בלאט 1 פון 1

אפשפרעכן עין הרע

נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 7:49 pm
דורך הניק שלי
ווען מען רופט איינעם מיט מיין נאמען אוף אפצושפרעכן א עין הרע. קען יענער נאר זעהן אויב ס'דא א עין הרע און ווי גרויס ס'איז אדער קען עינער אויך זעהן פון ווי ס'קומט און פארוואס? וואס איז די עמרסטע פרטים וואס יענער קען אויסגעפונען (באמת, נישט איינגערעדטערהייט)

Re: אפשפרעכן עין הרע

נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 12:29 am
דורך קול גדול
אלעס וואס ער קען זען איז די געלט וואס ער וועט מאכן פון דעם.

Re: אפשפרעכן עין הרע

נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 10:49 am
דורך לאדיך אפ
הניק שלי האט געשריבן:ווען מען רופט איינעם מיט מיין נאמען אוף אפצושפרעכן א עין הרע. קען יענער נאר זעהן אויב ס'דא א עין הרע און ווי גרויס ס'איז אדער קען עינער אויך זעהן פון ווי ס'קומט און פארוואס? וואס איז די עמרסטע פרטים וואס יענער קען אויסגעפונען (באמת, נישט איינגערעדטערהייט)

לכאורה איז אלעס וואס יענער קען זען נאר א השערה בעלמא. צומאל קען ער מיינען אז ס'דא א גרויסע עין הרע בעת באמת איז גארנישט דא און צומאל קען ער צוטרעפן צום ענין.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 9:26 pm
דורך עפל פאי
איינער ווייסט ווי אזוי ס'גייט צו די אפשפרעכן?
מיט בליי
לעשן קוילן
מיט ברויט אין וואסער
זאגן א לחש

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 10:40 pm
דורך דעינעש
די זעצט זיך אראפ אויף א בענקל, ענד די רעסט איז טו פאללאו אינסטראקטשענס פונעם חאכאם.
איימעניט.. געלט העט ער מן הסתם דארפן אויך.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:48 am
דורך berlbalaguleh
עפל פאי האט געשריבן:איינער ווייסט ווי אזוי ס'גייט צו די אפשפרעכן?
מיט בליי
לעשן קוילן
מיט ברויט אין וואסער
זאגן א לחש

די גאנצע צערעמאניע איז נישט מער ווי א פאנטאזיע. אמאל וויל ער דיר איינרעדן און אמאל גלייבט ער אליין :oops: אין די נארישקייטן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 8:58 am
דורך עפל פאי
וועגן דעם פרעג איך,
אויב איינער ווייסט פון א וועג אפצושפרעכן און עס האט א מקור, קען איך דאך עס אליין מאכן, כ'ברויך נישט די חכמים.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 9:19 am
דורך איחוד פעלד
איך טוה עס אליין, איך זאג פא פא פא (מיט א פ דגושה און אלף קמוצה).
טאמער ווייס איך ווער עס האט געמאכט די עין הרע, זאג איך עס אים אין אויער אריין, און מער האט ער נישט קיין עין הרע בליעה"ר.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 9:23 am
דורך קאווע טרינקער
איחוד פעלד האט געשריבן:איך טוה עס אליין, איך זאג פא פא פא

פאפא קען דיר קומען צו הילף?
אריין אין צימעס...........

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:50 pm
דורך ציבעלע-קיגל
berlbalaguleh האט געשריבן:
עפל פאי האט געשריבן:איינער ווייסט ווי אזוי ס'גייט צו די אפשפרעכן?
מיט בליי
לעשן קוילן
מיט ברויט אין וואסער
זאגן א לחש

די גאנצע צערעמאניע איז נישט מער ווי א פאנטאזיע. אמאל וויל ער דיר איינרעדן און אמאל גלייבט ער אליין :oops: אין די נארישקייטן.


עין הרע און אפשפרעכען איז נישט קיין פאנטאזיע עס ווערט געברענגט אין גמרא. די פאנטאזיע איז די פרייזען און אז זיי זאגן אז נאר אויב מען באצאלט קען מען געהאלפען ווערען

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:02 pm
דורך town1
ביי עין הרע דארף מען זאגן א תפלה און זיך אריינלייגן אין יענעמס מצב און נאר איינער וואס האט עס מקובל פון הייליגע אידן קען עס טון

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:26 pm
דורך עפל פאי
א רגע, לאמיר זען,

א תפילה קען איך אויך זאגן
אין מיין מצב ליג איך דאך
יעצט פארצייל מיר נאר וואס מ'טוט

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:32 pm
דורך town1
אבער עס מוז זיין מקובל פון פריעדיגע הייליגע אידן

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 8:43 pm
דורך עפל פאי
נו, געב ארויס די הייליגע קבלות

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 9:34 pm
דורך berlbalaguleh
עפל פאי האט געשריבן:נו, געב ארויס די הייליגע קבלות

מ'זאגט "אבראקאדאברא" און מען רופט מלאך "פ.י.ל.ד." (פתי יאמין לכל דבר) און דער קאסטומער לייגט אראפ א מאה'לע און ר'איז שוין א געהאלפענער. דער בעל הלחש. ער דארף נאר דריי אזעלכע סאקערס א טאג און ר'מאכט שיין פרנסה. אומנות נקי' וקלה. אדער מלסטם את הבריות. ר'מוז אפילו נישט שטיין בפרשת דרכים.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 9:17 am
דורך איחוד פעלד
דער עיקר שאלה לדעתי איז אויב די וואס טוען די אנגעשפרעכעכטס, גלייבן אין דעם וואס זיי טוען, אדער זיי ווייסן אז זיי נארן דעם עולם.
ווייל מענטשן וואס פארקויפן בלאף איז דא אסאך, למשל רעביס פארקויפן גארנישט חוץ אביסל טעראר, און ווען זיי ליינען א קוויטל ליינען זיי ניטאמאהל נישט די ראשי תיבות אדער סופי תיבות אדער נעמען נומיראלגיע.
לאידך גיסא זענען דא רעביס וואס הגם זיי זענען ערליך און פיין, און ווען זיי ליינען דעם קוויטל מיינען זיי אז זיי זעהען עפעס שפרודעלט זיך אין די עולמות עליונים און אין זיינע תחתונים, זענען זיי למעשה [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] פארקויפער, ווייל קיינער ווייסט גארנישט מער ווי מיר און דיר.
אמאהל אמאהל מאכט זיך עפעס איינער וואס האט טאקע יא א איידעלער הרגשה וואס ווייסט עטוואס מער, און פראבירט טאקע נישט צו בלאפן וכו', איך האב אים נאכנישט געטראפן.

למעשה האב איך נאך נישט געהערט אין די אמת'ע קאווע שטיבלעך און מקוואות ווען מאכט חוזק פון באבא'ס און אנשפרעכער'ס וואס מען רעדט דא, ווי מען מאכט די זעלבע חוזק פין רעביס, נאר אדרבה מען רעדט עפעס כאילו ווי די נאראנים גלייבן אין די באבאס, אבער אונז די חכמים שבדור ווייסן וואו דער אמת ליגט.

וואס איז פשט?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:53 am
דורך קפנדריא
די גמרא איז שטארק מאריך אין דעם, וואו די גמ' ברענגט אויך אז רב איז געגאנגען אין בית החיים, און ער 'האט געטון וואס ער האט געטון', און געזאגט, ניין און ניינציג זענען געשטארבן פון עין הרע, און איינס פון אנדערע זאכן! שרעקעדיג.

סדא פון הייליגן חיד"א א לחש, [געדרוקט אין פיל תהלים'לעך] אפצושפרעכן עין הרע ה' יצילנו.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 2:16 pm
דורך נולד מאוחר

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 8:52 pm
דורך berlbalaguleh
איחוד פעלד האט געשריבן:דער עיקר שאלה לדעתי איז אויב די וואס טוען די אנגעשפרעכעכטס, גלייבן אין דעם וואס זיי טוען, אדער זיי ווייסן אז זיי נארן דעם עולם.
ווייל מענטשן וואס פארקויפן בלאף איז דא אסאך, למשל רעביס פארקויפן גארנישט חוץ אביסל טעראר, און ווען זיי ליינען א קוויטל ליינען זיי ניטאמאהל נישט די ראשי תיבות אדער סופי תיבות אדער נעמען נומיראלגיע.
לאידך גיסא זענען דא רעביס וואס הגם זיי זענען ערליך און פיין, און ווען זיי ליינען דעם קוויטל מיינען זיי אז זיי זעהען עפעס שפרודעלט זיך אין די עולמות עליונים און אין זיינע תחתונים, זענען זיי למעשה [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] פארקויפער, ווייל קיינער ווייסט גארנישט מער ווי מיר און דיר.
אמאהל אמאהל מאכט זיך עפעס איינער וואס האט טאקע יא א איידעלער הרגשה וואס ווייסט עטוואס מער, און פראבירט טאקע נישט צו בלאפן וכו', איך האב אים נאכנישט געטראפן.

למעשה האב איך נאך נישט געהערט אין די אמת'ע קאווע שטיבלעך און מקוואות ווען מאכט חוזק פון באבא'ס און אנשפרעכער'ס וואס מען רעדט דא, ווי מען מאכט די זעלבע חוזק פין רעביס, נאר אדרבה מען רעדט עפעס כאילו ווי די נאראנים גלייבן אין די באבאס, אבער אונז די חכמים שבדור ווייסן וואו דער אמת ליגט.

וואס איז פשט?

איך וועל דיר יא זאגן דעם חילוק פון די רעבעס און די "באבא'ס". און פארוואס דער ערנסטער עולם גלייבט יא אין די רבי'ס און נישט אין די באבאב'ס. הגם ס'איז דא צווישן די "רעבעס" אויך פוסטע שטרוי זעק, אבער די וועלכע זענען ערנסטע אידן ווען זייער ברכה ווערט מקויים פרובירן זיי עס אוועק צו מאכן אז ס'איז גארנישט. אבער די באבא'ס גייען ארום טרומפייטערן מיט זייער רוח הקודש און מופתים. דער פאקט איז אז די ערליכע און קלוגע אידן פון פריערדיגן דור ווי דער באבוב'ער רב, ר' שלמה'לע און הרב ר'משה ביק ז"ל האבן די באבא'ס פשוט ארויסגעווארפן פון שטוב.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 9:09 pm
דורך איחוד פעלד
הייסט עס אז ווען זיי מאכען עס אוועק דעמאלס מיינט עס אז זיי רעדען דיך נישט איין אז זיי האבען עפעס א כח?
וויל ער טאקע די זאלסט עס נעמען אויף פעיס וואליא, און זאגען רבי גערעכט דיין ברכה איז טאקע גארנישט מיט נישט, און איך דארף עס טאקע נישט האבען?
זאלען נאר צוויי דריי מענטשען דאס זאגען פאר א רבי וואס האלט זיך בעניוות און מער וועט ער דאס נישט זאגען.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 9:19 pm
דורך berlbalaguleh
איחוד פעלד האט געשריבן:הייסט עס אז ווען זיי מאכען עס אוועק דעמאלס מיינט עס אז זיי רעדען דיך נישט איין אז זיי האבען עפעס א כח?
וויל ער טאקע די זאלסט עס נעמען אויף פעיס וואליא, און זאגען רבי גערעכט דיין ברכה איז טאקע גארנישט מיט נישט, און איך דארף עס טאקע נישט האבען?
זאלען נאר צוויי דריי מענטשען דאס זאגען פאר א רבי וואס האלט זיך בעניוות און מער וועט ער דאס נישט זאגען.

ניין. דאס ווייזט אויפ'ן ערנסטקייט און עניוות פון רבי'ן. און ס'איז א טייל פון זיין פערזענליכקייט צוזאמען מיט זיינע איבריגע מעשים טובים. מיר זענען שוין אזוי שטארק צו געוואוינט צו הערן נאר נעגאטיווע זאכן איבער רעבעס בכלל און בעלי מופתים בפרט, אז מ'איז שוין געווארן ציניש און מ'קען שוין כמעט נישט גלייבן אז ס'איז פארהאן ערנסטע שטילע און איידעלע אידן וועלכע זענען רבי'ס.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 10:34 pm
דורך איחוד פעלד
דעס איז נישט דער פאונט.
זיי קענען זיין שטיל און איידל פין היינט ביז מארגען.
די שאלה איז אויב זיי פארקויפען דיך ליגענט אדער נישט.
ווען מען זאגט פאר מען רופט אים אויס צו מצוה טאנץ ער זאל פועל'ן ישועות פאר אלע נויטבאדערפיגע, און ער ווייסט אז ער קען פועל'ן א מכה מיט א דופן, און ער שפילט מיט דעם שפיל, איז ער אין א וועג דער זעלבע צדיק ווי דער עין הרע אנשפרעכער אדער דער באבא.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:47 am
דורך berlbalaguleh
איחוד פעלד האט געשריבן:דעס איז נישט דער פאונט.
זיי קענען זיין שטיל און איידל פין היינט ביז מארגען.
די שאלה איז אויב זיי פארקויפען דיך ליגענט אדער נישט.
ווען מען זאגט פאר מען רופט אים אויס צו מצוה טאנץ ער זאל פועל'ן ישועות פאר אלע נויטבאדערפיגע, און ער ווייסט אז ער קען פועל'ן א מכה מיט א דופן, און ער שפילט מיט דעם שפיל, איז ער אין א וועג דער זעלבע צדיק ווי דער עין הרע אנשפרעכער אדער דער באבא.

וואדען זאל ער זאגן? נאכ'ן טרינקען לחיים זאל ער אויסרופן בפני קהל ועדה כהאי לישנא: רבותי, עטץ האטץ ענק איינגערעדט אז איך בין א פועל ישועות. זאלט עטץ וויסן אז כ'בין נישט כ'בין פונקט אזא סטעיק פרעסער ווי עטץ. דער עולם וועט דאמאלס האלטן אז ר'איז א פעיקער און פראוועט סתם פאלשע עניוות.