היסטאריע און ארכאלאגיע פון יציאת מצרים

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1064
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1553 מאל

היסטאריע און ארכאלאגיע פון יציאת מצרים

שליחה דורך סקעפטיקער »

די נושא איז שוין אביסל געווארן ארומגערעדט צווישן די ווענט פון אונזער קאווע שטיבל, אבער האט נאך קיינמאל נישט געהאט א דעזיגנירטע אשכול. דערפאר וועל איך עפענען דעם אשכול ווי מ'וועט ברענגען חומר איבער דעם נושא און ארומשמועסן איבער די פארשידענע מהלכים.

עס איז דא די מהלך פון דעוויד ראול וואס @קאסא גראנדע האט שטארק געשטופט אינעם אשכול ענטפערס אין אמונה, קחנו משם.

צוושין די ארטאדאקסישע אידנטום איז באקאנט דר. יהושע ברמן מיט זיין בוך אני מאמין, וואס האט א מהלך אויף די היסטאריע פון יציאת מצרים. ער איז נישט ריין פון קריטיק פון ביידע ריכטונגען. ווען ער האט געשריבן אן ארטיקל און דערמאנט דר. זאב פערבער וואס האט געשריבן אז יציאת מצרים איז נישט היסטאריע, האט פערבער אים צוריקגענטפערט מיט אן ארטיקל פארוואס בערמאן איז נישט גערעכט. פון די אנדערע זייט האט גאולה טווערסקי אים קריטיקירט פארן נעמען זאכן פון די תורה און אויסטייטשן נישט ליטערלי.

אין די יעצטיגע טעג גיבט דר. ברמן א סעריע שיעורים איבער זיין מהלך פון יציאת מצרים אויף די יוטוב טשענעל בית אבי חי.

אין אלגעמיין איז דא א גוטע בוך Five Views on The Exodus וואס גיבט פינף אנדערע מהלכים געשריבן דרך פארשידענע פארפעסארן און גיבט א גוטע בליק אויף די פארשידענע מהלכים וואס זענען דא איבער די היסטאריע פון יציאת מצרים. אויף די פאדקעסט On Script זענען געווען שמועסן מיט אלע פינף שרייבערס צו הערן זייערע שיטות.

צווישן שלומי אמוני ישראל זענען דא שמועסן פון הרב שמואל פוקס געזאגט געווארן אויף קול מבשר, און די פאלדער זענען דא אסאך פון זיינע שיעורים, אויך איבער די נושא.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר