בלאט 1 פון 2

יחי המלך!! קעניג בלומבערג!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 1:26 pm
דורך [NAMELESS]
מיינסט איך וויל זאגן "יחי המלך"?? אוודאי וויל איך נישט. מיינסט איך האב ליב דעם שלעכטן קעניג וואס האט זיך אויף אינז ארויף געזעצט מיט אזא רשעות?? זיכער נישט!! נאר א ברירה האבעך. אז איך וועל נישט שרייען מיט יעדעם וועט ער נאך שרייען אז איך בין א מורד במלכות, און ער וועט מיר אויפהענגען אויף א תליה אינמיטן סענטראל פארק ווי אלע מערעטאן לויפער'ס וועלן זעהן מיין טויטן גוף זיך שאקעלען אין די ווינטען, און יעדער וועט וויסן אז ככה יעשה לאיש וואס האט מורד געוועהן אין די מלוכה פון אונזער טייערען הויכגעשעצטען קעניג החסיד (אזוי פלעגן זיי שרייבן אויף פראנץ יאזעף, ניין?) מייקעל בלומבערג ירום הודו לנצח נצחים.

דער מייקעל בלומבערג פונקט ווי אלע דיקטאטאר'ס האט לעצטענס באקימען אזא שרעקליכע רייץ צו קאנטראלירן אינזער לעבן, און רודף'ט אינז עד חרמה. וואלסטו געוואלט מיינען אז עס איז געוועהן א טריקענע צייט, זאג איך דיר ניין, בעוד כברת ארץ, די ערד איז געוועהן געלעכערט אזוי ווי א זיפ, ווייל עס איז געקימען די שרעקליכע האריקען סענדי און האט צולעכערט און צושטויסן א האלבע מדינה, און דער קעניג אינזערע איז געזעצן אין זיין באקוועמע פאלאץ און נאר געקימערט מיט זיין געלט און כבוד, און זיין פארטיי.

א מין חוצפה פון דעם קעניג ביליאנער וואס פארשטייט נישט אז הונדרעט דאלאר פאר א פשוטע מענטש איז פינקט ווי פיפציג טויזענט דאלאר פאר אים. און ער פארשטייט נישט וואס דאס מיינט צו זיין אן לעקטער פאר עטליכע טעג אין א צי. נאר אפאר טעג צוריק האט ער געוויזן זיין פארשטינקענע גאווה אין די עטלענטיק מעגעזין ווי ער האט מיט אזא חוצפה גערעדט ווי ער קעירט נישט וואס מענטשן זאגן, און אז ער פארשטייט בעסער וואס איז גיט פאר מענטשן. (דאס איז חוץ די עקעלהאפטיגע ווערטער אויף חרידישע אידן , ואכמ"ל).

אה, הייסט דער קעניג "פארשטייט" אז ס'איז בעסער צו געבן לעקטער פאר די מענטשן פון כל מיני מדינות וואס גייען לויפן ווי משוגעים און א שטאט ווי א האלבע מיליאן מענטשן האבן נישט קיין לעקטער און הייצונג??!! ער "פארשטייט" אז ווען סיגעיט אין לאנג איילענד זעהט אויס ווי נאך א נוקלער אטאקע און גנבים פלינדערען מענטשען'ס האב און גוטס, דארף ער צושטעלען פאליס צו קאנטראלען עקסערסייז שוואוילטאג חברה!!

רבותי מ'דארף שטורעמען קעגן דעם חי אין די געשטאלט פון א מענטש. מ'דארף אים לערנען בלק. א מין חוצפה! א מין גאווה! א מין קדחת!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 1:28 pm
דורך זר זהב
נאך אביסעלע און ער איז אינדרויסן. און פון דארט ביז פגירה וועט אויך נישט נעמען לאנג האפענטליך.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 2:05 pm
דורך ידען
זר זהב האט געשריבן:נאך אביסעלע און ער איז אינדרויסן. און פון דארט ביז פגירה וועט אויך נישט נעמען לאנג האפענטליך.

ביז ווען איז ער נאך מעיאר?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 2:07 pm
דורך ידען
זייער גוט אראפגעלייגט אבער טענות קעמען נאר האבען אויף די אלע נארישע מענטשען וואס גייען וואטען און האבען געמאכט ער זאל זיין מעיאר.

און אויך אויף די מענטשען וואס וואטען בכלל נישט און נישט געוואט קעגען איהם.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 2:07 pm
דורך זר זהב
אין סוף יארע '13 קומען פאר וואהלן

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 2:37 pm
דורך ידען
זר זהב האט געשריבן:אין סוף יארע '13 קומען פאר וואהלן

זייער לאנג.

איבער א יאר מיט דעם רשע איז זייער זייער אסאך.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 4:25 pm
דורך הציץ ונפגע
יא, און סוף יארע 13' וועלן אלע מויל-מאכערס שיינערהייט אראפצוען דעם שטעקעלע פאר מרת קריסטין קווין.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 03, 2012 11:59 pm
דורך גוטזאגער
זר זהב האט געשריבן:אין סוף יארע '13 קומען פאר וואהלן

:( נו ביז דעמאלטס האט דאך בלומבערג גענוג צייט צו פארלענגערן זיין טורם לימיטס

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 1:24 am
דורך דעינעש
ראשעקאל האט געשריבן:..אז ווען סיגעיט אין לאנג איילענד זעהט אויס ווי נאך א נוקלער אטאקע און גנבים פלינדערען מענטשען'ס האב און גוטס, דארף ער צושטעלען פאליס צו קאנטראלען עקסערסייז שוואוילטאג חברה!!

רבותי מ'דארף שטורעמען קעגן דעם חי אין די געשטאלט פון א מענטש. מ'דארף אים לערנען בלק. א מין חוצפה! א מין גאווה! א מין קדחת!

לאור דברי ראשעקאל היוצאים ונכנסים אל הלב, איז די מאראטאן געקענסעלט. יישר כחכם.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 3:02 am
דורך הדד בן בדד
גוטזאגער האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:אין סוף יארע '13 קומען פאר וואהלן

:( נו ביז דעמאלטס האט דאך בלומבערג גענוג צייט צו פארלענגערן זיין טורם לימיטס


זיין טוירם לימיטס האט דער עקלהאפטיגער בריאה שוין לאנג צונישט געמאכט, אויך מיט א שוידערליך גרויליגן גאווה, נאר יעצט וועט ער שוין לכאורה נישט לויפן, ווייל ער ווייסט אז דאס מאל גייט ער פארלירן. און פארלירן אין גרויסן. דעריבער איז צום האפן אז ער וועט בקרוב זיין אינדרויסן. אבער א מפלה ערגעץ אינצווישן וואלט אויך גאר זיס געווען.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 2:43 pm
דורך כ׳בין פריי
העריך אז דער בלומבערג ירה איז אן עלטערער בחור. נא סאו וואס ווילסטו פון אים און זיינע יארן איז נאך נישט געווען קיין ישיבה. איז ער פון די דראפ אוטס פון די שווארצע היטן......

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 2:51 pm
דורך קליגער איד
איך וואלט נישט געוואלט חתונה האבן מיט אזא איינעם ווי אים

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 2:55 pm
דורך שמעקעדיג
איך פארשטיי,

אבער נישט יעדער לערנט תורה, אז מען זאל קענען זאגן וואו תורה דארט חכמה, בפרט פרויען טארן דאך נישט לערנען קיין תורה, ממילא זענען זיי נישט אזוי קלוג ווי דיר, און מען קען טרעפן אזעלכע פרויען וועלכע וואלטן יא חתונה געהאט מיט אים.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 2:57 pm
דורך קליגער איד
שמקעדיג אוי שמעקסטו גוט....... זעסט דאך ער האט נאך נישט חתונה געהאט

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 3:00 pm
דורך שמעקעדיג
יא יא, והמבין יבין.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 3:02 pm
דורך קליגער איד
שמעקעדיג האט געשריבן:יא יא, והמבין יבין.

מיינע רעביס פלעגן זאגן אביסל אנדערש והמכין יכין

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 6:38 pm
דורך געפילטע פיש
קליגער איד האט געשריבן:איך וואלט נישט געוואלט חתונה האבן מיט אזא איינעם ווי אים

הייסט עס, וואלסט נישט געוואלט חתונה האבן מיט א מאן? אדער מיט א ביליאנער?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 6:49 pm
דורך sunbar
געפילטע פיש האט געשריבן:
קליגער איד האט געשריבן:איך וואלט נישט געוואלט חתונה האבן מיט אזא איינעם ווי אים

הייסט עס, וואלסט נישט קעוואלט חתונה האבן מיט א מאן? אדער מיט א ביליאנער?


וואס איז שלעכט? ער איז שוין איבער די זיבעציג... וועסט עם קענען ירשנ'ן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 10:35 pm
דורך berlbalaguleh
כ׳בין פריי האט געשריבן:העריך אז דער בלומבערג ירה איז אן עלטערער בחור. נא סאו וואס ווילסטו פון אים און זיינע יארן איז נאך נישט געווען קיין ישיבה. איז ער פון די דראפ אוטס פון די שווארצע היטן......

ר'איז נישט קיין בחור.נאר א גרוש. ער דאוונט מיט א טלית און שבת גייט ער א שטריימל. דאס איז אויב ער וואלט געדאוונט און געהאלטן שבת.ער איז בכלל א "קאנסערוואטיוו".נאר פאר די עלעקשאנס האט ער ארויסגענומען זיין אידישן נאמען. אזוי ווי דער אנדערער צדיק דער "אידישער " מעיאר יודל איציק, המכונה "עדווארד איי. קאטש".

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:33 am
דורך קליינע רעבעלע
איך זעה אז קיינער רעדט נישט פין דעם-
נעכטן האט זיך נאכאמאל דער פריץ פאר'חשבונ'ט, ער האט אנהייב טאג געזאגט אז דע אלטערנעיט סייט פארקינג איז אין עפעקט פאר היינט מאנטאג,
נאכדעם האט מען אים אנגעהויבן אראפרייסן, האט ער גלייך צוריק געשפרינגען אז עס איז דימיסט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:33 pm
דורך שמעקעדיג
אויב איז דאס אמת, איז דאס זיסער ווי א 16 אונץ גלעזל מיט פרוכט-פאנטש.

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 10:59 pm
דורך נולד מאוחר

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 10:50 pm
דורך Big Boy
בלומבערג פרישע גזירה
.[/quote]

Where are all the idiots that voted for him and got the metzitzah bepeh ban as a bonus?