ווי אזוי חתונה תקנות וואלטן געדארפט זיין

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
סעמיט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 9:24 am
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 242 מאל

ווי אזוי חתונה תקנות וואלטן געדארפט זיין

שליחה דורך סעמיט »

די לעצטע צוואנציג יאר איז א וועלט פון חתונה תקנות, וואו מ'צווינגט יעדן חתונה צו מאכן אויף דעם זעלבן אופן, רייך און ארים צוגלייך. די חסרונות פון דעם צוגאנג זענען פילפאכיג:

צוערשט אז דאס שמעקט פון קאמוניזם, אז מ'צווינגט יעדן זיך אויפצופירן אויף א געוויסן וועג.

צוויי, פארוואס זאל א גביר חתונה מאכן ווי אן ארימאן? ער האט דאך דאס געלט - צו וואס דארף ער ליידן אז משוגענע עניים גייען אים וועלן נאכטאנצן?

דריי, די תקנות אדרעסירן נישט דעם אמת'ן פראבלעם, וואס דאס איז אז ס'איז נישט דא קיין אינדיווידואליזם, נאר יעדער טאנצט נאך יעדן. פארקערט, ס'איז נאך מחזק דעם פראבלעמאטישן שורש, און שטעלט טאקע צו אז יעדער זאל זיין די זעלבע.

פיר, אנשטאט אן ארימאן זאל חתונה מאכן אין א ביליגן זאל פאר ווייניגער מענטשן, און זאל נישט קויפן קיין פורניטשור פאר די פארפאלק, שטעלט מען צו א פענסי זאל פאר ביליגער, און פענסי פורניטשור פאר ביליגער. פארוואס? לערן זיי אויס צו קויפן נאר וואס פעלט אויס!

דער אמת איז אז דער פראבלעם פון טייערע חתונות איז אן אלטע און אמאליגע קהילות האבן זיך שוין געספראוועט דערמיט. אבער אז מ'קוקט אין אמאליגע תקנות, האבן זיי עס געטון אויף א וועג וואס איז ממש דער היפוך פון ווי אזוי מ'טוט עס היינט.

אסאך קהילות האבן געלאזט מאכן ברייטערע חתונות געוואנדן לויט וויפיל צדקה דער איד האט געטיילט און וויפיל ער האט נושא בעול געווען מיט געלט אין דער קהילה. אויב א איד איז באמת א גביר און האט ביישטייערט צו דער קהילה, האט ער געמעגט חתונה מאכן ווי א גביר. ווידער איינער וואס האט זיך ''דערקלערט עושר'' און לעבט אויף קרעדיט קארדס האט מען נישט געלאזט חתונה מאכן ווי א גביר.

די תקנות האבן פשוט געגעבן פאר יעדן די רעכט חתונה צו מאכן לויט דעם שטאנד וואו ער געפונט זיך באמת. אזוי דארף טאקע זיין.

לעצטענס האב איך געזען די תקנות פון אן אמאליגע קהילה וואס האט געטון די זעלבע זאך אויף אן אנדערן אופן וואס האט מיר זייער געפאלן. די ריבוי הברייטקייט און אויפרייסערישקייט פון די חתונה האט זיך געוואנדן לויט וויפיל נדן מ'גיט פאר'ן פארפאלק. אויב גיט מען כך וכך, מעג מען האבן צוויי מוזיקאנטן, אויב גיט מען מער, מעג מען שוין האבן דריי. אויב גיט מען אסאך מער, מעג מען האבן נאך מוזיקאנטן און בדחנים וכו'. די תקנות האבן אדרעסירט דעם פראבלעם head on, און איז דער גרעסטער קאנטראסט צו היינט וואס אפילו די וואס "שפּאָרן" קענען נישט חתונה מאכן אונטער בערך 150,000 דאלאר ביידע זייטן צוזאמען, אין די צייט וואס די חתן כלה פאנגען אן זייער לעבן בעירום ובחוסר כל.

ס'איז פשוט א שאנדע און אן עקל אז מ'גיט אויס אזא אסטראנאמישן ציפער וואס איז האלב פון א דאונפעימענט פאר א דירה, ווען די חתן כלה אליין באקומען זערא. תקנות היינטיגע צייטן וואלטן געדארפט זיין פונקט אזוי: בעיסיק חתונה מאכן טאר נישט קאסטן מער פון 20,000. מאך עס אין דיין דיינינג רום, יואלי ראטה'ס ביהמ"ד, אדער דיין רייכן פעטער'ס בעיסמענט. יעדער דאלאר מער וואס מ'גיט אויס, מוז זיין א דאלאר כנגד זה וואס גייט פאר די חתן כלה אין באנק-קאנטע צו קענען אנפאנגען זייער לעבן מיט עפעס אין טאש.

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר