וואס האסטו געמעקט?

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1297
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10899 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2398 מאל

וואס האסטו געמעקט?

שליחה דורך תרמב »

אויף וואטסעפפ איז דא אן אפציע פון מעקן, איך מיין אז ס'איז נישט אייביג געווען, זינט די אפציע איז ארויסגעקומען איז ארויסגעקומען אסאך וואטסעפפ סטיקערס קעגן דעם דאזיגן אנשיקעניש, ווי "וואס האסטו געמעקט?" "די רבי ווייסט וואס דו האסט געמעקט" וכדומה אסאך אזעלכע געדאנקען, פשט דערפון איז אז א מענטש קומט אן צו א שמועס און ער זעהט א פייערדיגע טענה'ריי און אינמיטן פעלט אים א חלק פון די מחלוקה, ס'פעלט אים קאנטעקסט צו די נושא, וויל ער וויסן וואס ער האט פארפאסט, אז מ'זעט אז איינער האט געמעקט מאכט עס שפירן ארויסגעפאלן, ווי איינער וואס קומט אן צו א שמועס פונקט ווען די עולם פלאצט אויס אין א געלעכטער פון א וויץ וואס איינער האט נארוואס געענדיגט זאגן...

פארדעם מאכט אזא מעסעזש זייער נערוועז, וואס איז די געמעקאכטס? ס'איז נישט געלונגען? שרייב איבער! זאג איבער! מעק נישט! אז ס'איז נישט קלאר די ערשטע מעסעזש, זאג איבער און יעדער וועט כאפן אז דו האסט איבער געזאגט ווייל ס'איז נישט געווען גענוג קלאר, מ'וואלט געדארפט מאכן אן אפציע פון מעקן אן איבערלאזן קיין שפירן פון די אלטע מעסעזש אז מ'זאל נישט דארפן אריבער גיין די יסורי ספק ווען מ'ווינדערט זיך וואס יענער האט געקענט זאגן און יעצט צוריק געצויגן...

איך קלער אז דאס געבט צו צו די ציאונגס קראפט וואס סאושעל מידיא האט, מ'מוז טשעקן אפטער וואטסעפפ ווייל אפשר פארפאסט מען עפעס, אינגאנצן אוועק נעמען די אפציע פון מעקן טויג אויך נישט ווייל וואס וועט זיין ווען איינער וועט בטעות צוריק שיקן א סקרין שאט פון איינעם'ס מעסעזש און אנשטאט עס פארווארדן וועט ער עס שיקן צו דעם חבר וואס האט עס לכתחילה געשריבן...

פארוואס זאג איך עס, איך האב לעצטנס אנגעמערקט א געפערליכע אונטערגאנג פון געמעקאכצער אויף קאווע שטיבל, ס'קוקט אויס ווי איינער טוט עס אפט, איך מיין אז ס'איז אפילו קעגן די תקנות פון קאווע שטיבל, איך מיין נישט קיינעם פערזענליך עכט, און די פראבלעם איז נאך נישט אריין אין געפערליכע פראפארציעס, אבער ס'קען זיך דערקייקלען, ס'איז דא איינע פון די אלטע ניקס וואס האט אזאנס געטון אמאל און אפגעווישט אזוי איבער טויזנט תגובות, און אסאך זענען נאך באלייקט אויך וואס ווייזט אז איך פארפאס דא א גוטס.

איך האב באמערקט אז די מנהל קען אויך מעקן און איבערלאזן פינטלעך, איך וויל נישט קריטיקירן די הנהלה, איך ציטער... אבער איך וואלט מציע געווען אז ווען מ'מעקט זאל מען אוועקנעמען די גאנצע תגובה אז איך זאל נישט האבן די שפיר פון פאומאו אז איך פארפאס עפעס א גוטע זאפטיגע לשון הרע וואס נאר דער וואס האט עס געלייענט פאר די מנהל מעג עס וויסן...
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1591 מאל

שליחה דורך מתבודד »

איך וואונדער מיר שוין לאנג וויאזוי אביגדור האט באקומען די ספעציעלע רשות צו מעקן אזויפיל. (לכא' נישט געווען אין די ערשטע פאר טעג נאכן שרייבן)

מעקן גאנצע תגובות איז א זאך וואס ווערט אפט, (אדער טעגליך.. ) געטון אין אייוועלט און קריכט געפערליך אויף די נערוון, ווייל א' דיין געפלאגטע תגובה קען עט עני גיבען טיים פשוט אנקומען אין תהום אן איבערלאזן עני שפירן, און ב' גאר אסאך מאל פילט מען יא אין די שמועס אז עפעס פעלט.. דיין פאומאו איז נישט גענוג אז מ'זאל וועגן דעם באגראבן גאנצעטע תגובות... איים סארי :roll:
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1297
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10899 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2398 מאל

שליחה דורך תרמב »

וואס איז פשט פון דעם?
Screenshot 2023-06-12 004939.png
אגב איך האב באמערקט לעצטנס אז די צענזור אויף קאווע שטיבל איז ארויף עטליכע שטאפלען.

איך גלייב אז ס'פעלט זיך אויס, און איך זיך נישט אונטערצורייסן, איך ווער נאר נערוועז ווען איך זע א אשכול מיט א שלאס וואס ווייזט אז עפעס האב איך פארפאסט דא, אדער תגובות וואס שטייט דערויף געמעקט אדער סתם א פינטל.

מ'דארף זיך צו מיר נישט צושטעלן, איך בין סתם מעורר א נקודה, אז מ'וויל ענדערש די וועג וועל איך נישט האבן קיין פאראיבל אויף קיינעם.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3540
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3938 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

מתבודד האט געשריבן:איך וואונדער מיר שוין לאנג וויאזוי אביגדור האט באקומען די ספעציעלע רשות צו מעקן אזויפיל. (לכא' נישט געווען אין די ערשטע פאר טעג נאכן שרייבן)

מעקן גאנצע תגובות איז א זאך וואס ווערט אפט, (אדער טעגליך.. ) געטון אין אייוועלט און קריכט געפערליך אויף די נערוון, ווייל א' דיין געפלאגטע תגובה קען עט עני גיבען טיים פשוט אנקומען אין תהום אן איבערלאזן עני שפירן, און ב' גאר אסאך מאל פילט מען יא אין די שמועס אז עפעס פעלט.. דיין פאומאו איז נישט גענוג אז מ'זאל וועגן דעם באגראבן גאנצעטע תגובות... איים סארי :roll:
קען זיין אז איינער האט מגלה געווען ווער ס'שטייט אינטער זיין ניק, האט די הנהלה פארשטאנען אז מ'דארף אים לאזן אלעס מעקן.
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1644 מאל

שליחה דורך מנהל »

אויב מ'זעהט איינער אביוזט זיינע מעקן רעכטן זאל מען מיר לאזן וויסן. איך וועל עס נאכקוקן און אוועקנעמען די מעגליכקייט פון מעקן. אביוזן מיינט אז מ'טוהט עס אויף א וועג וואס מאכט די אנדערע תגובות אין דעם שמועס אומפארשטענדליך.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3151
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8635 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

איך וויל מוסיף זיין נאך א זאך וואס מאכט זייער נערוועז, און דאס איז אז אמאל ווען איינער שרייבט א תגובה און מען איז מגיב דערויף, דערנאך גייט יענער צוריק און רעדאגירט די ארגינעלע תגובה אויף אן אופן אז די המשך מאכט שוין נישט געהעריג קיין סענס. ולמזהיר ולנזהר וכ'
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2104 מאל

Re: וואס האסטו געמעקט?

שליחה דורך פאליטיקאנט »

יא כ'בין געבליבן שטיל אנדערש ווי אמאל ווייל למעשה בליעט די שטיבל ווי סיי ווען, אבער אז תרמ"ב האט עס שוין דערמאנט װעל איך אויך צולייגן.

די פרייהייט פונעם שטיבל רוקט זיך שטארק צו לינקס, מיט בלויז צוויי יאר צוריק איז נאך יעדע מעקונג געווען אן ארטיקל, און די מנהל האט געטראכט אפאר מאל פארן מעקן (און זיך אסאך מאל פארענטפערט)

אמת, ווען מ'מעקט איז עס נאך דערווייל בלויז ווען עס איז אפיציעל קעגן די תקנות, אבער פאר יארן איז עס קלאר נישט געווען אזוי, מ'האט שטארק פארקוקט אויף גרויע עריע און אויף גוטע שרייבער פארן ציל פון האלטן די צענזור אויף נאר ווען ממש נויטיג.

אזוי אויך איז אויסשפארן באנוצער און פארמאכן אשכולות געווען א בדחילו ורחימו.

אלעס הייבט זיך אן מיט גוטע כוונות....

***********************

ייש"כ פארן מנהל פאר די איבערמידליכע ארבעט פון פארבעסערן די שטיבל שלא על מנת לקבל פרס!
איך קען עס נישט טוען!
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1644 מאל

שליחה דורך מנהל »

כ'קען קאנפירמען אז ס'איז דא אביסל א נייע מהלך, און דאס האט זיך אנגעפאנגען מיט די פתיחה פון דעם אשכול
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=12&t=15052

און כ'האב הנאה אז פאליטיקאנט ברענגט אויף ממש די נקודה ווייל דאס ווייזט אז מיר טוען גענוי וואס מ'האט געשריבן אז מ'טוהט. אז מ'ווייל ס'זאל זיין דא סדר, אז די הנהלה זאל קענען אנגיין, קען מען נישט פירן קיין דין תורה'ס פאר יעדע תגובה.

טראכט אריין, פארוואס זאל איך ספענדען צייט צו פירן א דין תורה אויף יעדע תגובה וואס טויג אפשר נישט? פאר צוויי סיבות:

1) צו איבערצייגן יעדעם אז מ'נעמט די זאך ערענסט און מיר, די הנהלה, איז נישט דא סתם צו צענזורירן אין די וועלט אריין וואס אימער עס געפעלט אונז נישט.

2) כדי נישט אמאל דורכצופאלן מיט א טעות צו פארמעקן עפעס וואס מ'דארף נישט פארמעקן.

לגבי 1 מיין איך אז נאך 11 יאהר וואס קאווע שטיבל עקזיסטירט מיט א סאליד טרעק רעקארד פון דא זיין פאר'ן ציבור און נישט צו פארמעקן סתם אזוי, איז פשוט א שאד אויף די מאסיווע ענערגיע צו מאכן א שאָו יעדעס מאל וואס מ'דארף פארמעקן א תגובה. אז די תגובה טויגט נישט דארף עס גיין. מיר האבן גענוג שווער געארבייט די אלע יאהרן צו בויען א טראסט ביים עולם אז מ'מיינט גארנישט עפעס אנדערש נאר אז די פארום זאל פארן ווי עס דארף צו זיין ווי א פלאץ ווי מ'קען פריי רעדן עפ"י תורה.

לגבי 2 ווערט אויך אדרעסירט אין די אויבענדערמאנטע אשכול. יא, מ'קען מאכן א טעות. אבער לדעתי זענען טעותים זייער זייער זעלטען, און איך בין דא צו הערן אויב מ'מאכט א טעות, און מ'קען אייביג צוריקשטעלן אויב מ'האט עפעס פארמעקט אומבארעכטיגט.

איך שטעל דא ארויס א טשעלענדזש, אדרבה, ברענג דא ארויף סיי וואס איז פארמעקט געווארן איבער די לעצטע יאהר, און לאמיר דן זיין ברבים אויב ס'איז געווען בארעכטיגט.

צו לעצט מיין איך אז מ'קען קלאר זאגן אז איבער די לעצטע אנדערהאלבן יאהר איז ק"ש נאר געשטיגן בכמות ובאיכות ב"ה.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19942
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15202 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאליטיקאנט האט געשריבן:יא כ'בין געבליבן שטיל אנדערש ווי אמאל ווייל למעשה בליעט די שטיבל ווי סיי ווען, אבער אז תרמ"ב האט עס שוין דערמאנט װעל איך אויך צולייגן.

די פרייהייט פונעם שטיבל רוקט זיך שטארק צו לינקס, מיט בלויז צוויי יאר צוריק איז נאך יעדע מעקונג געווען אן ארטיקל, און די מנהל האט געטראכט אפאר מאל פארן מעקן (און זיך אסאך מאל פארענטפערט)

אמת, ווען מ'מעקט איז עס נאך דערווייל בלויז ווען עס איז אפיציעל קעגן די תקנות, אבער פאר יארן איז עס קלאר נישט געווען אזוי, מ'האט שטארק פארקוקט אויף גרויע עריע און אויף גוטע שרייבער פארן ציל פון האלטן די צענזור אויף נאר ווען ממש נויטיג.

אזוי אויך איז אויסשפארן באנוצער און פארמאכן אשכולות געווען א בדחילו ורחימו.

אלעס הייבט זיך אן מיט גוטע כוונות....

***********************

ייש"כ פארן מנהל פאר די איבערמידליכע ארבעט פון פארבעסערן די שטיבל שלא על מנת לקבל פרס!
איך קען עס נישט טוען!
פאליטיקאנט: ס'איז דא איינער א (געוועזענער?) ניק אויף קאווע שטיבל וועמענ'ס תגובות מ'מעקט זייער א סאך.ווען ער זאגט עפעס א שארף ווארט. אדער רירט אן איינעם'ס נערוו. נישט פערזענליך. נאר אידעאלאגיש. זעלסטפארשטענדליך מיט א "גוטן" תירוץ. אז ס'פארדרייט דעם שמועס אדער די נושא. איך זאג נישט ווער דאס איז.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2104 מאל

Re: וואס האסטו געמעקט?

שליחה דורך פאליטיקאנט »

מנהל האט געשריבן:כ'קען קאנפירמען אז ס'איז דא אביסל א נייע מהלך, און דאס האט זיך אנגעפאנגען מיט די פתיחה פון דעם אשכול
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=12&t=15052

און כ'האב הנאה אז פאליטיקאנט ברענגט אויף ממש די נקודה ווייל דאס ווייזט אז מיר טוען גענוי וואס מ'האט געשריבן אז מ'טוהט. אז מ'ווייל ס'זאל זיין דא סדר, אז די הנהלה זאל קענען אנגיין, קען מען נישט פירן קיין דין תורה'ס פאר יעדע תגובה.

טראכט אריין, פארוואס זאל איך ספענדען צייט צו פירן א דין תורה אויף יעדע תגובה וואס טויג אפשר נישט? פאר צוויי סיבות:

1) צו איבערצייגן יעדעם אז מ'נעמט די זאך ערענסט און מיר, די הנהלה, איז נישט דא סתם צו צענזורירן אין די וועלט אריין וואס אימער עס געפעלט אונז נישט.

2) כדי נישט אמאל דורכצופאלן מיט א טעות צו פארמעקן עפעס וואס מ'דארף נישט פארמעקן.

לגבי 1 מיין איך אז נאך 11 יאהר וואס קאווע שטיבל עקזיסטירט מיט א סאליד טרעק רעקארד פון דא זיין פאר'ן ציבור און נישט צו פארמעקן סתם אזוי, איז פשוט א שאד אויף די מאסיווע ענערגיע צו מאכן א שאָו יעדעס מאל וואס מ'דארף פארמעקן א תגובה. אז די תגובה טויגט נישט דארף עס גיין. מיר האבן גענוג שווער געארבייט די אלע יאהרן צו בויען א טראסט ביים עולם אז מ'מיינט גארנישט עפעס אנדערש נאר אז די פארום זאל פארן ווי עס דארף צו זיין ווי א פלאץ ווי מ'קען פריי רעדן עפ"י תורה.

לגבי 2 ווערט אויך אדרעסירט אין די אויבענדערמאנטע אשכול. יא, מ'קען מאכן א טעות. אבער לדעתי זענען טעותים זייער זייער זעלטען, און איך בין דא צו הערן אויב מ'מאכט א טעות, און מ'קען אייביג צוריקשטעלן אויב מ'האט עפעס פארמעקט אומבארעכטיגט.

איך שטעל דא ארויס א טשעלענדזש, אדרבה, ברענג דא ארויף סיי וואס איז פארמעקט געווארן איבער די לעצטע יאהר, און לאמיר דן זיין ברבים אויב ס'איז געווען בארעכטיגט.

צו לעצט מיין איך אז מ'קען קלאר זאגן אז איבער די לעצטע אנדערהאלבן יאהר איז ק"ש נאר געשטיגן בכמות ובאיכות ב"ה.
טאקע דאס האב איך געמיינט ארויסצוברענגען, אבער למעשה ווען מען פארלאזט זיך שוין אויף טראסט און און עס איז נישטא קיין אקאונטעביליטי, צוביסלעך פארן זאכן אראפ פון די רעלסן.

בלויז די אידעאלאגיע פון פרייהייט פון ווארט איז אויך א סיבה צו נעמען יעדע תגובה ערנסט.

נאכאמאל, ק"ש איז באמת אין סאך א בעסערע פלאץ, און די מנהל טוט א פיינע ארבעט, כה לחי.
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 386
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 100 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 540 מאל

שליחה דורך חב''ד הויזן »

berlbalaguleh האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:יא כ'בין געבליבן שטיל אנדערש ווי אמאל ווייל למעשה בליעט די שטיבל ווי סיי ווען, אבער אז תרמ"ב האט עס שוין דערמאנט װעל איך אויך צולייגן.

די פרייהייט פונעם שטיבל רוקט זיך שטארק צו לינקס, מיט בלויז צוויי יאר צוריק איז נאך יעדע מעקונג געווען אן ארטיקל, און די מנהל האט געטראכט אפאר מאל פארן מעקן (און זיך אסאך מאל פארענטפערט)

אמת, ווען מ'מעקט איז עס נאך דערווייל בלויז ווען עס איז אפיציעל קעגן די תקנות, אבער פאר יארן איז עס קלאר נישט געווען אזוי, מ'האט שטארק פארקוקט אויף גרויע עריע און אויף גוטע שרייבער פארן ציל פון האלטן די צענזור אויף נאר ווען ממש נויטיג.

אזוי אויך איז אויסשפארן באנוצער און פארמאכן אשכולות געווען א בדחילו ורחימו.

אלעס הייבט זיך אן מיט גוטע כוונות....

***********************

ייש"כ פארן מנהל פאר די איבערמידליכע ארבעט פון פארבעסערן די שטיבל שלא על מנת לקבל פרס!
איך קען עס נישט טוען!
פאליטיקאנט: ס'איז דא איינער א (געוועזענער?) ניק אויף קאווע שטיבל וועמענ'ס תגובות מ'מעקט זייער א סאך.ווען ער זאגט עפעס א שארף ווארט. אדער רירט אן איינעם'ס נערוו. נישט פערזענליך. נאר אידעאלאגיש. זעלסטפארשטענדליך מיט א "גוטן" תירוץ. אז ס'פארדרייט דעם שמועס אדער די נושא. איך זאג נישט ווער דאס איז.
דארט איז געווענליך די פראבלעם 'כפירה' אישוס. אויב דו רעדסט פון יענעם.
רעאגיר