בלאט 1 פון 4
נפתלי בנט, ערשטער פרומע פרעמיער אין מדינת ישראל
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 1:21 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז יעצט באשטעטיגט געווארן די דיעל וואס איז געמאכט געווארן צווישן נפתלי בנט און יאיר לפיד צו מאכן א רעגירונג ארויסצושטויסען ביבי נתניהו. אפילו לפיד האט אסאך מער בענקלעך האט ער מסכים געוועהן צו געבן די פריים מיניסטארשאפט פאר בנט אבי ער זאל מסכים זיין פאר א קאאליציע.
זייענדיג א פרומע איד, וועט נפתלי בנט זיין דער ערשטער פרומער פריים מיניסטאר אין מדינת ישראל.
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 1:41 pm
דורך קורקלענד
ער איז מער פרום ווי מנחם בעגין?
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 1:41 pm
דורך ישעיה
חתם סופר האט געשריבן:זייענדיג א פרומע איד
נאום משה"ק סופר מפפד"מ?
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 1:42 pm
דורך ישעיה
קורקלענד האט געשריבן:ער איז מער פרום ווי מנחם בעגין?
דתי ווס מסורתי
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 1:46 pm
דורך קורקלענד
מסורה אן דתי איז צומאל בעסער אדער מער אידיש ווי דתי אן מסורה.....
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 1:55 pm
דורך רביה''ק זי''ע
א מאדנעם קעפל פאר אזא היסטארישע געשעהעניש, אינטערעסאנט ווי מ׳נעמט איין פרט אין אזא דראמא און ארום דרייט זיך די גאנצע שמועס.
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 2:41 pm
דורך מאנטריאל
ער רעדט דאך אזוי עקסטרעמיסטיש איך דערמאן זיך פון מיין משגיח אין ישיבה, ביבי רעדט שוין בעסער ווי אים.
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 4:34 pm
דורך אלע צוזאמען
ווי שטעקט זיין פרומקייט? דאס וואס ער זאגט, ביבי געבט זיך אויך אן אלץ א מסורתי, און נאך א חב''ד שליח! נישט ער און נישט ער זענען פרום.
און ווי איז מנחם בעגין פארשווינדן געווארן?
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 5:00 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד האט געשריבן:ער איז מער פרום ווי מנחם בעגין?
ער איז 100%א שוצותומ"צ. נאר זיין קאפל איז א ביסל צו שטארק אראפגערוקט.
ער און זיין טאטע זענען בעלי תשובה. ער דערציילט אן אינטרעסאנטן עפיזאד. וואס מ'זאגט אויף עטליכע פון די פיהערס אין מדינת ישראל. נאר ער פארציילט אז בדידיה הוה עובדא.
זיין טאטע איז אריגינאל געווען א פרייער איזראעלי וואס האט עמיגריגט קיין אמעריקע. און ער איז אמעריקאניזירט געווארן.
שפעטער ווען ר'איז געווארן א בעל תשובה האט מען איהם געגעבן אן עליה אין ביהמ"ד. ווען מ'האט איהם געפרעגט זיין נאמען האט ער געזאגט..."דזשעק"...האט דער גבאי געזאגט......"יעקב"...בן...? האט ער געענטפערט בן ארבעים....לאל...!
אליין געהערט מפי קדשו...!
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 6:28 pm
דורך מפיל קינד
שומר תורה ומצוות?!?! ביסט אויפן קאפ געפאלן?? ניטאמאל פרום בכלל.
סך הכל איז זיין סאשעל מידיע פארמאכט שבת, יו"כ עסט ער נאר אינדערהיים, און ער האט א קאפל וואס איז אים צוניץ געקומען אלס יו"ר הבית היהודי פארטיי.
Re: נפתלי בנט, ערשטער פרומע פרעמיער אין מדינת ישראל
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 7:26 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
מפיל קינד האט געשריבן:שומר תורה ומצוות?!?! ביסט אויפן קאפ געפאלן?? ניטאמאל פרום בכלל.
סך הכל איז זיין סאשעל מידיע פארמאכט שבת, יו"כ עסט ער נאר אינדערהיים, און ער האט א קאפל וואס איז אים צוניץ געקומען אלס יו"ר הבית היהודי פארטיי.
ער האט דיך געלאדענט פאר א יו"כ סעודה צו זיך אינדערהיים?? פון וואנעט ווייסטו, האסט געגעסן צוזאמען מיט עם??
יא ער איז אנגענומען פאר א פרומען איד, טאקע א מאדערנע ארטאדאקסישער איד אבער פאר א פרומער, דאווענט דריי מאל א טאג, היט שבת און טהרת המשפחה. קען טאקע זיין ער גייט נישט לא תבושי מיט א רעזשוואלקע, און קלאטש נישט צוזאם די הענט ביי בואי כלה שבת מלכתא, אבער א פרומער איד איז ער נאך אלץ
Re: נפתלי בנט, ערשטער פרומע פרעמיער אין מדינת ישראל
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 7:52 pm
דורך תוהו ובוהו
מפיל קינד האט געשריבן:שומר תורה ומצוות?!?! ביסט אויפן קאפ געפאלן?? ניטאמאל פרום בכלל.
סך הכל איז זיין סאשעל מידיע פארמאכט שבת, יו"כ עסט ער נאר אינדערהיים, און ער האט א קאפל וואס איז אים צוניץ געקומען אלס יו"ר הבית היהודי פארטיי.
ער איז א פולקאמע דתי, דאכצעך זיין ווייב איז פריי.
ווילסט מערער זיין וואס ער טוט אינדערהיים?! האב איך דיר א לאנגע ליסטע פאר אים..
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 8:10 pm
דורך berlbalaguleh
מפיל קינד האט געשריבן:שומר תורה ומצוות?!?! ביסט אויפן קאפ געפאלן?? ניטאמאל פרום בכלל.
סך הכל איז זיין סאשעל מידיע פארמאכט שבת, יו"כ עסט ער נאר אינדערהיים, און ער האט א קאפל וואס איז אים צוניץ געקומען אלס יו"ר הבית היהודי פארטיי.
נו, הייסט ער נישט קיין מחלל שבת בפרהסיא. אבער ער איז אן אמת'ער ערליכער איד...!
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 8:41 pm
דורך מפיל קינד
חתונה געהאט מיט א פרייע, אבער ער איז פרום...
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 9:04 pm
דורך סעגאל
וואס פרום? ווען פרום? ער איז דאך א ציוני!!! פוי!!!
(אויזער אויב ער האט אליינס נישט געוועלט פאר זיך)
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 9:46 pm
דורך berlbalaguleh
סעגאל: ביים בארג סיני האט מען געגעבן די תורה. נישט ציונות. א איד וואס האלט שבת און ער עסט כשר'ס הייסט אן ערליכער איד. כאטש ער איז א ציוני.
ועוד. ווער דען זאלל זיין א ציוני...? דער רוסישער גוי. וואס פרעסט חזיר און איז מחלל שבת. היינט זענען נאר די רעליגיעזע די ציונים. די פרייע חברה זענען שוין גויים גמורים...! זיי האב דאס ציונות אינגאנצן פארפאקט...!
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 10:25 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
אז ער וועט גיין מיט די לינקע וועט ער זיין א סאטמארער אויכעט. ווייל ער וועט האלטען פון צוריקגעבן שטחים...
מענין לבנין... א כפול שמונהדיגער חב"דסקער האט מיר אמאל געזאגט אז ער גייט נישט אויף דייעט! זאגענדיג אז "דער רבי האט נישט געהאלטען פון אויפגעבן שטחים...
נשלח: מאנטאג מאי 31, 2021 1:58 am
דורך אלע צוזאמען
ווי פרום קען מען זיין ווען מ'שטעלט זיך צוזאם מיט די לינקע? מיט די אראבער'ס, מילא, מיט די לינקע?!?
נשלח: מאנטאג מאי 31, 2021 5:04 am
דורך סעגאל
berlbalaguleh האט געשריבן:סעגאל: ביים בארג סיני האט מען געגעבן די תורה. נישט ציונות. א איד וואס האלט שבת און ער עסט כשר'ס הייסט אן ערליכער איד. כאטש ער איז א ציוני.
ועוד. ווער דען זאלל זיין א ציוני...? דער רוסישער גוי. וואס פרעסט חזיר און איז מחלל שבת. היינט זענען נא
ר די רעליגיעזע די ציונים. די פרייע חברה זענען שוין גויים גמורים...! זיי האב דאס ציונות אינגאנצן פארפאקט...!
בערל איך האב דיר נייעס די איסר פין עסן חזור האט מען אויך נישט געזאגט ביי מתן תורה. נאר משה רבינו האט געזאגט אז ג-ט האט אים געהייסען. און דעמאלטס האט ער אויך געזאגט די איסר פין מינות.
איך פארשטיי אז דא אויף ק"ש כדאי צי ווערן אנגענימען צווישן עולם דארף מען קענען אנווייזן וואס אין אידישקייט מען האט אויפגעגעבן איינעם איז עס לייקענען זוהר אין איינעם איז עס לייקענען מדריש. איינעם לייקענען בריאת שמים און איינעם - בעיקר סאטמערע ווייל ביי אנדערע איז דאס נישט קיין עולה - ציונת.
(איך ווייס אפי' נישט פארוואס איך שרייב עס אבער שוין)
נשלח: מאנטאג מאי 31, 2021 12:06 pm
דורך Hadasim
סעגאל האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:סעגאל: ביים בארג סיני האט מען געגעבן די תורה. נישט ציונות. א איד וואס האלט שבת און ער עסט כשר'ס הייסט אן ערליכער איד. כאטש ער איז א ציוני.
ועוד. ווער דען זאלל זיין א ציוני...? דער רוסישער גוי. וואס פרעסט חזיר און איז מחלל שבת. היינט זענען נא
ר די רעליגיעזע די ציונים. די פרייע חברה זענען שוין גויים גמורים...! זיי האב דאס ציונות אינגאנצן פארפאקט...!
בערל איך האב דיר נייעס די איסר פין עסן חזור האט מען אויך נישט געזאגט ביי מתן תורה. נאר משה רבינו האט געזאגט אז ג-ט האט אים געהייסען. און דעמאלטס האט ער אויך געזאגט די איסר פין מינות.
איך פארשטיי אז דא אויף ק"ש כדאי צי ווערן אנגענימען צווישן עולם דארף מען קענען אנווייזן וואס אין אידישקייט מען האט אויפגעגעבן איינעם איז עס לייקענען זוהר אין איינעם איז עס לייקענען מדריש. איינעם לייקענען בריאת שמים און איינעם - בעיקר סאטמערע ווייל ביי אנדערע איז דאס נישט קיין עולה - ציונת.
(איך ווייס אפי' נישט פארוואס איך שרייב עס אבער שוין)
הנה סיפור שקרה אצל הגאון רבי חיים עוזר גרודזינסקי זצ"ל רבה של וילנא. באו אליו עם מכתב שבו היה כתוב כי אסור לדבר לשון הרע ומי שמדבר לשון הרע זה כמו שאכל דבר אחר, ור' חיים עוזר לא הסכים לחתום
הגיעו אליו הרבנים ושאלו היתכן שאינו חותם נגד לשון הרע, אמר להם, אם באתם לחזק את האיסור של לשון הרע אני לצידכם אבל אם באתם להחליש את האיסור של דבר אחר אני נגדכם, ולכן הסירו הרבנים את הענין של דבר אחר, הבינו כי טעו, החליפו את הנוסח.
לענייננו: זייט מוחל, חזיר (שאיסורו נכתב במפורש בתורתנו הקדושה) און ציונות זענען נישט די זעלבע, און טאהר קיינמאהל נישט ווערן פארגלייכט.
נשלח: מאנטאג מאי 31, 2021 5:01 pm
דורך איציק
תוהו ובוהו האט געשריבן:
ער איז א פולקאמע דתי, דאכצעך זיין ווייב איז פריי.
ווילסט מערער זיין וואס ער טוט אינדערהיים?!
ווי קען מען זיין "פולקאם" דתי, אויב די פרוי איז פריי?
נשלח: מאנטאג מאי 31, 2021 5:10 pm
דורך איציק
berlbalaguleh האט געשריבן:סעגאל: ביים בארג סיני האט מען געגעבן די תורה. נישט ציונות. א איד וואס האלט שבת און ער עסט כשר'ס הייסט אן ערליכער איד. כאטש ער איז א ציוני.
אנכי ולא יהיה לך מפי הגבורה שמענו. דער רעיון הציוני פון אליין אנטשיידן אונזער גורל, איז ריכטיגע אפיקורסות. אויב דער אינדעווידואלער מזרחי'סט האט א דין פון א מין, דאס איז פאר א רב צו פסקנ'ן.
berlbalaguleh האט געשריבן:ועוד. היינט זענען נאר די רעליגיעזע די ציונים.
גאר אסאך דמתקרייא "פריי" זענען למעשה עטוואס טראדיציאנאל. די מאמע צינדט ליכט ערב שבת, און דער פאטער הייסט די קינדער אנצינדן די לעקטער שבת... (אליין געהערט אזא מעשה פון א פרייער!)
ביזט אבער גערעכט אז נאר ביי די געשטריקטע קאפעלעך (נישט תולדות אהרן...) איז ה' אייר נאך אלץ א יו"ט.
נשלח: מאנטאג מאי 31, 2021 6:43 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איציק האט געשריבן: דער רעיון הציוני [הסאטמורי] פון אליין אנטשיידן אונזער גורל