בלאט 1 פון 4

מים חיים סאדע ווערסעס באר מים

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:20 pm
דורך זר זהב
זייער א וויכטיגע נושא וואס מ'האט נאכנישט דיסקוסט... איינער זאגט מיר לעצטענס אז באר מים מאכט נישט אליינס זייערע סאדעס נאר ביי א גוי, מים חיים מאכט עס יא אליינס. מענטשן זאגן אז באר מים'ס סעלצער האט מער געז ווי מים חיים'ס.

מים חיים'ס קאלע איז גאר גוט, אבער באר מים'ס דיעטע קאלע איז בעסער ווי מים חיים'ס דיעטע קאלע.

באר מים'ס בלעק טשערי זאל דער פון אויבן שומר ומציל זיין, ס'דערמאנט מיר פון די מעדיצינען וואס כ'פלעג איינעמען מיט געוואלד אין מיינע קינדער-וויגעלע יארן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:25 pm
דורך שמעקעדיג
על טעם וריח... אבער איך האב נישט ליב קיין איינס פון באר מים. אלע סאדעס פון מים חיים איז געשמאקער אין מיין צונג.
(איך האף אז הערשל מייזליש שרייבט נישט דא)

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:29 pm
דורך זר זהב
איך האלט אזוי ווי דיר. מים חיים איז בעסער מיט אלעם. ''על טעם וריח'' קען מען זאגן ווען ס'קומט צו למשל די פיינעפעל אדער פרוכטפאנטש סאדעס, אפילו מים חיים איז בעסער קען מען פארשטיין איינער זאל גלייכן באר מים'ס דיפפרענט טאטש. אבער די בלעק טשערי איז נישט שייך זיך צו טענ'הן, ס'איז א דיזעסטער.

ביי די דייעט קאלע נעם איך אבער קלאר באר מים. ס'געשמאקער.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:32 pm
דורך שמעקעדיג
אויב דייעט, טרינק איך נישט קיין קאליר סאדא.
איין גרויסע BS די גאנצע דייעט שמייעט סאדא.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:34 pm
דורך זר זהב
WELL

דא קומט אריין דער על טעם וריח... ס'איז א גוטער אלטענאטיוו, און ס'דא וואס מאכן עס גאנץ גוט. למשל איך גלייך בעסער דייעט קאוק ווי די געהעריגע קאוק, פשוט אין טעיסט! פארגעס פון "דייעט"!

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:49 pm
דורך זר זהב
אז אלע קאלירטע סאדעס זענען סם ה...

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:53 pm
דורך [NAMELESS]
די גאנצע באר מיים איז א מאדערנע זאך וואס נוח לו שלא נברא, מים חיים איז געגרינדעט געווארן מיט מסירות נפש דורך א הייפעלע עסקנים, בהוראת קדשו תחת דגלו והדרכתו פון רבי'ן זיכרונו לברכה, און עס איז נישט נהנה ממקורות זרים, און אין דער איד ווערט שטענדיג אויסגעדרוקט שטארקע הערצה צו מיים חיים. די וועסטו קיינמאל נישט זעהן קיין תלמיד פון רבין טרונקען באר מים, שוין אפגערעדט א תלמיד פון ארשיווע צו פון קראלי, נאר אפילו דאהי, א תלמיד פון די כ' יארן, בהלו נרו על ראשנו, קען קיין באר מים אין מויל נישט ארייננעמען

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 5:08 pm
דורך שמעקעדיג
קופערניקוס האט געשריבן:די גאנצע באר מיים איז א מאדערנע זאך וואס נוח לו שלא נברא, מים חיים איז געגרינדעט געווארן מיט מסירות נפש דורך א הייפעלע עסקנים, בהוראת קדשו תחת דגלו והדרכתו פון רבי'ן זיכרונו לברכה, און עס איז נישט נהנה ממקורות זרים, און אין דער איד ווערט שטענדיג אויסגעדרוקט שטארקע הערצה צו מיים חיים. די וועסטו קיינמאל נישט זעהן קיין תלמיד פון רבין טרונקען באר מים, שוין אפגערעדט א תלמיד פון ארשיווע צו פון קראלי, נאר אפילו דאהי, א תלמיד פון די כ' יארן, בהלו נרו על ראשנו, קען קיין באר מים אין מויל נישט ארייננעמען


דו האסט שטענדיג עפעס מיר צו מאכן קייכן פאר געלעכטער... :lol: :lol:
:like :like

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 5:45 pm
דורך אברעמעל
שמעקעדיג שוין גארנישט קיין געלעכטער, איך קען משפחות וואס אויב איינער קויפט באר מים איז ערגער ווי זיך אויסטיהן די קאפל.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 5:48 pm
דורך זר זהב
איך מיין אז ס'דא משפחות וואו מים חיים איז אויך אסור אריינצוברענגען.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:12 pm
דורך אלזא
זר זהב האט געשריבן:זייער א וויכטיגע נושא וואס מ'האט נאכנישט דיסקוסט... איינער זאגט מיר לעצטענס אז באר מים מאכט נישט אליינס זייערע סאדעס נאר ביי א גוי, מים חיים מאכט עס יא אליינס. מענטשן זאגן אז באר מים'ס סעלצער האט מער געז ווי מים חיים'ס.

מים חיים'ס קאלע איז גאר גוט, אבער באר מים'ס דיעטע קאלע איז בעסער ווי מים חיים'ס דיעטע קאלע.

באר מים'ס בלעק טשערי זאל דער פון אויבן שומר ומציל זיין, ס'דערמאנט מיר פון די מעדיצינען וואס כ'פלעג איינעמען מיט געוואלד אין מיינע קינדער-וויגעלע יארן.

אמת ממאכט עס אין קאנאדא אין ב"מ קאלע ליגט נישט קיין קאפין נאר קרמל אין מ"ח ליגט יא קאפין טריי ב"מ קאלע מיטגראשיצער

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:18 pm
דורך זר זהב
אויך אמת, מיין מי ימצא (אין אנדערע אומשטענדן) בעהט מיר צו קויפן באר מים קאלע ווייל ס'האט נישט קאפין.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:51 pm
דורך הציץ ונפגע
מען מעג דא אויך שרייבן איבער די מחלוקת פון קאקע-קאלע און פעפסי?

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:52 pm
דורך זר זהב
יא, איך לאז!

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 8:22 pm
דורך Espresso
פאקאנוי וואסער ביעט זיי אלע.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:08 pm
דורך אוי טאטי
א׳מרעדט שוין, איז אינטערסאנט פארוואס טאקע נאר די צוויי קאמפעניס האלטן זיך אפען אזוי לאנג, עס איז שוין געווען היפש אפאר קאמפעטישאנס וואס האבן זיך געפענט, אבער אלע האבן שנעל צוגעמאכט, א שטייגער ווי- רוקח, אדער מים טובים, וואס איז די פשט?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:19 pm
דורך לעמיל
עפעס ליגט מיך און קאפ אז די קלויזענבארגע פעלבערבוים משפחה טרינקען נישט מים חיים עד היום ווייל זייער טאטע האט געפענט באר מים און זיי זאגען אז סאטמער האט געפענט מים חיים נאר זיי צו קלאפען און למעשה האט ער עס טאקע געמוזט פארקויפען, אויב עס איז אינטערסאנט קען איך געוואר ווערען מער אינפא

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:45 pm
דורך קלאר
ביי סעלצער געב איך די רעיט פאר באר מים
אבער גיי ווייס פאר דארף א קעסטל סעלצטער פין 12 ליטער קאסטען איבער 8 דאללער...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:47 pm
דורך קלאר
קופערניקוס האט געשריבן:די גאנצע באר מיים איז א מאדערנע זאך וואס נוח לו שלא נברא, מים חיים איז געגרינדעט געווארן מיט מסירות נפש דורך א הייפעלע עסקנים, בהוראת קדשו תחת דגלו והדרכתו פון רבי'ן זיכרונו לברכה, און עס איז נישט נהנה ממקורות זרים, און אין דער איד ווערט שטענדיג אויסגעדרוקט שטארקע הערצה צו מיים חיים. די וועסטו קיינמאל נישט זעהן קיין תלמיד פון רבין טרונקען באר מים, שוין אפגערעדט א תלמיד פון ארשיווע צו פון קראלי, נאר אפילו דאהי, א תלמיד פון די כ' יארן, בהלו נרו על ראשנו, קען קיין באר מים אין מויל נישט ארייננעמען


דאס איז נישט קיין זשאוק
זיי האבען אזוי אדווערטייזט לעצטנס
איינער האט די עד?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:50 pm
דורך berlbalaguleh
לעמיל האט געשריבן:עפעס ליגט מיך און קאפ אז די קלויזענבארגע פעלבערבוים משפחה טרינקען נישט מים חיים עד היום ווייל זייער טאטע האט געפענט באר מים און זיי זאגען אז סאטמער האט געפענט מים חיים נאר זיי צו קלאפען און למעשה האט ער עס טאקע געמוזט פארקויפען, אויב עס איז אינטערסאנט קען איך געוואר ווערען מער אינפא

דאס שטימט נישט מיט די פאקטן. ווייל מים חיים איז געווען אויפ'ן מארקעט א פאר יאר פאר באר מים. און דער אייגנטומער פון באר מים איז געווען א דרייווער ביי מים חיים.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:52 pm
דורך לעמיל
berlbalaguleh האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:עפעס ליגט מיך און קאפ אז די קלויזענבארגע פעלבערבוים משפחה טרינקען נישט מים חיים עד היום ווייל זייער טאטע האט געפענט באר מים און זיי זאגען אז סאטמער האט געפענט מים חיים נאר זיי צו קלאפען און למעשה האט ער עס טאקע געמוזט פארקויפען, אויב עס איז אינטערסאנט קען איך געוואר ווערען מער אינפא

דאס שטימט נישט מיט די פאקטן. ווייל מים חיים איז געווען אויפ'ן מארקעט א פאר יאר פאר באר מים. און דער אייגנטומער פון באר מים איז געווען א דרייווער ביי מים חיים.

ווען פעלבערבוים האט עס געהאט האט עס געהאט א אנדרע נאמען איך מיין מים טובים אבער איך בין נישט זיכער, איך קען א אייניקעל פון די משפחה איך וועל פראבורען אים צו פרעגען מער פרטים אי"ה

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:06 pm
דורך נס קאווע
זר זהב האט געשריבן:אויך אמת, מיין מי ימצא (אין אנדערע אומשטענדן) בעהט מיר צו קויפן באר מים קאלע ווייל ס'האט נישט קאפין.

שוואכע אמשטענדן השגות איך האב געקויפט די דזינדזער עיל פון קאוק (גדענק נישט וויזוי עס הייסט) און ס' אויך נישט גוט געווען, איך האב געקאלט אפשר 10 - 15 רבנים וועגן עפעס א אנדערע סאודע מיט שוואכערע הכשר וואס מ' האט מיר אנגעטראגן און נישט אנגעקומען אין ערגעץ, דער אדווארי רב האט מיר דעמאלטס גיענטפערט אז סעלצער קען מען טרינקען מיט א OU אבער מיט א פלעוואר דארף א גיהעריגע הכשר... כ' האב געמיינט אז פאפא בית הוראה וועט מיר קענען העלפן ווי מענטשן פון נ.י. קאלן די פויזן קאנטראל פון נ.דז. צו באקומען א נארמאלע ענטפער אבער ס' האט געהאלפן א מכה

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 2:55 pm
דורך אלזא
אז מרעדט שוין פון סאדע מאנכע זאגן אז קאוק פון OU איז פונקט אזוי כשר ווי קוקה קולא פון אר"י מיט רב לנדא"ס הכשר ווייל די פארמולע ווער געמאכט אין איין פלאץ אין אמעריקע אין משיקט עס נאכדעם צו אלע זייערע פלענטס