בלאט 1 פון 14
אויסגעדראשענע זאצן און אקטיוויטעטן דער עולם וואקסט נישט אויס
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:05 am
דורך יואב
דער אשכול איז געווידמעט צו שרייבן זאצן און אקטיוויטעטן וועלעכע קעגן פארשטאנד האט זיך אנגעקלעבט ביים ציבור, און וואקסט פשוט מיט ווי די קליידער אין מדבר,מייסטענס ביי די שארפערע מוחות צווישן אונז.
פאלגענד שאקל איך ארויס פון ארבל עטליכע.
-נא! וויאזוי איז געוועזן דער יחץ ?
-נו! האסט נאך איבערגעלאזט עפעס וואסער אין מקווה ?
-פרידמאן? הע, דאס ווייס איך דאך, די ערשטע נאמען ?
- ביסט מיד, אדם מיעוד לעולם.
-עתה ילחכו הקהל.
-וואס צוברעכסטו מיר די ערד ?
-אין לאגער איז נישט בעסער געועזן (הייסט עס, מיר דארפן ליידן 2 מאל).
- צען טויזנט דאלער "בימים ההם", וואלט לכאורה אויסגעקומען לכל הפחות 7 ביליאן דאלער היינט, במשקל ראשון.
-אן אויסגעקראכענעם קאפ איז אויך 6 דאלער ?
-ברומען ביי כאלה, אבער אלץ מיטן זעלבע פרישען שמייכל.
-אראפכאפן דעם הוט פונעם עלטערן בחור ביי א חתונה, און דאס ערזעצן מיט א שוויציג שטריימל.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:08 am
דורך [NAMELESS]
א שאד מ'האט נישט גערעדט פון משיח
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:17 am
דורך יואב
ראשעקאל האט געשריבן:א שאד מ'האט נישט גערעדט פון משיח
דאס איז ממש נאריש,
ווייל אויב האלטסטו משיח ווועט ערייווען מיט דיין רעדן.
קענסטו דאך זאגן הארט נאכן באדויערן פארוואס מ'האט נישט גערעדט פון משיח
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 11:16 am
דורך יואליש
שביעי של פסח צופרי: נו אינגעלע, וואס האסטו נעכטן געבעטן פאר אפיקומן?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 11:29 am
דורך לעמיל
אחרון של פסח: מושי גי צום שכן און פרעיג אויב דו קענסט בארגען די קניידעל פורום
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 12:39 pm
דורך דענקער
אינגעלע, וועמענ'ס טאטע ביסטו?
ווען א קינד פאלט אראפ, קום אהער לאמיך דיך אויפהייבן.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 12:56 pm
דורך בן תמליון
וואס דארפסטו זיין א אויבער-חכם? זאג נאר, דיין זיידע און עלטער זיידע זענען נישט געווען אזוי קלוג ווי דו?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 1:06 pm
דורך דענקער
דרך ארץ! איך קען ווען זיין דיין זיידע.
(שוטה איינער, נאך א מזל דו ביסט נישט...)
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 8:15 pm
דורך יואב
גנב'נען די נאז פון קליינע קינדער
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 8:22 pm
דורך עסן עסט'זיך
מען מעלעסטעט קינדער און נאכדעם זאגט מען אנטיסעמיטן טשעפענען אונז. עולם וואקסט עס נישט אויס
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 8:27 pm
דורך נולד מאוחר
דענקער האט געשריבן:אינגעלע, וועמענ'ס טאטע ביסטו?
ווען א קינד פאלט אראפ, קום אהער לאמיך דיך אויפהייבן.
ציברעך נישט די פלאר
כשלאג דיין יצר הרע.
גלייה מיר סטיט מיר מער וויי ווי דיר. די מלמד רצחצט ווי א רשע.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 9:39 pm
דורך קאווע טרינקער
בן תמליון האט געשריבן:וואס דארפסטו זיין א אויבער-חכם? זאג נאר, דיין זיידע און עלטער זיידע זענען נישט געווען אזוי קלוג ווי דו?
אן אלטע חקירה, זענען אונזערע זיידעס געווען "תמימות'דיגע" אידן, און מ'פארלאנגט פון אונז דאס זעלבע? אדער, "זיי זענען נאך געווען אזוי קלוג ווי דיר"?
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 1:08 am
דורך ניו יארק
דענקער האט געשריבן:דרך ארץ! איך קען ווען זיין דיין זיידע.
מיין באבע וואלט מיט דיר קיינמאל נישט חתונה געהאט...
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 1:10 am
דורך מאטי
Top most boring statements/questions
ביסט א חתן ווען איז די חתונה?
עוד ישמע. ישיש עליך
וויאזוי איז שלום בית
וויפיל צאלסטו פאר דיין ליעס
Wow ער קוקט דאך אויס פונקט ווי דיר
אויב ער פארלירט זיך וואלט איך אים געקענט אהיים טראגן
וויפיל פונט מצות האסטו געקויפט ?נע ס׳איז גענוג ?? פאריאר איז מיר איבערגעבליבן.....
ארבייטסט חוה״מ
נא ווי ביסטו געגאנגען חאלעמויד האלטן
גייטס אין קאנטרי ? גאנץ האלב ?וועלעכע העלפט ?דארט ווי פאריאר ?
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 1:33 am
דורך יואב
דער אפגעפליקטער "פאלעסי" יונגערמאן,
ער וועט ווארטן א שמיטה איר זאלט זיך וויסענדיג מאכן פון אים,
דאן וועט ער מיט א פאריסענעם שטאלץ אנגעבען,
"איך האב א פאלעסי, א ווייב מיט א קאר בארגט מען נישט",
און דאן אויפהייבן די האנט, ווי מ'זאגט, איך וואלט אזוי שטארק געוואלט,
וואס זאל איך אבער טוהן אז איך קען נישט, א פאלעסי איז א פאלעסי,
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 1:38 am
דורך יואב
קשיות וועסטו פרעגן פסח,
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 1:41 am
דורך יואב
א יוד גיבט זיך אן עצה,
דער גוי קלאפט זיך די פלייצע,
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 1:53 am
דורך נולד מאוחר
נאך יעדע שבע ברכות זינגט מען שמח תשמח... מיטן זעלבען טאן
שליקערץ איינער רעדט פון דיר
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 1:56 am
דורך יואב
ביזט געבוירען געווארן אויף א טרעין?,
אנטשולדיגט, איר זענט נישט געמאכט פון גלאז, אויב יא זענט איר שמוציג,
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 1:58 am
דורך נולד מאוחר
סרעגענט איך בין נישט געמאכט פון ציקר
ווילסט הערן א מעשה אדער פרעגן קשיות
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 4:39 pm
דורך ענן כבד
אההה ס'איז א פיינע מקוה, וואס פארשטייט דען דער גוי צו עוה"ז
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 4:43 pm
דורך משה געציל
קענסט דאך דעם מעשה מיט יענער רב...
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 5:00 pm
דורך ידען
ווען משיגע מאכט קליין וואלסטע געקענט זיצען אויף א קאצקע ציקער און נאך געקענט שאקלען מיט די פיס..