בלאט 1 פון 2

שיינע נאציאנאלע הימנעס

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 7:45 pm
דורך שמן למאור
כמעט יעדע מדינה אויפן וועלט האט א נאציאנאלע הימנע, אדער אויף ענגליש א national anthem, דאס איז א לידל וואס איז די "ניגון פונעם לאנד", עס ווערט געזינגען און אלע חשובע זמנים, ווי די יום העצמאות פונעם מדינה אדער ביי לוית אדער ווען מען שווערט אריין נייע לאנדס פירער, אדער ביי סתם פאראדעס

געווענליך האט די ליד ווערטער פון שטאלץ אדער האפענונג מיט פאטריאטישע פראזן ארויסצוברענגען די מעכטיגקייט און די שטארקייט פונעם לאנד, און היות די לידער זענען שוין אסאך יארן אלט, רוב מאל הונדרעטער יארן, האט עס עפעס א שטארקע חן און א פארצייטישקייט, עס איז נישט היפ האפ אדער דזשעז, א זאך וואס איז נאך נישט געווען מיט אזוי פיל יארן צירוק, נאר עס איז על פי רוב שיינע קלאסישע אדער ריהוגע ניגונים

איך וויל דא עפענעם די אשכול פאר דעם צוועק, ציצוברענגען די הימנעס פון לענדער, און אפשר אביסל היסטאריע און קרישקעלעך איבער די ניגונים, וויפיל עס וועט זיין אינטרעסאנט

לאמיר אנהויבן מיטן "התקוה" ניגון פון מדינת ישראל,

די ארגינעלע ווערטער זענען אפגעשריבן געווארן אלץ א פאום, דורך א פרייע איד און פאעטיסט, מיטן נאמען נפתלי הירץ אימבער פון שטאט זלאטשוב אין יאר תרל"ח לפ"ק, ער האט עס דאן ארויסגעגעבן אין א פאעטישן ביך וואס ער האט געשריבן
בשנת תרמ"ב האט ער עולה געווען קיין ארץ ישראל וואס איז נאך דאן געווען אינטער די טערקישע אטאמאן הערשאפט, ער האט פארגעליינט די פאום פאר די ארטיגע אידישע תושבים אין ראשון לציון און רחובות, און אויפגעלעבט די ציבראכענע גלות אידן אז עס איז דא א תקוה, און איין טאג וועלן אונז הערשן אויפן לאנד פון אינזערע אבות,
מיט בערך צען יאר שפעטער האט א אינגע בעל מנגן פון בערך אכצן יאר אלט מיטן נאמען שמואל כהן ארויפגעלייגט די ווערטער אויף אן אלטע אטאליענישע ניגון מיט אפאר שנוים
https://youtu.be/KK1Im3cvpz8

https://youtu.be/4HXfC0LJbl0

עס איז דא וואס זאגן אז די ניגון קומט גאר פון הייליגע מקורות, יש אומרים אז די מעזריטשע מגיד האט גאר פארפאסט דעם ניגון, אבער איך ווייס נישט ווי קראנט די שמיעות זענען, למעשה איז די ניגון מיוחס אין די וועלט צו א גוי א פידל טיטשער און קאמפאזירער Gasparo Zanetti

למעשה איז די ניגון בליץ שנעל פארשפרייט געווארן סיי ביי די אידן אין ארץ ישראל און סיי ביי די אידן און אייראפע,
די חברה פונעם חובבי ציון באוועגונג האבן עס גלייך גענימען אלס זייערע הימנע,

שפעטער ביי די ציוניסטישע קאנגרעסן האט מען אלץ פארגעשטעלט אפציעס פון ניגונים וואס זאל דינען אלס דעם הימנע, און מען האט נישט געטראפן עפעס וואס די עולם זאל איינשטימען דערויף, למעשה איז די התקוה ניגון געווארן מער און מער פאפולער צעווישן די נייע יונגע ציונים, און ביי די פיפטע קאנגרעס זיצונג וואס איז פארגעקומען אין יאר תרס"א האט זיך די סעסיע געשלאסן מיט געזענג פון די ניגון,
ביי די זעקסטע קאנגרעס אין יאר תרס"ג האבן עס געזינגען די וועליכע זענען געווען קעגן די פלאן פון גרינדן מדינת ישראל אין אגאנדא, אפריקע, און האבן ארויסגעהויבן דעם "עין לציון צופיה"

ביי די אכצענטע קאנגרעס אין יאר תרע"ג אין פראג, האט מען אדאפטירט די ניגון אלס הימנע, הגם אפעציעל באשטעטיגט, האט מען עס נאר גאר לעצטנס בשנת תשס"ד
די בריטישע האבן גלייך ארויסגעלייגט אן איסור דערויף, אויס מורא פון די צארן פון די אראבערס,
למעשה איז דאס אבער געווארן די עיקר ניגון פינעם ציוניסטישן באוועגונג, און איז עד היום א חלק בלתי נפרד פונעם ציוניסטישן שטאלץ פינקט ווי די פאון

ווי עדות גיבן איבער, איז בשעת די נאציס ימח שמם האבן אריינגעטריבן די אידן אין די גאז קאמערן, און אינזערע זיידעס האבן געזינגען דעם אני מאמין אויסהויכענדיג דערביי זייערע הייליגע נשמות על קידוש השם, האבן די ציונים געזינגען מיט א ברען מיט טרערן אין די אויגן דעם התקוה ניגון

מערווידיג איז די פאקט אז הגה"צ ר' אי"ה קוק זצ"ל האט פארגעשלאגן א צווייטע ניגון מיטן נאמען "האמונה" מיט מער א אידישע מהלך, וואס הייבט ארויס אז די עיקר סיבה זיך צירוקציקערן צום לאנד איז צו היטן די תורה ומצות, אבער עס איז למעשה נישט געווארן אנגענימען, און ער האט צום סוף געשטיצט די התקוה ניגון

פאלגנד איז די ליריקס פון די ניגון האמונה פון רב קוק:

לעד חיה בלבבנו
האמונה הנאמנה
לשוב אל ארץ קדשנו
עיר בה דוד חנה.  

שמה נעמוד לגורלנו
אב המון קנה
שמה נחיה חיינו
חיי עדת מי מנה.

שמה נעבוד אלוקנו
בחדוה בגילה וברננה
שמה נעלה לרגלנו
שלש פעמים בשנה.

תורת חיים חמדתנו
מפי עליון ניתנה
נצח היא נחלתנו
ממדבר מתנה.

דא האט איר די האמונה ניגון ווי חזן העלפגאט זינגט עס
https://youtu.be/p-OWzbaCO3k

דא איז די ליריקס פון התקוה:

כל עוד בלבב פנימה
נפש יהודי הומיה
ולפאתי מזרח קדימה
עין לציון צופיה

עוד לא אבדה תקותינו
התקוה בת שנות אלפים
להיות עם חפשי בארצינו
ארץ ציון וירושלים
(ארץ ציון דוד בה חנה)

דא האט איר די ליריקס פון התקוה ציזאמען מיטן ניגון
https://youtu.be/V9hav4QPSeU

דא האט איר א ריזיגע בענד מיט א קווייער וואס זינגט עס
https://youtu.be/Bn4iVOt3OAE

א הערליכע ווערסיע פון א כאר וואס זינגט עס ביי א גרויסע מעמד (כבין נישט זיכער וואו דאס איז, איינער ווייסט?)
https://youtu.be/lMwSlp7I7IQ

די אריגינעלע כתב יד פון די ווערטער

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 10:34 pm
דורך שמן למאור
די רוסישע נאציאנאלע הימנע ווערט פארעכנט אלץ איינע פון די שענסטע אויב נישט די סאמע שענסטע הימנע, אפגעזען צו די האלטסט יא פון רוסלאנד אדער נישט, אט איז די ניגון
https://youtu.be/AOAtz8xWM0w

אינסראמענטאל
https://youtu.be/k3IQC3HCg-w

נאך פון א כאר
https://youtu.be/a6YyBA_0yts

רוסלאנד איז אדורך אסאך סטעידזעס פון פאר קאמוניזם דאן די סאוויעטישער צייטן דערנאך די אויפלעזונג דערפון, דאן די פוטין צייטן,
די ניגון איז אלס געבליבן די זעלבע נאר די ליריקס האט זיך כסדר געטוישט לויט די מצב,
ווען קאמאניזם איז געפאלן האט די נייע פירער באריס יעלצין געטוישט די ניגון אינגאנצן צו א נייע ניגון אבער עס איז געווען שטארק אימפאפולער, ווייל עס איז ווייט נישט געווען אזא שיינע ניגון, אט הערט
https://youtu.be/dWSFrh8jS5A

אינסטראמענטאל
https://youtu.be/kV9QVoqJas4

שפעטער ווען פוטין האט איבערגענימען די מלוכה אין 2000 האט ער צירוקגעטוישן די הימנע צום אמאליגן סאוויעטישן ניגון, (ער איז דאך סתם אזוי געווען א קאמאניזם ליבהאבער)
דא איז די נייע ליריקס פון יארע 2000:

Russia is our sacred state,
Russia is our beloved country.
A mighty will, great glory –
Your dignity for all time!

Be glorified, our free Fatherland,
The age-old union of fraternal peoples,
Ancestor-given wisdom of the people!
Be glorified, country! We are proud of you!

From the southern seas to the polar edge
Our forests and fields are spread out.
You are the only one in the world! You are the only one –
the native land so kept by God!

A wide scope for dreams and for life
The coming years open to us.
We are given strength by our fidelity to the Fatherland.
So it was, so it is and it will always be so!

די ליריקס געזינגען איבערגעטייטשט אויף ענגליש
https://youtu.be/i7pbnTI1_LM
דאס איז די אלטע סאוויעטעשע ווערטער

נאך א שיינע קליפ פונעם ניגון ווי די דייטשע מיליטערישע בענד שפילט עס ביי א באזיך פון פוטין
https://youtu.be/1bgMl3NQwS4

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 11:01 pm
דורך שמן למאור
די אמעריקאנע הימנע איז אויך גאר א שיינע ניגון, די היסטאריע דערפון איז נישט צו אינטרעסאנט, און עס האט זיך נישט ציפול געטוישט דורך די יארן,
וועל איך סתם ארויפשטעלן שיינע ווידיא'ס פונעם ניגון
קודם דא איז די ליריקס:

O say, can you see
By the dawn's early light
What so proudly we hail'd
At the twilight's last gleaming?

Whose broad stripes and bright stars
Through the perilous fight
O'er the ramparts we watch'd
Were so gallantly streaming?

And the rocket's red glare
The bombs bursting in air
Gave proof through the night
That our flag was still there

O say, does that star-spangled banner yet wave
O'er the land of the free
And the home of the brave?

די ניגון
https://youtu.be/vPKp29Luryc

אינסטראמענטאל
https://youtu.be/w5x_9KEogM8

מיט א בענד
https://youtu.be/DADmZdbQ9x8

די אמעריקאנע הימנע און דערנאך די איזרעילישע
https://youtu.be/9EOxnSC8A0Y

נאך פון א בענד אהן די ווערטער
https://youtu.be/LGvW6jHUHiY

לעידי גאגא ביי די איינשווערונג פון פרעזידענט ביידען
https://youtu.be/HezPdHTwdGA

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2022 12:29 am
דורך יעקב מעקסוועל
זייער א שיינע אשכול עצי.

דא האסטו אן אלטע אודיאו ריקארדינג פון התקווה, דאס איז פון אפגעשוואכטע אידן פון בערגן בעלזען נישט לאנג נאכן ווערן באפרייט. עס איז אומגלויבלעך ווי זיי שרייען אויס מיט די לעצטע כוחות "עוד לא אבדה תקותינו..!" עס איז געווארן אפגעכאפט דורך די בריטן וואס האבן באפרייט די לאגער, און געווארן אויפגעשפילט אויף די ענגלישע ראדיו. עס איז קענטיג אן אונגארישן אקצענט.


די ווערטע פונעם הויכן פאל איז אן עלטערע ווערסיע:

עוֹד לֹא אָבְדָה תִּקְוָתֵינוּ
הַתִּקְוָה הַנוֹשָׁנָה
לשּׁוּב לְאֶרֶץ אֲבוֹתֵינוּ
לָעִיר בָּהּ דָּוִד חָנָה.

https://www.youtube.com/watch?v=syUSmEbGLs4

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2022 1:47 am
דורך יעקב מעקסוועל
עצי שטים האט געשריבן:די אמעריקאנע הימנע איז אויך גאר א שיינע ניגון, די היסטאריע דערפון איז נישט צו אינטרעסאנט.
עס איז זייער אינטערסאנט. ביי די מלחמה פון 1812, נאך וואס די ענגלענדער האבן שוין געהאט פארברענט די ווייסע הויז, און אנגעמאכט נאך חורבנות, איז דאן פארגעקומען שלאכטן אין באלטימאר. די ענגלענדער האבן באמבאדירט פון זייערע שיפן, און די אמעריקאנער האבן זיך באפעסטיגט אויף די ברעגעס. איין טאג האבן די אמעריקאנער געשיקט צוויי שליחים צו פאהאנדלען מיט די בריטן איבער ארעסטאנטען, איינער פון זיי האט געהייסן פרענסיס סקאט קי.

די צוויי זענען ארויף אויפן בריטישער שיף, און נאך לענגערע פארהאנדלונגען א גאנצן טאג, האבן זיי אויסגעהאמערט אן ארעסטאנטען אויסטויש. ווען עס איז געקומען די צייט אהיימצוגיין, האבן די בריטן געזאגט זיי מוזן בלייבן אויף די שיף ביז מארגן. ווייל די בריטן האבן זיך געגרייט אויף א פרישע אטאקע יענע נאכט, און די צווי האבן צוגעזען די הכנות, אויב וואלט מען זיי ארויסגעלאזט יענע טאג, וואלטן זיי אלעס פארציילט פאר די אמעריקאנער.

אזוי האט זיך געשאפן די מאדנע סיטואציע פון צוויי אמעריקאנער וואס שטייען אינמיטן די נאכט אויף א בריטישער שיף, און קוקן צו ווי די ענגלענדער שיסן אויף באלטימאר פון די שיף, און אויך פון ארומיגע שיפן. אויפן יבשה איז געשטאנען א פעסטונג מיטן נאמען "פארט מק'הענרי", אויף די פעסטונג האבן זיי שטארק געשאסן.

פארט מק'הענרי האט געהאט א גרויסע פאן וואס האט געפלאטערט על המחנה, די פאן איז געווען 42 פיס לאנג, 30 פיס ברייט, און געהאט 15 שטרייפן און 15 שטערן. יענע פארנאכט זענען זיי געשטאנען אויפן שיף און געקוקט מיט רעספעקט צום גרויסן פאן, "איז דאס די לעצטע טאג וואס די פאן שטייט?" האבן זיי זיך געוואונדערט ווען די זון האט געשיקט אירע שקיעה שטראלן.

א גאנצע נאכט האבן די צוויי אמעריקאנער געקוקט אויב די פאן איז נאך דארט. יעדע מאל ווען די ראקעטן האבן אויפגעריסן מיט קולות, און דער הימל איז באלאכטן געווארן פון רויטע פייער פונקען, האבן זיי זיך געפרייט צו זען "יא! די פאן פלאטערט נאך", די סאלדאטן אינעם פעסטונג האלטן זיך שטארק.

נאך א לאנגע נאכט פון שיסערייען, ענדליך האט זיך עס אויפגעהערט, זענען די צוויי געבליבן פארזארגט אין די טונקעל. האבן אונזערע קרעפטן געקענט אויסהאלטן די שווערע באמבעדירונגען?

ווען די ערשטע זריחה שטראלן זענען אנגעקומען, איז זייער זארג פארשוואונדען...

אוי! זאג קענסטו זען?
דורך די ערשטע שטראלן פון די זריחה
דאס וואס אונז האבן אזוי ארויפגעקוקט
אין די לעצטע שטראלן פונעם שקיעה

וועמענס ברייטע שטרייפן און לעכטיגע שטערן
האבן דורכאויס די סכנות'דיגע קריג
און איבער די פעסטונג וואס אונז האבן געזען
אזוי שטאלץ געפלאטערט?

און די רויטע שיין פון די ראקעטן
די באמבעס אויפרייסנדיג אין די לופטן
האט אויפגעוויזן דורך די נאכט
אז אונזער פאן איז נאך דארט

אוי זאג, די שטערן-געשפרענקעלטע פאן פלאטערט נאך
איבער די לאנד פון די פרייע
און דער היים פון די העלדישע?

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2022 3:25 am
דורך מצפצף
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:זייער א שיינע אשכול עצי.

דא האסטו אן אלטע אודיאו ריקארדינג פון התקווה, דאס איז פון אפגעשוואכטע אידן פון בערגן בעלזען נישט לאנג נאכן ווערן באפרייט. עס איז אומגלויבלעך ווי זיי שרייען אויס מיט די לעצטע כוחות "עוד לא אבדה תקותינו..!" עס איז געווארן אפגעכאפט דורך די בריטן וואס האבן באפרייט די לאגער, און געווארן אויפגעשפילט אויף די ענגלישע ראדיו. עס איז קענטיג אן אונגארישן אקצענט.


די ווערטע פונעם הויכן פאל איז אן עלטערע ווערסיע:

עוֹד לֹא אָבְדָה תִּקְוָתֵינוּ
הַתִּקְוָה הַנוֹשָׁנָה
לשּׁוּב לְאֶרֶץ אֲבוֹתֵינוּ
לָעִיר בָּהּ דָּוִד חָנָה.

https://www.youtube.com/watch?v=syUSmEbGLs4
דאס איז די ארגינעלע ווערסיע.

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2022 9:19 am
דורך מנחם ציון
עצי שטים האט געשריבן:די אמעריקאנע הימנע איז אויך גאר א שיינע ניגון, די היסטאריע דערפון איז נישט צו אינטרעסאנט, און עס האט זיך נישט ציפול געטוישט דורך די יארן,
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=13580

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2022 9:56 am
דורך שמן למאור
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:די אמעריקאנע הימנע איז אויך גאר א שיינע ניגון, די היסטאריע דערפון איז נישט צו אינטערסאנט.
עס איז זייער אינטערסאנט.

טאקע אינטערסאנט,
עס האט פשוט נישט אויסגעזען צו אינטרעסאנט צו מיר ווען איך האב פראבירט נאכציקוקן די היסטאריע דערפון

ב"ה עס איז מלאכתי נעשה ע"י אחרים...

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2022 11:29 am
דורך [NAMELESS]
עצי שטים האט געשריבן:
א הערליכע ווערסיע פון א כאר וואס זינגט עס ביי א גרויסע מעמד (כבין נישט זיכער וואו דאס איז, איינער ווייסט?)
https://youtu.be/lMwSlp7I7IQ
ביים אפיציעלן יום העצמאות צערעמאניע פאר צוויי יאר צוריק.

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2022 12:29 pm
דורך שאלתיאל
היינט איז שוין נישט פאליטיקלי קארעקט צו זינגען 'נפש יהודי' מחמת חשש ראסיזם.

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2022 12:38 pm
דורך שמן למאור
די פראנצויזישע הימנע איז היינט די זעלבע ווי און יאר 1792 ווען עס איז געווארן די הימנע און די צייט פון די רעוועלאציע,
אט הערט
https://youtu.be/PIQSEq6tEVs

אינסטראמענטאל
https://youtu.be/5g4fhqCSdLQ

א בענד
https://youtu.be/HRA-igBqiiI

עס איז געווארן געטוישט דורך נאפאליאן די ערשטער צו דאס
https://youtu.be/nTijT5DGJpk

אינסטאמענטאל
https://youtu.be/smoapTgoDHc

שפעטער ביי די רעוואליציע אין 1830 איז עס געטוישט געווארן צו דאס

https://youtu.be/T7pX4iMp7ZQ

אינסטראמענטאל
https://youtu.be/MpTODWvA3aY

למעשה האט מען שפעטער צירוקגעטוישט די הימנע צום ארגינעלן, און עס איז שוין אזוי עד היום הזה

גאר אינטערסאנט איז די פאקט אז אין חב"ד איז דא א ניגון "האדרת והאמונה" אויף די דאזיגע ניגון, אט הערט ווי מען זינגט עס ביי א פארברענגען מיטן רבין
https://youtu.be/XAxwr5ZQkqc

דא איז ביי א שמחות בית השואבה אין 770, די ערשטע ניגון איז דעם פראנצויזישער האדרת והאמונה
https://youtu.be/8_3W-LClr0s

אין חב"ד דערציילט מען אז ביי די התוועדות פאר די הקפות בשנת תשל"ד האט די רבי גערעדט וועגן די שווערע מצב פון אידן אין צרפת, און דאן געהייסן זינגען האדרת והאמונה אויף זייערע הימנע,
א יאר דערויף האט די פירער פון פראנקרייך ארויסגעברענגט די אפציע פון טוישן די ניגון צו מער א ריהוגע סארט ניגון, אבער עס איז געווען א גרויסע התנגדות דערצו פון די באפעלקערונג, למעשה האט מען געמאכט אביסל שנוים אינעם ניגון,
די רבי האט געזאגט אויף דעם, אז היות מען האט עס מעלה געווען צו די קדושה האבן זיי עס געמיזט טוישן
די ניגון איז אויך אויפן דיסק "ניגיני הרבי"

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2022 3:40 pm
דורך שמן למאור
אינטערסאנט איז אז די EU פארמאגט זייערע אייגענע הימנע, הגם יעדע לאנד פאר זיך האט זיך עקסטער זייער אייגענע, עס ווערט פאררעכנט אלס דער כלליות'דיגער הימנע פון גאנץ אייראפע,

די ניגון איז א חלק פון א לאנגע ניגון קאמפאזירט דורך איינע פון די שטערקסטע קאמפעזירער אין היסטאריע באקאנט אלץ beethhoven
די ניגון הייסט די 9th symphony און נעמט אבער א שעה, און האט גענומען בערך צוויי יאר צו פארפאסן
דא איז די גאנצע ניגון
https://youtu.be/rOjHhS5MtvA

די חלק פון די הימנע איז דא
https://youtu.be/pckLAGL0yjQ

אינסטראמענטאל
https://youtu.be/71-hTdiHIhU

געשפילט דורך א בענד
https://youtu.be/YQGRPjA0iPE

אפשר ליגט אייך די ניגון אין קאפ נאך פון אלץ פיצל קינד אין די וויגעלע, עס שפילט אויף אסאך פון די קינדער מאביילס וואס דרייען זיך איבער די קעפ פון פיצלעך, ווייל עס איז זייער א ריהוגע ניגון צו מאכן איינשלאפן די קינדער

Re: שיינע נאציאנאלע הימנעס

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 10:20 am
דורך ברוך שפינוזה
שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג מאי 03, 2022 7:45 pmעס איז דא וואס זאגן אז די ניגון קומט גאר פון הייליגע מקורות, יש אומרים אז די מעזריטשע מגיד האט גאר פארפאסט דעם ניגון, אבער איך ווייס נישט ווי קראנט די שמיעות זענען, למעשה איז די ניגון מיוחס אין די וועלט צו א גוי א פידל טיטשער און קאמפאזירער Gasparo Zanetti
וויקיפעדיע איז עס מייחס צו נאך פריער https://en.wikipedia.org/wiki/La_Mantovana

Re: שיינע נאציאנאלע הימנעס

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 11:37 am
דורך berlbalaguleh
איך ווער איבערגענומען (אינספייערד) פון די אמעריקאנער נאציאנאלע הימנע.

די קאנאדישע נאציאנאלע הימנע...או, קענעדע...!

יא: אויך די נאציאנאלע הימנע פון מדינת ישראל, התקוה איז זייער שיין. ס'ברענגט אריין אין מיר א ווארימקייט און א האפענונג פאר א בעסערן עתיד. וואס די פיאנערן און גרינדער פון מדינת ישראל האבן געזינגען.

סיי די ליריקס און סיי די מעלאדיע זענען זייער שיין און געשמאק פאר די אויערן צו הערן.

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 1:22 pm
דורך ברוך שפינוזה
גראדע די נאציאנאלע הימנע פון ניו זילאנד איז אויך א שיינע מעלאדיע.

Re: שיינע נאציאנאלע הימנעס

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 1:59 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
ברוך שפינוזה האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 10:20 am
שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג מאי 03, 2022 7:45 pmעס איז דא וואס זאגן אז די ניגון קומט גאר פון הייליגע מקורות, יש אומרים אז די מעזריטשע מגיד האט גאר פארפאסט דעם ניגון, אבער איך ווייס נישט ווי קראנט די שמיעות זענען, למעשה איז די ניגון מיוחס אין די וועלט צו א גוי א פידל טיטשער און קאמפאזירער Gasparo Zanetti
וויקיפעדיע איז עס מייחס צו נאך פריער https://en.wikipedia.org/wiki/La_Mantovana
הערט זיך גאר ענליך צום התקווה...

Re: שיינע נאציאנאלע הימנעס

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 6:28 pm
דורך berlbalaguleh
נו, די ציונים זענען דאך באוואוסט צו זיין גרויסע גנבים. אפשר האבן זיי געגנבעט די מעלאדיע אויך.

נאר א קשיא פון תוס'. אדער פון צל"ח גנב'ען זיי נישט. אפשר די רעליגיעזע ציונים פון מוסד הרב קוק גנב'ענען יא.

נאך א מזל. שטעל דיך פאר ווען זיי גנב'ען דעם שלוש סעודות ניגון פון סאטמאר. און מ'זינגט עס בפומבי אין דעם יום המר והנמהר ה' אייר.

איך ווייס נישט וויפיהל מאל הרב ישראל מ. סופר און הרב ש.ב. מרגליות וואלטן געזאגט אויף דעים...רחמנא ליצלן מהאי דעתא.

Re: שיינע נאציאנאלע הימנעס

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 12:32 pm
דורך אייניקעל
אט דא קען מען הערן די (לכאורה) ארגעניאלע מעלאדיע פון "התקווה"
https://www.nli.org.il/he/piyut/Piyut1s ... 005171/NLI

צו דאונלאדען:
V1-FL32586741.mp3

מתקון הטל - (ברכת הטל לפסח בנוסח עדות המזרח)
לֵךְ לְשָׁלוֹם גֶּשֶׁם. וּבֹא בְשָׁלוֹם טַל. כִּי רַב לְהוֹשִׁיעַ וּמוֹרִיד הַטָּל:
אָשִׁיר שִׁירָתִי. וְאָשִׂים דִּבְרָתִי. וְאַגְבִּירָה שְׂפָתִי. לְצוּר יְשׁוּעָתִי. וּבְיוֹם אִמְרָתִי. תִּזַּל כַּטָּל: כִּי רַב לְהוֹשִׁיעַ וּמוֹרִיד הַטָּל
כִּי שֵׁם כְּבוֹדְךָ הָאֵל. שׁוֹכֵן בְּתוֹךְ עַם אֵל. וְתַעֲמִיד מִיכָאֵל. וְתִהְיֶה לוֹ לְגוֹאֵל. הַיּוֹם לְיִשְׂרָאֵל. הֱיֵה כַטָּל: כִּי רַב לְהוֹשִׁיעַ וּמוֹרִיד הַטָּל

Baltsan discovered that the Hatikvah melody goes back 600 years to a Sefardi prayer for dew, Birkat Ha'tal. After the Inquisition, as Jews scattered through Europe, the melody found its way to Italy, where it became a popular love song, “Fugi, Fugi, Amore Mio” (Flee, flee, my love!). It evolved into a Romanian gypsy folk song, “Cart and Oxen;” then, a 17-year-old immigrant to Palestine from Romania, Shmuel Cohen, used the “Cart and Oxen” tune for the poem, Hatikvah. And it quickly caught on https://www.neaman.org.il/Files/Hatikva ... 01.208.pdf

Re: שיינע נאציאנאלע הימנעס

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 6:14 pm
דורך דוד הלוי
ווען איך בין ראש ממשלת הכופרים גיי איך טוישן צו דעם ווערסיע

Re: שיינע נאציאנאלע הימנעס

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 7:39 pm
דורך berlbalaguleh
דוד הלוי: ייש"כ. די תנועות זענען נענטער צו דזשעז/ראק. אפשר פאר די היינטיגע דזשענערעישן איז עס מער צוגעפאסט.

Re: שיינע נאציאנאלע הימנעס

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 8:20 pm
דורך דוד הלוי
נישט דזעשז און נישט ראק, טראדישינעל מראקא'ש

Re: שיינע נאציאנאלע הימנעס

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 9:41 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב נישט געזאגט ס'איז. כ'האב געזאגט אז ס'איז ענליך. לעומת די טראדיציאנאלע ניגון וואס איז זייער בארואיגנד. און געשמאק צו הערן פאר אן אשכנז'ישן, כוזארישן, אונגערישן איד ווי איך.

Re: שיינע נאציאנאלע הימנעס

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2024 12:56 am
דורך ים רויבער
שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג מאי 03, 2022 7:45 pm
א הערליכע ווערסיע פון א כאר וואס זינגט עס ביי א גרויסע מעמד (כבין נישט זיכער וואו דאס איז, איינער ווייסט?)


די אריגינעלע כתב יד פון די ווערטער
דאס איז ביי די אכט און זעכציגסטע יערליכע "הדלקת המשואות" מעמד אין מדינת ישראל אויף יום העצמאות.