חב"ד-אונגארן איז זיך משתלט אויף די ארטאדאקסישע קהילה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
תוכו כברו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 16, 2022 8:01 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

חב"ד-אונגארן איז זיך משתלט אויף די ארטאדאקסישע קהילה

שליחה דורך תוכו כברו »

אין די לעצטע שטיק צייט איז עטליכע מאל געווען אין די נייעס די געפעכט צווישן ר' ברוך אבערלענדער פון חב"ד-אונגארן און ארטיגע אידישע איינוואוינער נאכדעם וואס אבערלענדער פרובירט צו פארכאפן קאנטראל אויף ארטיגע קהל'ישע בנינים און שטחים וואס געהערן צו די אונגארישע ארטאדאקסישע קהילה.

יעצט זע אין די jdn נייעס איבערזיכט אז מ'האט אויפגענומען א נייע רב פאר די ארטאדאקסישע קהילה אין בודאפעסט. פאלגנד איז א קאפי-פעיסט פון jdn:


א גרויסע מעמד הכתרה איז פארגעקומען נעכטן זונטאג אינעם ווייטן אונגארן, אין די הויפטשטאט בודאפעסט, וואו עס איז אויפגענומען געווארן א נייער רב פאר די ארטאדאקסישע קהילה, אין די גרויסע באקאנטע בית המדרש אויף רחוב קאזינצי.

דער נייער רב הרה"ג ר' ארי' מרדכי ראבינאוויטש שליט"א, וועלכער ציעט זיין יחוס בן אחר בן צום הייליגן יו"ד הקדוש זי"ע פון פשיסחא, וועט פון היינט און ווייטער שטיין בראש פון די קהילה "קהל עדת יראים" אין בודאפעסט, מיסודו פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע.

די גרויסע מעמד הכתרה איז פארגעקומען אין היכל בית המדרש, וואו דער נייער רב האט צוערשט געמאכט א סיום הש"ס, דערנאך האט ער אויפגעטרעטן מיטן ערשטן דרשה פאר די חברי הקהילה, און א לענגערע צייט משמיע געווען דברי פלפול דרוש ואגדה. דערנאך האט איינער פון די ראשי הקהילה פארגעליינט עטליכע מכתבי ברכה פון גדולי הרבנים, און געוואונטשן מזל טוב פה אחד בשם אלע חברי הקהילה.


דער וואס ווייסט נאך פרטים איז העפליך געלאדנט אריינצוקומען מהנה צו זיין דעם עולם!
בייגעלייגטע פיילס
unnamed.jpg

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר