א מוח-שטורעם לעזונג צום מסרבי גט פראבלעם

באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16578
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18775 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19115 מאל

Re: א מוח-שטורעם לעזונג צום מסרבי גט פראבלעם

שליחה דורך שמעקעדיג »

אויב האסטו וואטסעפפ קענסט זיך סובסקרייבן דערצו.
און בכלל זיינע קליפס פארן ארום.
וירח ה' את ריח הניחוח
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 735
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 555 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

Re: א מוח-שטורעם לעזונג צום מסרבי גט פראבלעם

שליחה דורך לאכעדיג »

סבא דבהתא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:32 am ווי קען מען הערן זיינע קליפס?
https://t.me/yonasenshwartzchannel
פתחו לי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 29, 2024 6:47 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

Re: א מוח-שטורעם לעזונג צום מסרבי גט פראבלעם

שליחה דורך פתחו לי »

שמעקעדיג האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:53 am
פורים קטן האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:

גאר א גוטע מהלך, נעמען און איינשפארן אוןַ אריין שמייסען מלקות נוסח לב טהור ארבעט די בעסטע צו די רשעים.
דאס האט מען שוין פרובירט, און די שלעגער זענען געווארן ארעסטירט.

איך האב די בעסטע עצה, עס וועט זיכער העלפן פאר לכה"פ 90% פעלער: די פרויען (און זייערע סופפארטערס) זאלן נישט פייניגן, באשמוצן, טעראריזירן זייערע מענער, זיי געבן יושר'דיגע וויזיטעישאן מיט די קינדער, און אלעס וועט זיין גוט בעז"ה. די מענער וועלן פלוצלינג ווערן אויס "רשעים".

ווייזט אויס אז דו ביסט נישט באקאנט מיט די 90% פעלער. די מציאות איז ביי 90% פון די פעלער: די פרויען פייניגן נישט, באשמוצן נישט, טעראריזירן נישט זייערע מענער, געבן זיי יושר'דיגע וויזיטעישאן מיט די קינדער, און די מענער זענען "רשעים", (ע"פ רוב אונטער די איינפלוס פון די פרידריך-שטערן-לעפקאוויטש קליקע) געבן נישט קיין "טשיילד סופארט", לאזן די פרוי אן עגונה אן קיין שום בארעכטיגונג, אפילו ווען עס איז נישטא קיין שום אויסזיכט אז מ'זאל זיך צוריק פאראייניגן.

איך ברענג ארויף דעם אלטן אשכול נאך קרוב צו 2 יאר וואס עס שלאפט שוין, פשוט אלס דברים העומדים על הפרק.
איך האב יעצט געהערט א קליפ פון הצדיק ר' יונתן שווארץ, ווי ער זאגט אז לויט זיין אינפארמאציע זענען 90% פון די פערענטל איליענעישאן פעלער מצד די פרוי!

די גאס דרייעט זיך איבער נאך די שוידערליכע מעשה וואס א יונג בחור'ל האט געטון נאך די מחלוקת פון די עלטערן, און הערנדיג צוביסלעך מער און מער וואס געוויסע פרויען טוען פאר זייערע מענער מיט איליענעישאן און בלבולים וכו' וכו'.

איך בין שוין ממש מיד געווארן פון שרייען דא אין שטיבל אז רוב פעלער פון "נישט געבן א גט" קען מען פארמיידן ווען מען מאכט א יושר'דיגע אגריעמענט און ביידע רעספעקטירן דעם צד השני. נישט וויבאלד מען מוז זיך ליידער גט'ן דארף מען זיך יעצט רצח'ענען ביי יעדע סטעפ-אף-די-וועי ווי מאנסטערס. אז מען גייט מיט יושר און רעספעקט, קומט מען אן פיל ווייטער און פיל געזונטער.

אמת, די פרידריך/לעפקאוויטש קליקע קומט זיך אויך גוטע רבי געלט, ווייל קיין איין עקסטריעם איז נישט ריכטיג, אזוי ווי איך טענה שוין לאנגע יארן. אבער דאס מיינט נישט אז די וואס נעמען זיך אלץ אן פאר די פרויען זענען יא גערעכט. זיי זענען גארנישט בעסער, אפשר גאר געמיינער.

ליידער ברענג איך מיר א ראי' פון אזא ביטערע מעשה. הלואי וואלט דאס נישט פאסירט. אבער השתא דאתית להכי, לאמיר הערן די וויי געשריי פון הונדערטער טאטעס וואס קענען נישט זעהן זייערע קינדער פאר לאנגע יארן, אן קיין שום סיבה! דאס איז א שרעקליכע פארברעכן און טאר נישט פאסירן בשום אופן שבעולם! עס איז גארנישט ווייניגער (אויב נישט נאך ערגער) ווי נישט געבן א גט פאר א ווייב, אזא קינד וואקסט נעבעך אויף צומישט און צע'מזיק'ט, קען קיינמאל נישט חתונה האבן נארמאל און האבן א פרייליך לעבן, זיין לעבן איז אים חרוב ונחרב, פיזיש און גייסטיש!

יעצט נאך די ביטערע פאסירונג קומט ארויס די דערשטיקטע וויי געשריי פון אזויפיל משפחות. די שערים האבן זיך פלוצים געעפנט, עס פליסט איין מעשה נאכ'ן צווייטן!! די קינדער ווערן באשיינפערליך חרוב דורך זייערע "מאמעס", ידי נשים (רחמניות?) בשלו ילדיהן, במלא מובן המלה!

ווער עס האט נאכנישט געהערט, זאל ביטע אויסהערן די אלע קליפס פון ר' יונתן זינט שבת. די הארץ קען צושפאלטן ווערן...
כ'וועל אויספירן מיט יונתנ'ס ווערטער: "אידן, וועקטס אייך אויף"!
וואס איז די שאלה.

רשעים איז דא סיי ביי מענער און סיי ביי די ווייבער.
יעדער זייט מחיצה האט פון אלע מינים.

אבער רשעות ווערט געפראוועט דורך דער וואס איז שטערקער, און זעהט און האפט ווי ער/זי קען דעם צווייטען אינטערדריקען ביזן סוף.

ווען א מאן און פרוי טיילן זיך, פעלט פאר יעדעם א זאך וואס זיי האבן ביז יעצט יא געהאט.
ער האט נישט ווער עס זאל איהם קאכן, וואשען וועש, רייניגען, אויפנעמען, פרעגן זיין געלונגענע חוות דעת וכו'
זי האט נישט ווער ס'זאל איהר אויסהערן, פארשטיין, קאמענטירן אויף איהר'ע שטוב ארבייט, האבן מיט וועמען זיך צו אדורך רעדן וכו'.
ביידע ווערן גוט צוקלאפט, ביידע זענען נישט מער ווי א פלג גופא.
אבער, זי בלייבט מיט די קינדער, דער נחת, דער גליק פון א שטוב, און בכלליות א שטוב.
אויב האבן ביידע גוטע אידן וואס העלפן ארויס מיט א גוט ווארט, מיט אן אויער, אויסצוהערן וואס זיי קרעכצן, קומט אויס אז זי האט שוין כמעט אלעס, אבער ער גייט ווייטער אהיים צו זיין ליידיגע 4 ווענט, מיט די כלים נאך אין סינק פון צוויי וואכן צוריק (טראכט פון ווען ביסט אין שטאט, ווען די משפחה איז אין קאנטרי).
ממילא בלייבט ער לעכצענען אויף עפעס, און זי שטארקט זיך יעצט.
ער קען שוין נישט ריכטיג ארבייטן, האט שוין נישט קיין עכטע געדולד, זעהט שוין נישט קיין ליכטיגקייט אין גארנישט, זי מוטשעט זיך בעיקר נאר פאר א דזשאב, וואס זי דארף אליין דעקן.
ער ווערט מער געקלאפט, זי ווערט נאר מער בעסער.

יעצט פונקט קומען אריין זיינע ידידים און עסקנים, פראבירן נאך דאס לעצטע ביסל איהם צו מחזק זיין פאר זיי גיבן אויף.
און איהר'ע ידידים און עסקנים זעהן יעצט א געלונגענע געלעגנהייט איהם אינגאנצען צו מחנך זיין, און זיכער מאכן אז ער גיבט זיך אונטער (אונטער צו וואס? ווילאנג מ'פרעגט נישט איז גוט.)

און דאס איז רוב מאל דער גרעסטער גורם , פארדעם איז רוב מאל זי דער מרשעת. הגם, אז רוב מאל קען זי זיין א צדיקת פון א פרוי, אבער די געלונגענע עסקנים פירן דעם רעדל, און זי ווערט א חלק פון דעם.

יעדער כלל האט א יוצא מן הכלל, אסאך מאל איז ער שוין נישט קיין מענטש האך פאר אלעס געשעהט, איך רעד נאר פון רוב פעלער וואס איך האב מיטגעהאלטן.
רעאגיר