די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 652
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 962 מאל

די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט

שליחה דורך עמרם »

בעזרת השם יתברך

אלץ אן הקדמה צו דעם אשכול וויל איך בעטן אז די אלע וואס זוכן צו פארטיידיגן אט די פארדארבענע קולט, מיט איר פארשאלטענע גרינדער און פירער, זאלן ביטע גיין צו א צווייטע אשכול,
דעס איז אויסדרוקליך נאר ארויס צוברענגען די שאנדע פון אט די געמיינע געמיינדע,
ארויס צוברענגען, ווי א רשע און אכזר האט זיך מלבש געווען אין די תורה און אידישקייט צו בארעכטיגן זיינע שוידיליכע מעשים האכזרים

די שרעקליכע קולט ל''ט, האט ליידער אין איר התחלה אריינגענארט היימישע אידן, און זיי אריינגעווארפן אין א גרוב וואס איז זייער שווער ארויסצוקומען,
וויבאלד די מהלך דארט אז מ'ברעין וואשט די מוחות, אז אפי' אויב איינער כאפט יא אז ס'טויגט נישט, איז זייער שווער אוועק צו גיין, נאכדערצו אז מ'ווייסט אז נאך מ'גייט וועט די גאנצע פארדארבענע קולט מתפלל זיין אז דו זאלסט שטארבן

די שרעקליכע מעשים וואס מ'טוט דארט אפ איז שווער ארויף צו ברענגן, אבער ווען מ'הערט נאר פון סיי ווער ס'איז ארויס פון דארט, וואס דארט גייט פאר ווערט מען אויפגעשוידערט ביז גאר

די חלק השידוכים ווערט געפירט אונגאנצן דארך די פירער, וואס זענען מחליט ווער זאל חתונה האבן מיט וועמען, און ווען,
אזוי אויך צעטיילן זיי אמאל, ווען זיי האלטן אז ס'פעלט אויס, זיי קענען סתם אזוי צינעמען קינדער פון עלטערן אויב זיי האלטן אז די עלטערן וועלן נישט מחנך זיין פונקט ווי אזוי זיי ווילן

דאס אלעס איז א קליין חלק פון די אכזריות דארט,
די עיקר וואס דארף ווייטוהן פאר ערליכע אידן, איז דאס אז אלעס וואס זיי טוהן איז מכלומר'שט אין די נאמען פון אידישקייט,
זייער פארשאלטענע גרינדער, דער רשע מנובל און רוצח שלמה העלבראנץ ימ''ש האט אנגעהויבן ווי א חסידות, ביז ער האט ליידער מצליח געווען אריינצינארן זיינע נאכפאלגער, אז נאר ביי אים איז דא די עכטע אידישקייט, און אלעס אנדערש איז חזר טרייף עפ''ל
מיט די גאנצע רבי'שע טראגע האט ער אויפגעשטעלט זיין קולט, ווי מ'באקט איין פון קינד ווייז אהן אז נאר דאס איז די אמת רח''ל,
ליידער האט כלל ישראל נישט געכאפט גלייך, און ס'האט געקאסט א ביטערע פרייז ווי ער האט ליידער באקומען אביסל שטיצע און נאכפאלגערס פון אונזער געמיינדע

ס'איז א גרויסע בושה פאר קאווע שטיבל אז דא קענען זיך ארום דרייען פון זיינע נאכפאלגערס און פארטיידיגן זיינע גרויליגע מעשים, נאכדעם וואס ס'שוין הײנט באקאנט די אמת

מיר שרייען אויס די אמת: זיי האבן נישט קיין שום חלק אין כלל ישראל, זייערע מעשים זענען נישט אויסגעהאלטן לויט אונזער תורה,

דער אשכול פארמאגט 66 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר