בלאט 1 פון 2

מיין געזעגענונגס דרשה...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:29 pm
דורך berlbalaguleh
מורי ורבותי. חשוב'ע ידידים און גוטע פריינט. (איצטיגע און געוועזענע) חברי ה'קאווע שטיבל.

די גמ' זאגט (ערגעץ, כ'בין זיכער.)..."אין מערבין שמחה בשמחה"... שוין א לענגערע צייט וואס ס'דרייען זיך ביי מיר אין קאפ (אדער אין בויך) מחשבות זרות...יא אפלאזן קאווע שטיבל אדער נישט אפלאזן. פונקט ווען מיין החלטה איז שוין געווען פעסט ביי מיר און די געזעגענונגס דרשה גרייט, האט די חשוב'ע הנהלה באשלאסן אפצושפארן קאווע שטיבל. אמת. ס'האט געהייסן אז נאר פאר א טאג. נאר ס'האטציך (ליידער) פארשלעפט.

צוערשט ווען איך האב אריינגעסיינט דעם פארגאנגענעם דינסטאג און מיטוואך ביניך געווען זיכער אז דער חשוב'ער מנהל האט מיך שוין ווידער "אויסגעשפארט". כדרכו בקודש. נאר איך האב אויך מיטגעהאלטן די הודעה אז ס'איז (צייטווייליג) פארמאכט כדי צוריקצוקומען ביתר שאת וביתר עוז

איז דאך די שמחה (ב"ה) זייער גרויס. און איך פריי מיך אויך מיט אלס (געוועזענער) חבר ה'שטיבל. ממילא איז אפשר נישט אין פלאץ אז איך זאל אריינקומען און אריינמישן מיין אייגענע שמחה. און אפשר די שמחה ביי א געוויסע פאר יחידים. האמת אגיד אז איך גיי אוועק פון קאווע שטיבל מיט (זייער) א שווער הארץ.

איך וועל נאך (אי"ה, בלי"נ) אריינשמעקן אין קאווע שטיבל פון צייט צו צייט. נאר שרייבן וועל איך בלי"נ מער נישט. איך וויל נעמען א שטיקל הפסקה.

כ'האב (פונקט) געטראכט. אפשר אריבערגיין צו הייד פארק, אויב ס'עקזיסטירט נאך. אדער צו איי-וועלט. נאר א יעדער בר בי רב דחד יומא פארשטייט א ס'איז נישט לאגיש.

מיין החלטה צו נעמען א שטיקל "ברעיק" איז געקומען מכח כמה טעמים. על פי נגלה און על פי נסתר.

די טעמים עפ"י נגלה זענען זייער פשוט. דער חשוב'ער (געוועזענער) מנהל שליט"א האט עפ"י פקודת געוויסע אויטאריטעטן אין די הויכע פענסטער מיך "געמארקט". א יעדן שני וחמישי האט ער מיר געשיקט "אפיציעלע" ווארנונגען. און א יעדן שני ושלישי מיך "אויסגעשפארט". און פארשטייצעך מיך געמעקט (כמעט) טעגליך. ווען איך האב ארויסגעזאגט א ביסל א שארפע מיינונג וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט די אפיציעלע ליניע.

איך האב אפילו באקומען א "ווארנונג" אויב איך האב אויסגעדרוקט ספיקות צי מ'צענזורירט יא. אדער נישט.

שוין. רבותיי האטץ מיר און זייטס מיר. איך ווינטש פאר אלע מיינע איצטיגע און געוועזענע גוטע פריינט א סאך הצלחה. און זיי זאללן זיך ארויפארבעטן דא אין קאווע שטיבל.

איך מוז שוין לויפן צום געיט. מיין פלעין פארט שוין (באלד) אוועק...!

Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:39 pm
דורך שעפטאל
א זיידע בלייבט א זיידע, ער איז מיט זיינע אייניקלעך, א זיידע בלייבט א זיידע אלעמאל!!!

כ'בין שפראך לאז!!!
זיידי, אונז בלייבן משפחה אין אישי!!

אונז אייניקלעך באגלייטן דיך ביז צום געיט, כ'שטיי און ווייז מיט די הענט און מיט הארץ, בשעת כ'ברום זיך אונטער כי מלאכיו יצוה לך, המלאך הגואל, און כי בשמחה תצאו. שנירעלעך פון טרערן גליטשן אראפ אויף די בּעקעלך!!

א גאנצע תקופה פון ק"ש פאהרט אוועק!! :cry:

זיידי ווי אלל לאוו יא!!
ווי שטארק אונז ווילען אפהאלטן דעם עראפלאן פון פאהרן רעספעקטן אונז דיין החלטה, אבער מיטן האפענונג אז דו קומסט באלד צוריק!!

Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:39 pm
דורך קהל'ס נער
ווי וויל מיס יו.

Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:55 pm
דורך בעל אחריות
עס טוט מיר באמת וויי. זאלסט האבן הצלחה ווי דו גייסט.

Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 9:11 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:39 pm ווי וויל מיס יו.
Not so sure. At least some of us...!

Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 9:14 pm
דורך berlbalaguleh
בעל אחריות האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:55 pm עס טוט מיר באמת וויי. זאלסט האבן הצלחה ווי דו גייסט.
בעל אחריות: ייש"כ. אמן.טרינק א גלעזל (אדער צוויי) בראנפן. וועט די ווייטאג (בעז"ה) אוועקגיין...!

Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 9:37 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
מיט די נייע סיסטעם האב איך נישט נאכנישט אויסגעפיגערט וויאזוי צו לינקען, אבער מיין ערשטע תגובה (חוץ אין שלום עליכם) דא אין שטיבל איז געווען לכבוד ערעב בערעליינו זז"ג.

אוי זיידעניו אוי זיידע.
דו וועסט זיין אן אבידה.
וואויל איז פאר די אויגן וואס האבן געזעהן אויגן...

(וויאזוי וואלט סענדער דער דייטש געשריבען אין אזא פאל?!)

Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 9:58 pm
דורך [NAMELESS]
מ'וועט זיך בענקען זיידי

Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:05 pm
דורך היכי דמי
אוי רבי בערל
א בשורה א שווער׳ל
ער אנטלויפט ווי א סקווערל

זיידי וועסטו בלייבן
איך האף וועסט נאך שרייבן
ווער טוט דיר פארטרייבן

עס טוט זיך א בהלה
ווען אונזער אלטע בעל עגלה
שטייט שוין ביים שוועל די שמאלע

עס ציפט מיר ווי צוויבל
אז דו פארלאזט אונזער שטיבל
ביזט דאך די בעסטע דא, איז ביי אונז מקובל

מען טוט זיך נישט געזעגענען
האפונונג טוט רעגענען
אז מען וועט דיר נאך דא באגעגענען

Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:42 pm
דורך אלע צוזאמען
מיין זיידע האט מיר דערציילט
זיכרונות מיטגעטיילט
וואס ער איז אלץ אדורך אין לעבן......

וואס איז אמאל געווען וועט שוין נישט זיין מער.

זיידיניו, מיין זיידע...

Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:45 pm
דורך טמיר
בערל, מ'קען נאך אריינגעבן א פעטישען צי טוישן די גזירה? כ'בין זיכער כ'קען ארויפטרייבן 10 טויזענט חתימות.

Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:54 pm
דורך שפילער
חברה אל תדאג וויזוי איך קען ר בערל איז ער ציריק אין no time
:lol:

Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:49 pm
דורך פערינא
רבי בערל, האסט געפרעגט ביי איצא' צו ער לאזט אייך אוועק פון דא?

Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:09 am
דורך berlbalaguleh
טמיר האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:45 pm בערל, מ'קען נאך אריינגעבן א פעטישען צי טוישן די גזירה? כ'בין זיכער כ'קען ארויפטרייבן 10 טויזענט חתימות.
טמיר: ייש"כ פאר דיין רצון הטוב. און דיינע מעשים טובים. נאר איין מעקער. .אדער "דיליעט" קנעפל איז שטערקער פון חתימות.10,000

Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:10 am
דורך berlbalaguleh
:like :D
פערינא האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:49 pm רבי בערל, האסט געפרעגט ביי איצא' צו ער לאזט אייך אוועק פון דא?

Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:13 am
דורך berlbalaguleh
שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:54 pm חברה אל תדאג וויזוי איך קען ר בערל איז ער ציריק אין no time
:lol:
שפילער: אמת. (טיילווייז) ער האט אפילו נאך נישט געמאכט קיין בואי בשלום. זיכער נישט קיין עושה שלום.

Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:16 am
דורך berlbalaguleh
הגה"ה: זאגט דער רמ"א. אדער דער בעל עגלה. מיין "נישט שרייבן תגובות" מיינט נישט אז איך וועל נישט לייקן תגובות הגונות. אדער ענטפערן אויף גוטע און אויפריכטיגע מאמרים.

שעפטי'ס געזעגענונג'ס דרשה!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:57 am
דורך שעפטאל
יא. ס'איז אויך געקומען מיין צייט זיך צו געזעגענען :(

מיין החלטה איז געקומען מכח כמה טעמים. על פי נגלה ועל פי נסתר.

די טעמים עפ"י נגלה זענען זייער פשוט. היות כ'שרייב מיט הארץ און סתם ענק צו מאכן שמייכלן, האבן געוויסע ניקים אפגעמאכט אז כ'שרייב כפירה ח"ו! יא. מ'איז מיך חושד אין אזא שענדליכע זאך!

אינעם בלוט באד אשכול, https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 70#p537170 האבעך זיך אויסגעוויינט מיט אלע איוב טענות און אויסגעפיהרט אז דער רבונו של עולם איז ווייטער גוט, אפי' מ'פארשטייט נישט, און זיך געבעהטן ביי אהים כבן המתחטא לאביו צו היטן די אידישע ברידער'ס.

כ'באקום א ווארענונג אז מ'קען נישט שרייבן כפירה ברמיזה.
[ניין. די מנהל האט נישט קיין צייט צו ליינען מיינע געפיהלן אשכולות, אבער אז מ'דריקט דעם באריכט קנעפל, טוהט ער כאטש זיין דשאב צו דערמאנען. כ'האב אויף עם בכלל נישט קיין טענות. פארקערט, אהן עם - איש את רעהו חיים בלעו.]

אבער טייערע באריכט'ער ניק!
ווי ביסטו געוועהן אין אישי?! קענסט מיך נישט אישי'ן?! האסט א אהנונג ווי סאך מאל כ'רעדאגיר עפעס צוליב א איידעלע אישי?! ווייסטו ווי סאך אשכולות כ'שיק קודם צו אלטגעזעסענע עהרליכער ניקים אנצופרעגן אויב ס'קען חלילה געהערט ווערן אויף א וועג שלא על פי תורה?! האסט א אהנונג ווי סך אשכולות כ'לאז ליגן אינעם שייער צוליב א הערה מקודם פון א ניק?!

כ'קען נישט שרייבן אונטער פרעשור! כ'פיהל נישט וועלקאם ווען מ'קוקט מיך אהן ווי א כפירה ברמיזה שרייבער! אזאש מ'דארף גיין אונטער מיין ריקן!

איך מוז שוין לויפן צום געיט. מיין פלעין מיט זיידי פארט שוין (באלד) אוועק...!

הגה"ה: זאגט דער רמ"א. מיין "נישט שרייבן תגובות" מיינט נישט אז איך וועל נישט לייקן תגובות הגונות. אדער ענטפערן אויף גוטע און אויפריכטיגע מאמרים. און עפענען נייע אשכולות.

ס'איז סתם אויסצוגעבן מיין ווייטאג, און זעהן ווי מ'בעהט זיך "פליז בלייב" ווי וויל מיס יא! מיט שיינע מצוה טאנץ גראמען..

זיידי, יעצט גייען אונז האבן וואס צו טוהן אויפן פלעין, אונז גייען ליינען אונזערע הספדים...

לאוו'לי זיידי בערל, ס'האט דיך געלונגען... :lol:
האסט אונז אלע מיט'גענימען אויפן רייד... :lol:

זיידי איז און בלייבט מיט אונז, געזונט ווי א גוי, פריש ווי א יונג בחור'ל, און משוגע ווי משוגע גוט, ביז די הונדערט און צוואנציג שנים ונשים!!!

Re: שעפטי'ס געזעגענונג'ס דרשה!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 11:05 am
דורך בעל אחריות
שעפטאל האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:57 am יא. ס'איז אויך געקומען מיין צייט זיך צו געזעגענען :(

בכלל נישט קיין כפירה, האסט זיך אויסגעמושעסט מיטן באשעפער אויף די געזונטסטע אופן, יעדע נארמאלע מענטש האט אמאל דעי געפילן, פארקערט דער וואס פרעגט קיינמאל נישט קומט עס אפטמאל ווייל ער האט שוין אויפגעגעבן האפענונג אז עס בכלל דא א תירוץ

Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 12:48 pm
דורך קאך_לעפל
ו.ב.י.ל.י.כ.ל.

Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:03 pm
דורך בן ישי
איך האב געוואלט אנהייבן שרייבן א לאנגע מגילה זיך בעטן ביי אונזער באליבטע זיידע אונז נישט איבערצולאזן, ארויסברענגען ווי מיר האבן דווקא יא שטארק הנאה פון די זיסע תגובה'לעך וועגן די אלטע גיטע צייטן מיט ר' סענדר'ן וכו', די מעשיות וואס זענען אלץ געשעהן ביים דרייוון די באסעס, ווער רעדט נאך ווען מ'האט געעפענט אשכולות איבער אורעגוויי (וואס איז די ספעלינג? אה נאך זכרונות איבער פאררעכטן ספעלינג מיסטעיקס...) און נאך און נאך.
אבער איך האב מחליט געווען אז ס'פעלט נישט אויס! זיידי גייט נישט קיין ערגעץ! ער האט אפילו נישט וואו צו גיין!

זיידי ר' בערלניו איז היר טו סטעי טיל די האנדרעד טוואנטי געזונטערהייט!!

Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:04 pm
דורך berlbalaguleh
קאך_לעפל האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 12:48 pm ו.ב.י.ל.י.כ.ל.
ק*ק לעפל: בת ק' כבת (ענדע) כ'...טעיק דיס...י.ג.ד.מ.פ.מ.פ.פ.ג.ע.פ.י.ד.ד.א.ד.ד.ו.ב.ע.ד.פ.ט.ק.י.פ.ע.א.ע.א.י.א.פ.ש....לעולמי עד. אכיה"ר. אמן ואמן.

נ.ב.: ג.ה.ד.א.א.צ.ש.ו.ה.א.ז.פ....!
כ'האב מיך דערמאנט נאך עפעס. כדי לא להשאיר את הנייר חלק...!
ט.ב.ס.מ.ב.מ.א.א.א.מ.א.פ.פ.ר....!

מסירת מודעה: צו אלע מיינע אמת'דיגע גוטע פריינט. די אויבנדערמאנט שורות זענען אלץ "ברכות". אין דריי פארשידענע שפראכן..אידיש. ענגליש און אונגאריש

Re: מיין געזעגענונגס דרשה...!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:11 pm
דורך שמן למאור
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:10 am :like :D
פערינא האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:49 pm רבי בערל, האסט געפרעגט ביי איצא' צו ער לאזט אייך אוועק פון דא?
פון איצא לכאורה נישט, אבער כ'בין זיכער אז ס'איז איבערגעשמועסט געווארן מיט הרב ש.ב. מרגליות שליט"ע המכונה שמואל שלמה טעללער און מיט הרב ישראל מ. סופר שליט"ע המכונה מנשה פיליפ.