איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3144
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3405 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8627 מאל

איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?

שליחה דורך שמן למאור »

אפגעטיילט פון דא
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php? ... &start=138

צוויי האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
לאכעדיג האט געשריבן:
איזה נשמה האט געשריבן: ווער זאגט ס'נישט כפשוטו. מ'זאגט אז דא פעהלט קאנטעקסט.

שטעל דיר פאר, איך פארצייל א לאנגע דרשה אויף די לעבענס געשיכטע פון מיין רבי, איך זאג אויף איהם גרויסע זאכן דוראויס די גאנצע דרשה, אין מיטן ווארף איך אריין א געפערליכע מעשה אויף איהם א זאך וואס קיין איין איש הגון וואלט אפילו נישט געטראכט צו טוהן, און איך לייג נאך צו, אז ער האט אפילו נישט געטראכט אז ער דארף תשובה טוהן ביז ניין חדשים שפעטער, און ווייטער און מיין דרשה זאג נאך שיינע תוארים אויף איהם. וואלסטו ממש אויףגעשפריגען און געפרעגט ילמדנו רבינו, וואס איז פשט? זיי דיך מסביר, עפעס מאכט נישט קיין סענס און דיינע ווערטער.

דעס איז וואס רש"י זאגט אמאהל "המקרא אומר דרשני" פון די ווערטער אין פשט אליין זאגטסוך ארויס אז דא פעלט אפאר דיטעילס.

רש"י האט געשריבן זיין פירוש מיט רוח הקודש און די קענסט נישט מפרש זיין די תורה און חז"ל ווען די שרייבסט מיט א אגענדע צו נידריגע זאכן ווי מיר האבן שוין געזען ביי דיין שמשון הגיבור באשרייבונג.

איך האב אויך רוח הקודש ביי די וועי. און אויב האט איינער אן אגענדע איז עס טאקע יא רש"י און די מפורשים וואס דארפן פראטעקטן דוד. די נישט בייעסט מפרשים זאגן טאקע יא ווי מיר. איך בין מפרש, בעסער געזאגט, איך טייטש איבער די פסוקים ממש וויאזוי עס שטייט, און אגב רש"י לערנט נישט אנדערש ווי מיר דא.
ווי לייגסטו די תפילין של יד, אויף די האנט פלאך? און ווי לייגסטו תפילין של ראש, אויף די קאפ צווישן די אויגן?
א רגע די לייגסט בכלל תפילין, אויב יא ווי לאנג מער ווי איין מינוט.
מוזט נישט ענטפערן.

וואס איז נוגע וואס איך טוה?

ווער זאגט טאקע אז מען דארף בכלל לייגן תפילין? דער רשב"ם לערנט דאך אנדערש פשט אין פסוק.

און אז מען נעמט שוין יא אן ווי די וואס זאגן אז מען דארף לייגן פאקטישע תפילין, וואס איז שלעכט מיט איין מינוט אין טאג? די מאירי זאגט דאך שוין אז מען דארף נישט לייגן תפילין יעדן טאג.

עניוועי. וואו איז מען דא פארקראכן, קענסט עפענען א פרישע תפילין אשכול.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 65 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר