חברים אין בית מדרש, משפּחה מיטגלידער ארום די טיש, חברותות איבערן גמרא, שכנים אריבער די פארטשעס, און אלע פיר אינעם הייסן מקוה, מ'שמועסט און מ'שמועסט און נאכאמאל מ'שמועסט, בדרך כלל קאכט מען אין פאליטיק, דרייט אהער דרייט אהין, די צד יענע צד, ער האט אזוי געזאגט, און יענער האט אזוי צירוק געשריבן, אבי ס'לעבעדיג אזויווי מיין מלמד פלעגט זאגן ס'טוט זיך טישן אויף בענק (מיט די מונח זרקא ניגון).
פארהאן צוויי פאליטיק'ס,
איינס: די רבי'שע, היינט צוטאגס, נאך די קשיא וועלכע חסידות, קומט גלייך, די זעלבע פראגע, וועלכע? אלטע צו די נייע? א''י צו חוץ לארץ (און אין חוץ לארץ, וועלכע?) די גאס צו יענע סטריט? שווארצע אדער ווייסע?
צוויי: די וועלטליכע פאליטיק, רעכט צו לינקס, רעפובליקאנער און דעמאקראטן, קאפיטאליזם קעגן סאציאליזם, 'טראמפ-דיסענטעס' אדער 'ביידען-העריס'.
האב איך דא אזא שאלה, וועלכע איז ענדערש צו רעדן? צו די רבי'שע, ווי יעדע רגע מיט יעדע דיבור איז מען עובר אויף צענדליגע לאווין פון לשון הרע, רכילות, ליגענט זאגן, מצער זיין אידן, בארעדן מנהיגי ישראל און נאך, אבער לפּחות רעדט מען פון הייליגע אידן, וואס אפילו די ערגסטע איד איז בעסער פון די בעסטע גוי.
אדער ענדערש זאל מען רעדן פון די נידריגע גוי מיט זיינע נאך נידריגערע טאפיק'ס און אישוס, מיט אלע גארבעדזש און חזעריי וואס קומען אין די זעלבע פעקעדזש, אבער לפּחות בארעדט מען נישט קיין אידן וואס זענען אלע א חלק אלוקי ממעל?
נו וועלכע?
פאליטיק-וועלכע?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: פאליטיק-וועלכע?
די נידעריגע גוי'ס פאליטיק איז נישט צופיל אנדערש פונעם הייליגן איד'ס, אלעס דרייט זיך ארום די זעלבע זאך - געלט און מאכט.
אויב מיט'ן רעדן אויף אידן איז מען עובר אויף לשון הרע און אנדערע לאוין, איז וואס איז בכלל די שאלה?
וויאזוי טוט רעדן פון "הייליגע אידן" בארעכטיגן עובר זיין א לאו?
און וואס איז די פראבלעם צו רעדן פון די "נידעריגע גויאישע פאליטיק"?

- הודעות: 651
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 238 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל
Re: פאליטיק-וועלכע?
די שאלה איז צו רעדן אויף אישי צבור (public figures) הייסט לה"ר
סתם גואישע פאליטיק איז לכאורה נישט קיין פראבלעם (אפשר דברים בטלים? איך מיין אז נישט) אבער פון שמוץ וואס איז ניבול פה דארף מען שוין דן זיין וואס איז ערגער, לה"ר אויף יודן אדער ניבול פה?
ווען איך בין געווען א בחור (נישט מער געדאכט) איז געווען א חלק בחורים וואס זענן געווען ביזי מיט די חסידות און אנדערע פלעגן זיי אראפרייסן דערפאר אז מ׳ פארברענגט די צייט.
פלעגן די חסידים ענטפערן, מיט די בחורים וואס זענן ביזי מיט די יענקיס אדער מעטס האט עטץ נישט קיין פראבלעם, סא דאס איז מיין טים, אלץ בעסער רעדן פון יודישע אינטערטעימענט
און זיי זענן געווען גערעכט
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
לויט די כללים פונעם רמב״ם הייסט עס נישט קיין לשון הרע אויב דריי מענטשן ווייסן דערפון און מ׳דערציילט סתם פאר אונטערהאלטונג און נישט צו באשמוצן, דער חפץ חיים איז טאקע מער מחמיר אבער איך זעה נישט פארוואס מ׳זאל זיך נישט קענען פארלאזן אויפ׳ן רמב״ם, ומי יבוא אחרי המלך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל