בלאט 1 פון 2
לאמיר מאכן ליצנות דע"ז בדורנו
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 2:11 pm
דורך a1b2
לאמיר זען אביסל חוזק פון היינטיקע עבודה זרה'ס.
פון רבי'שע מצוה טאנצן, (דעי וואס מיינען עס נישט אמת'דיג)
פון דער מלאך המוות'ס ציטער ביי תהילים פאר גדולים
פון וויליאמסבורגער אפיקורסים,
פון סקווערע יראת שמים,
פון וויליאמסבורגע באגי בוס.
אזוי נאך 100'טער משלים
קאם אן, עס זענען דא טאלאנטירטע חברה
אבער די סחורה איז גארנישט קיין ליצנות.
פארשטייט זיך אז עס דארף זיין אויף די מהלך פון די פרינציפן דא כדי דאס זאל האבן א קיום
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 2:13 pm
דורך מורינו הרב
מען זאגט אז ווען א סקווירא חסיד וויל ווערן א ליידיג-גייער, גייט ער אריין אין בית-הכסא, מאכט א בורא פרי הגפן אויף א באנאנע און עסט דאס אויף אין בית-הכסא להכעיס.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 2:16 pm
דורך קליגער איד
a1b2 האט געשריבן:לאמיר זען אביסל חוזק פון היינטיקע עבודה זרהס.
פון רבישע מצוה טאנצן, (דעי וואס מיינען עס נישט אמתדיג)
פון דער מלאך המוותס ציטער ביי תהילים פאר גדולם
פון וויליאמסבורגער אפיקורסים,
פון סקווערע יראת שמים,
פון ווילאמסברגע באגי בוס.
אזוי נאך 100דערטער משלים
קאם אן, עס זענען דא טאלאנטירטע חברה
אבער די סחורה איז גארנישט קיין ליצנות.
דו רעדס פון מלאך המוות דערמאנסטו מיר א גוט ווארט פון ר' שלום אליעזר דים ער זאגט אז ער איז א שוואגער מיטן שטן ווייל די שטן (מלאך המוות) האט גענימען זיין שוועסטער
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 2:16 pm
דורך זר זהב
דער ערשטער שריט פון א סאטמארער וואס וויל ווערן קיהל איז גיין צום כותל.
{דאס ווייזט אגב די קלוגשאפט פון רבינו הק' הויואל משה זי"ע, ער האט פאראויס צוגעשטעלט אזעלעכע ''עבירות'' פאר זיינע חסידים וואל ווילן אביסל אפפארן...)
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 2:18 pm
דורך sunbar
ביי די באמס אין שטעטל איז זייער נפרץ אז זיי טרינקן אויף די נעגל וואסער נאכן וואשן די הענט. השם ירחם!!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 2:20 pm
דורך a1b2
די ערשטע שריט וווען א בחור וואס וויל ווערן קיהל
איז טריקען מים אחרונם וואסער אויגעמישט מיט נעגל וואסער
אין סלאש
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 2:21 pm
דורך a1b2
sunbar האט געשריבן:ביי די באמס אין שטעטל איז זייער נפרץ אז זיי טרינקן אויף די נעגל וואסער נאכן וואשן די הענט. השם ירחם!!
קושן די בעק ציצית ביי ברוך שאמר.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 2:28 pm
דורך שעפטל
און עסן גיד הנשה...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 2:32 pm
דורך זר זהב
כאגעזען אמאל א באם פאסטן ערב יו"כ. אזאנס!?!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 2:48 pm
דורך a1b2
לערנען ניטל
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 2:51 pm
דורך a1b2
געזעהן אמאל חסדי מהר"א זיך שלאגן צו כאפען די וואסער נאך זיין נטלת ידים
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 2:56 pm
דורך villager
קליגער איד האט געשריבן:דו רעדס פון מלאך המוות דערמאנסטו מיר א גוט ווארט פון ר' שלום אליעזר דים ער זאגט אז ער איז א שוואגער מיטן שטן ווייל די שטן (מלאך המוות) האט גענימען זיין שוועסטער
הוא הי' אומר: די גדולים זענען שוין טאקע נישטא אבער די גערוך האבן זיי איבערגעלאזט...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 3:08 pm
דורך מיקוה נייעס
אדער איז דא באמעס וואס עסען די טשולענט פאר די אייער
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 3:09 pm
דורך שמעקעדיג
a1b2 האט געשריבן:די ערשטע שריט וווען א בחור וואס וויל ווערן קיהל
איז טריקען מים אחרונים וואסער אויסגעמישט מיט נעגל וואסער און סלאש
אן א ברכה ראשונה ואחרונה.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 3:11 pm
דורך מיקוה נייעס
איר וועט נישט גלייבן וואס איך האב געזעהן פאריגען פרייטאג און ק"י און שאפינג סענטער א יונג בחור'ל איז אריין קופן עפעס אין איינע פון די גראסעריס און עס איז געקומען צורעכענען נישט מער און נישט ווייניגער ער גייט................................................................. צו די פרויען רעדזשיסטער ה"י
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 3:19 pm
דורך זר זהב
געזען א ברסל'בע באם עסן רויע צוויבל בפומבי
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 3:40 pm
דורך טראכט
זר זהב האט געשריבן:דער ערשטער שריט פון א סאטמארער וואס וויל ווערן קיהל איז גיין צום כותל.
{דאס ווייזט אגב די קלוגשאפט פון רבינו הק' הויואל משה זי"ע, ער האט פאראויס צוגעשטעלט אזעלעכע ''עבירות'' פאר זיינע חסידים וואל ווילן אביסל אפפארן...)
א סאטמארער איז געזעסן אין טיאטער ל"ע, און קוקט זיך אזוי געמיטלעך די קאסעטע וואס שפילט, מיט אמאל שפרינגט ער אויף פון זיין ארט און נעמט זיך שרייען.. פוי.. מיטן גאנצן כח!
זיינע חברים וואס זענען מיטגעזעסן מיט אים פרעגן אים מיט וואונדער, עפעס האט פאסירט? אלס בסדר?...
וואס איז דאס מיט ענק? שרייט ער צוריק, "ענק האבן נישט באמערקט דעם כותל וואס זיי האבן יעצט אויפגעשפילט"?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 8:03 pm
דורך משה רוקח
צוויי חברים האבן מחליט געוועהן אז גענוג מיט אידישקייט. זיי ווילן שוין נישט הערן דערפון.
נעקסטע צופרי גייען זיי צו מקדאנעלדס פאר סאפפער און שמועסן זיך אן אז זיי מאכן שוין נישט קיין ברכה פאר'ן עסן.
ווען דער סארווער ברענגט זיי די עסן, איינער הייבט אן צו זאגן ברוך אתה ה' - געבט אים דער חבר א זאג, סטאפ, אונז מאכן שוין נישט קיין ברכות - געבט ער שנעל א זאג למדינו חקיך.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 8:04 pm
דורך זר זהב
אויך מיר א גוי...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:05 pm
דורך מורינו הרב
איך זעה אז דער אשכול איז געפארן אין א דירעקשן וואס דער פותח האשכול האט נישט געוואלט, ער האט געמיינט עפעס אנדערש.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:24 am
דורך קורץ און שארף
זר זהב האט געשריבן:דער ערשטער שריט פון א סאטמארער וואס וויל ווערן קיהל איז גיין צום כותל.
{דאס ווייזט אגב די קלוגשאפט פון רבינו הק' הויואל משה זי"ע, ער האט פאראויס צוגעשטעלט אזעלעכע ''עבירות'' פאר זיינע חסידים וואל ווילן אביסל אפפארן...)
אנדערע עובדא שהיה, פון די מאנרא בחורים, האט איינער באשלאסן ער גייט אפפארן [ווי אהין?], איז ער שנעל אריינגעלאפן אין וואלד, שנעל געגעבן א זאג צו זיך אליינס, מיט די עברית'ישע אקצענט: "מה נשמע"? "הכל בסדר". און שנעל צוריק אריינגעלאפן אין ישיבה.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:41 am
דורך נולד מאוחר
מ'שרייבט בתערובות מענער און פרויען.
לאל
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:42 am
דורך מורינו הרב
איך ווייס אן אמת'ע מעשה (ווי אזוי זאגט נאר קלויזנבורגער רב? - "א מעשה שהיה וואס איז טאקע געווען"...), מיט א שוואכע בחור פון מאכנובקא וואס האט געהאלטן פארן אפפארן. ער האט פארטרויעט זיין סוד פאר זיין משפיע, א קלוגער יונגערמאן וואס האט געארבעט מיט אים. יענער האט אים פראבירט איבערצורעדן אויף אלע מיני אופנים, אבער יענער האט זיך געהאלטן ביי זיינ'ס, אז ער וועט זיך אפשערן די פיאות, אויסטון די לבוש און זיך מתגייס זיין אין צה"ל.
אלס לעצטע פראווו האט זיך דער משפיע געווואנדן צום בחור ווי פאלגענד: "שטעל דיר פאר, ווען מען וועט הערן דארט (אין בעלזא) אז א בחור פון דא איז אפגעפארן... דו ווייסט וואסאפאר נצחון זיי וועלן האבן? - זיי וועלן ווייזן פאר יעדן איינעם אז זיי זענען די עכטע בעלז און אונז שפילן נאר אזוי... מען טאר דאס נישט צולאזן, מען דארף זיי ווייזן...
דאס האט געהאלפן.