אונזער געמיינדע און אנטי-אינטעלעקטשועליזם

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5598
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 13254 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7540 מאל

אונזער געמיינדע און אנטי-אינטעלעקטשועליזם

שליחה דורך מי אני »

די פארגאנגענע חוה״מ סוכות איז מיר אויסגעקומען צו פארברענגען ביי א שמחת בית השואבה, וואס איז אפגעהאלטן געווארן אינעם סוכה פון א ידיד מיינער, א ת״ח מופלג וידען עצום. דארטן האבן זיך אויך באטייליגט עטליכע גאר קלוגע אידן, בעלי רוח און גרויסע מוחות. לאור די סארט קבוצה פון משתתפים, זענען די שמועסן טאקע געווען איבער אסאך נושאים בעניני חכמה ומחשבה; ideas אזוי ווי עלענאָר רוּזעוועלט האט געזאגט.

איינע פון די נושאים וואס זענען אפירגעקומען איז געווען איבער דן זיין בשבח ובגנאי פון אונזער קולטור; דאס חרדי׳שע קולטור. מ׳האט אויסגעשמועסט די פאזיטיווע און נעגאטיווע אספּעקטן דערפון, און עס איז ארויסגעקומען אז בעצם וועט פאר אַן אינדיווידואלער מענטש, דאס אלס זיין א סאָבּיעקטיווע קאָסט-בּענעפיט אנאליז פון מחשב זיין שכרה כנגד הפסידה: פאר איין מענטש וועלן די נעגאטיווע אספּעקטן איבערוועגן די פּאזיטיווע, בשעת פאר א צווייטער וועט דאס זיין פארקערט. (ואפילו די עצם נעגאטיווע און פּאזיטיווע אספּעקטן, צו מגדיר זיין אַן עצם אַספּעקט אלס ״פּאזיטיוו״ אדער ״נעגאטיוו״, וועט אליינס זיין סאָבּיעקטיוו.)

מיר איז פארגעקומען אז אסאך פון די נעגאטיווע אַספּעקטן וואס זענען ערווענט געווארן, קען מען מעמיד זיין על אחת. והיינו, דאס וואס די חרדי׳שע געמיינשאפט כהיום האט אַן עטאָס און אידעאל ממש פון אנטי-אינטעלעקטשועליזם, וואס דאס ברענגט מיט זיך אסאך השלכות. די חקירה וואס דאס ערוועקט אבער איז לגבי די יחס פון דעם צו די אנטי-אינטעלעקטשועליזם וואס מ׳טרעפט ביים אלגעמיינעם פּאפּולאציע און אין אנדערע גרופעס בתוך די באפעלקערונג. איז די פּראָפּאָרשען ביי אונזער געמיינדע אין דעם סיגניפיקענטלי מער ווי ביי אנדערע גרופעס? (דאס פּאַפּולעריטי פון ריעליטי טיווי שׁוֺיס וכדומה יוכיח…) עס ווערט דאן א פשוט׳ע נאָמבּערס געים.

אבער מ׳קען טענה׳ן אז די פראבלעם אין דעם מיט אונזער געמיינדע לעומת אנדערע, איז אז ביי אונז איז, כאמור, דאס אַן ״אידעאל״ ממש, משא״כ ביי אנדערע. רילעיטעדלי, איז דאס ביי אונז נישט נאר בדעת גרידא, נאר מ׳ענעקט בּיהעיוויארילי אט די אבערגלויבענס און אנטי-אינטעלעקטשועליסט דיעות במעשה ובפועל ממש. מיינענדיג, די מיני מנהגים והתנהגותן בפועל של בני אדם בתוך מחנינו, ברענגט ארויס במכוון וכסדר אט די אנטי-אינטעלעקטשועליסט דיעות. ונמצא מזה אז דאס ווערט נאך שטערקער נשרש בתוך די סייקי פונעם מענטש; מער ווי ביי סתם איינער וואס איז אנטי-אינטעלעקטשועליסט. (וידוע אז א מעגליכע וועג פון מגדיר זיין קאַנשׁעסנעס איז אז דאס קומט צושטאנד נישט דורכ׳ן מח גרידא, נאר דורך דעם אז די מח איז נעסטעד און עמבּאַדיִד בתוך דעם גוף, וואס בלא זה קומט קאַנשׁעסנעס נישט אפיר; ועיין ערך עמבּאַדיִד קאַגנישאן.)

כמובן אז דאס מיינט נישט אז די התנהגות׳ן זענען במוכרח אנטי-אינטעלעקטשועליסט. עס מיינט נאר אז טאמער טוהט די התנהגות ענעקטן אַן אנטי-אינטעלעקטשועליסט דעה וואס ליגט דארונטער, דאן איז אט דאס א שטערקערע פראבלעם ווי סתם א מענטש וואס איז אנטי-אינטעלעקטשועליסט, וויבאלד דאס ווערט נאך אסאך מער מושרש בו ובזהותו ממש. אויב א מענטש איז יא אינטעלעקטשועליסט און טוהט ממש די זעלבע התנהגות בפועל, נאר אונטער דעם ליגט אַן אינטעלעקטשועל דעה מיוסד בשכל וכו׳, דאן איז די פראבלעם לגמרי נישטא.

און אט דא ליגט די דינע שטריך אויף וואס דער מענטש, ובפרט דער רעליגיעזער מענטש, דארף וואקן. והיינו, ווייל נאך איינע פון די נושאים וואס זענען אפירגעקומען דארט, איז דאס אז רעליגיע/ספּיריטואליטעט קען גערעכענט ווערן ווי ממש א מענטשליכע געברויך. אין אנדערע ווערטער, א מענטש זייענדיג א מענטש, מוז בע״כ האבן א פענאמענעליסט סאָבּיעקטיווע צוגאנג צו רעאליטעט והמסתעף. אבער, די עבודה איז אז דאס זאל נישט גיין בניגוד צו וואס איז אים אבּיעקטיוו און פאקטיש אויפגעוואוזן צו טאקע זיין דאס ריאליטעט. אין אנדערע ווערטער, דער אדם שכלי דארף צו האבן א מאדעל פון די וועלט און רעאליטעט וואס איז אויסגעשטעלט לפי ראציאנאל און מדע. איינמאל ער האט דאס, און אָפּדעיט דאס כסדר עפ״י הנ״ל, קען ער (און צו גאר דארף ער) דערנאך צו דעם צושטעלן א פערזענליכע סאָבּיעקטיווע געפיהלישע צוגאנג. אבער מקודם, זייענדיג אז ער איז א מענטש אשר עיקרו הוא שכלו, דארף ער צו האבן א ראציאנאלע אָבּיעקטיווע מאדעל פון די וועלט.

לדוגמא, ווי ארויסגעברענגט דא, טוהט דעם ענין פון תפילה פּרעזענטירן אט אזא פראבלעם. מיינענדיג, עס האט די בּענעפיטן פון א סאָבּיעקטיוון מעדיטעטיוו קאנעקשאן מיט די ״אַבּסאַלוט״ און די קאַסמאָס, אבער עס קען אויך האבן די נעגאטיווע אפעקט פון זיין (ערגער, ועיין במו״נ ח״א פל״ו) ווי ע״ז, וואס איז דאך א שיבוש שכלי. דאס איז אויב מיינט ער אז ער רעדט באמת צו א סארט (אינפיניטלי) מאכטפולער וכו׳ ״כאראקטער״ וואס הערט אויס און ענטפערט/געבט אא״וו. צו האבן די סאָבּיעקטיווע בּענעפיט פון תפילה (וואס עבור זה נתקן), בשעת׳ן נאך אלס אָנהאלטן זיין ראציאנאלער מאדעל פון די וועלט וואס דארף קומען מעיקרא בעפאר דעם וכנ״ל, פעהלט אויס אז דער מענטש זאל פארשטיין בשעת׳ן מתפלל זיין אז דאס איז אלעס, צום מערסטענסט, כאילו ער רעדט צו עפעס א ״דו״ כאראקטער. און נישט נאר געבעבעלט עפעס א ״כביכול״ אין דעם, נאר דאס ריכטיג ובאמת ארויסהאבן בשעת מעשה (ועיין במו״נ ח״א פ״נ). און קורצן, אז דאס איז אלעס אך ורק נאר מצדו פונעם מענטש.

וכמובן, איז דאס גאר גאר א דינע שטריק פאר׳ן מענטש צו זיין אויף במחשבתו. און רוב רעליגיעזע מענטשן, עכ״פ במחנינו, זענען בהדיא נישט אזוי. וממילא קומט אויס פון דעם אז ווען זיי זענען, למשל, מתפלל, טוהן זיי ענעקטן בהתנהגות אט די דעה משובשת פון א גאט מוגשם ומתפעל, וואס דאדורך אט די התנהגות עפ״י די דעה דארונטער, ווערט אט די דעה מער נשרש בקרבם. ענליך און נאך שטערקער איז בנוגע, לדוגמא, שיריים און פעטישיסטיק קשרים צו חפצים פון א רבי אא״וו, וואס מ׳גלייבט האט אַן אקטועלע כח ממש - ווי מער מ׳איז זיך נוהג בפועל אזוי, אלס מער ווערט מען נפעל בדעת כפי הפעולות, וכידוע מהחינוך במצוה טז.

און אט דאס איז די טענה קעגן וויאזוי אונזער געמיינדע איז כהיום בנוגע איר אנטי-אינטעלעקטשועליזם.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר