בלאט 1 פון 3
די אסתי אקערמאן סומאטאכע
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 8:09 pm
דורך משה בער
ליידער ליידער זענען די יאנג איזריעל חברה אזוי פארזונקען אין מ״ט שערי טומאה, זיי פאקן אהן די אומשולדיגע נשמות נעבעך פון די קינדער זייערע מיט גויאישע ספארט, מעשה יונים, און דערנאך האבן זיי נאך די חוצפה זיך אויפצוטוהן אז די פינטעלע ייד האט זיך אומוועלענדיג צופלאקערט אויף א מינוט ביים קינד און זי וויל נישט שפילן שבת מיט עשיו׳ס אייניקלעך. פוי! פוי! פוי!
ווי לאנג נאך וועלן מיר לאזן די בני בניו של מענדלסאן אונז פארשמירן בעיני העמים?!
מיר מוזן אויסשרייען מיטן גאנצן כוח:
אונזער פאלק איז נישט זייער פאלק!
אונזער תורה איז נישט להבדיל זייער %{€¥+!|?
אונזער גלויבן איז נישט זייער גלויבן!!
אפשר אזוי וועלן די גוים פארשטיין אז מיר האבן נישט קיין שום שייכת מיט די אזוי גערופענע ארטאדאקסן! זאל די וועלט שוין וויסן אז מיסטער שווארץ דער דענטיסט מיטן קליינעם קאפל רעפעאזינטירט נישט כלל ישראל. עכטע יידן מאנספערזאנען טראגן נישט קיין קידושין רינגלעך, און שפילן נישט קיין ספארט, און לאזן זיכער נישט די קינדער שפילן פינג פאנג רח״ל.
http://www.nypost.com/p/news/local/devo ... paMGIT3z9K
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 8:13 pm
דורך יאיר
איך מיין אז דער פותח האשכול איז פרומאק אונטער זיין דריטער ניק. אדער איינער בדומה לו.
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 8:14 pm
דורך קאווע טרינקער
שווארץ קוקער!
האסט א פאסיגען ניק
----
איינער האקט. איך רעד צו דער פותח האשכול, כמובן
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 8:16 pm
דורך [NAMELESS]
משה בער האט געשריבן:אפשר אזוי וועלן די גוים פארשטיין אז מיר האבן נישט קיין שום שייכת מיט די אזוי גערופענע ארטאדאקסן! זאל די וועלט שוין וויסן אז מיסטער שווארץ דער דענטיסט מיטן קליינעם קאפל רעפעאזינטירט נישט כלל ישראל. עכטע יידן מאנספערזאנען טראגן נישט קיין קידושין רינגלעך, און שפילן נישט קיין ספארט, און לאזן זיכער נישט די קינדער שפילן פינג פאנג רח״ל.
http://www.nypost.com/p/news/local/devo ... paMGIT3z9K
און עכטע אידן מאנספערזאנען ליינען נישט די נא יארק פאסט.....
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 8:41 pm
דורך משה בער
ליידער זענט איר פלעינע סעלף העיטינג דשוז נעבעך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 8:46 pm
דורך קאווע טרינקער
ליידער ליידער זענען די יאנג איזריעל חברה אזוי פארזונקען אין מ״ט שערי טומאה, זיי פאקן
?????????????????????????????????????????????
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 8:54 pm
דורך געוואלד געשריגן
משה בער האט געשריבן:ליידער זענט איר פלעינע סעלף העיטינג דשוז נעבעך.
פארוואס? וויאזוי...זיי גלייבן אין די זעלבע תורה און ג-ט פון אברהם,יצחק, און יעקב
מיר האבן גרעסער פראבלעמן..אסימילאציע..אנטיסעמיטיזם..
טאקע זיי פירן נישט ווי עס דארף צו זיין אבער סעלף העיטינג?...
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 8:58 pm
דורך קאווע טרינקער
טאקע זיי פירן נישט ווי עס דארף צו זיין אבער סעלף העיטינג?...
וואס האסטו שוין געטוהן ארויסצונעמען יונתן פ. פון תפיסה?
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 9:02 pm
דורך געוואלד געשריגן
קאווע טרינקער האט געשריבן:טאקע זיי פירן נישט ווי עס דארף צו זיין אבער סעלף העיטינג?...
וואס האסטו שוין געטוהן ארויסצונעמען יונתן פ. פון תפיסה?
איך פארשטיי נישט
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 9:06 pm
דורך קאווע טרינקער
הרב פסח לרנר, יו"ר ארגון ישראל הצעיר א דף יומי מגיד שיעור, איז עוסק 24/לשחרר את פולארד
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 9:14 pm
דורך געוואלד געשריגן
קאווע טרינקער האט געשריבן:הרב פסח לרנר, יו"ר ארגון ישראל הצעיר א דף יומי מגיד שיעור, איז עוסק 24/לשחרר את פולארד
ok...
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 9:23 pm
דורך שרייבער
וואס גייט שוין ווייטער פאר?
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 9:34 pm
דורך ענן כבד
אה נאר דאס פעהלט מיר אויס, נאך א סומאטאכע

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 9:39 pm
דורך נולד מאוחר
איך טראכט די ווארט סומאכטע האט באקומען אן אימאשנעל עטעטשמענט צי זיך. מ'זאל דאס נאר ניצן פאר ריכטוגע סאמאכטעסס.
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 9:56 pm
דורך בדחן
אדער זאל בכלל נישט זיין קיין סומאטאכע׳ס..!!
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 10:00 pm
דורך איך אויך
קאווע טרינקער האט געשריבן:ליידער ליידער זענען די יאנג איזריעל חברה אזוי פארזונקען אין מ״ט שערי טומאה, זיי פאקן
?????????????????????????????????????????????
אויספלאצטי. והמ"י.
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 10:56 pm
דורך ענדע צדיק
משה בער,
די אידען מיט די קליינע קאפלעך, די נשים מיט די הויזן, און די יונגלעך מיט די קורצע בעט ראובס זענען פונקט אזוי חשוב ביים אויבירשטען ווי דיר.
אויב מפרסם זיין זאל מען דאס מפרסם זיין, אז כולנו בני איש אחד נחנו, נישט ח"ו אז זיי זענען נישט איינס מיט אונז.
שנית, וואס איז "גלחים" מיט "קעטש די פלעג" וכדומה בעסער ווי ספארטס?
פארוואס מעג מען יענס יא שפילן און דאס נישט?
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 10:59 pm
דורך יתרו
איך פארשטיי נישט, משה בער, וואס הייסט זיי פארשמירן אונז בעיני העמים, זיי מיר פונקטלך מסביר וואס עס שאט דיר אז דער גוי האלט אז מר. שווארץ דער דענטיסט איז אן ארטאדאקסט ווי די ? הא?
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 11:04 pm
דורך הירשל ציג
דער וואס איז מיד פון סומאטאכעס קען אריבערגיין צו זאַווערוכעס...
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 11:38 pm
דורך נולד מאוחר
איך פארשטיי נישט פארוואס מעג זי נישט שפילן שבת פינג פאנג?
פארוואס האט זי זיך ארויסגעלאזט?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 12:29 am
דורך איחוד פעלד
מבני בניו של מענדעלסאן למדו מלחמה בוומס"ג.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 1:15 am
דורך בדחן
ענדע צדיק האט געשריבן:משה בער,
די אידען מיט די קליינע קאפלעך, די נשים מיט די הויזן, און די יונגלעך מיט די קורצע בעט ראובס זענען פונקט אזוי חשוב ביים אויבירשטען ווי דיר.
סארי, איך מיין אז די האסט א טעות, און די ווייסט עס,
אמת אז כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא, אבער האלסטע טאקע אז ר משה פיינשטיין ז״ל האט באקימען זי זעלבע עולם הבא ווי זיין דריווער?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 1:28 am
דורך געוואלד געשריגן
בדחן האט געשריבן:ענדע צדיק האט געשריבן:משה בער,
די אידען מיט די קליינע קאפלעך, די נשים מיט די הויזן, און די יונגלעך מיט די קורצע בעט ראובס זענען פונקט אזוי חשוב ביים אויבירשטען ווי דיר.
סארי, איך מיין אז די האסט א טעות, און די ווייסט עס,
אמת אז כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא, אבער האלסטע טאקע אז ר משה פיינשטיין ז״ל האט באקימען זי זעלבע עולם הבא ווי זיין דריווער?
as is of course known, the size of a kappel has a direct correlation with holiness.