס יש לך?
איר זענט גערעכט, עס איז א אנדערע גמרא כתובות ג: און שו"ע יו"ד שמג, אבער נאר אז עס איז נישט דא קיין געלט צו ספענדן נאכאמאל, עיי"ש

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 03, 2021 1:57 am
דורך קויפער
בליל ל"ג בעומר של אותה שנה – ה'תש"מ - בעוד ההכנות לתהלוכות בכל העולם מגיעות לשיא - אירע פיגוע רצחני בקריית ארבע-חברון. בשיחת יום ל"ג בעומר התייחס הרבי למאורעות בחברון, ואמר שזו תוצאה של מדיניות הוויתורים של הממשלה. הרבי הביע תקווה שהמאורע הקשה יניע את העומדים בראש "לשנות כיוון" ולעמוד בתוקף נגד אותם מחבלים ושולחיהם כפי התורה מצווה.

בד-בבד, חששו מארגני התהלוכה בקריית-ארבע-חברון - משפחת נחשון ופעילים נוספים שנרתמו לסייע - שמא בשל הפיגוע ותוצאותיו, לא כדאי בשעת 'אבל' כזו, לקיים את התהלוכה שתוכננה בקריית-ארבע.

אבל מייד הגיע מסר מרגיע מהרבי, וזו תוכנה: "הערב העביר כ"ק אד"ש מסר לארץ ישראל שהפיגוע הרצחני ל"ע ול"ע שהיה בחברון לא יפריע לתהלוכות ל"ג בעומר (בא"י) – שהרי מעבירין את כו' מלפני הכלה, ושלח ט"ז ספרי תניא וכן 3 דולר עבור ט"ז הפצועים בחברון".

המסר המדהים והברור מהרבי, הסיר מהפעילים את כל ספקותיהם: כאשר מתקיימות באותה העיר לוויה ל"ע ושמחת חתן וכלה, נפסק בהלכה – "מעבירים את המת מלפני הכלה"...